בלאט 1 פון 1

פארוואס האסטו זיי געשאסן????????????????????

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm
דורך ברוינשטיין
די פיטער און ברויט,
אויפן טיש זיצן גרייט,
פלוצלינג אַלעס רויט,
אויפן ערד פאַרשפרייט,
יעצט ליגן זיי טויט,
אומשולדיג פאַר די צייט.

די געמיינער שיסער
ווער האָט דיך ערצויגן?
נישט געטראָפן עפעס זיסער,
ווי צוויי און פערציג אויגן?
אַ פאַרצייטישע בלוט פאַרגיסער,
מיט אַן "עי אר" 15 פאַלן בויגן.

מענטשן האָבן האַסע,
געוויסע מיט אויסריידן,
מיינינגען אויף ראַסע,
מ'טוט כסדר פון דעם ליידן,
דער האַסט אויף ווייסע,
און דער אויפן ליבעראַל ביידן.

אָבער אַ קלאַס פון קינדער,
האָסטו אַ סיבה צו דעים?
אַ חשבון מיט יעדן באזינדער?
זאָג מיר וואָס איז דיין פראָבלעם?
זייער גייסט קלערט מיט וואונדער,
פארוואס איז דאָס געשען . . . ?