בלאט 1 פון 5

לך כנוס כל הנשים

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 1:08 pm
דורך תפארת
נאכנישט געזעהן אז איינער זאל עס ארויפברענגן דא, ס' הייסט יעצא אז נאך שבועות וועט פארקומען אן אסיפה פאר נשי כלל ישראל אין נוי זשערסי.
איינער ווייסט ווער שטייט דערונטער?
וואס איז די תכלית דא?
ווער גייט רעדן? רעדנערס אדער רעדנערינס?
גייט זיך יעדער צושטעלן אדער נאר איין סאטמער און איין באבוב 45...


בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:17 pm
דורך שמן למאור
תפארת האט געשריבן:נאכנישט געזעהן אז איינער זאל עס ארויפברענגן דא, ס' הייסט יעצא אז נאך שבועות וועט פארקומען אן אסיפה פאר נשי כלל ישראל אין נוי זשערסי.
איינער ווייסט ווער שטייט דערונטער?
וואס איז די תכלית דא?
ווער גייט רעדן? רעדנערס אדער רעדנערינס?
גייט זיך יעדער צושטעלן אדער נאר איין סאטמער און איין באבוב 45...


בילד
נאר איין באבוב 45 גייט גיין?

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:21 pm
דורך שמן למאור
עס קומט פאר לכבוד די צענטע יארצייט פונעם כינס כלל ישראל, היות נאך צען יאר זענען שוין די מענער ב"ה מסודר און אפגעהיטן פון די כלים הטמאים, דארף מען יעצט נאר מתקן זיין די פרצות ביי די פרויען
און דאן קען שוין משיח גלייך קומען...

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 2:27 pm
דורך איזה נשמה
usually for the women they preach even more extreme Takunos , you can also sell them all kind of nonsense , like iT happens all the time in the small asifos for women in many kehillos

So many women gave up text for absolutely no reason, just because ppl like Berel Tauber sold them extreme crazy stories of ppl using text for bad purposes

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 3:22 pm
דורך תפארת
עצי שטים האט געשריבן: בילד
נאר איין באבוב 45 גייט גיין?
אנטשולדיגט, נאך באבוב קומט א פונטל-קאממע.
אויב דו פארשטייסט ווייטער נישט קום אריין אין אישי

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 3:29 pm
דורך בורו פארק
לכאורה קומט עס פון סקולען'ע רבי, אזוי ווי דער כינוס כלל ישראל איז געקומען פון איהם.

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 4:22 pm
דורך פרנס החודש
מיינסט צו זאגן אז עס גייט זיין הרב ישעי יענקל׳ס הכתרה?

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2022 6:24 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
תפארת האט געשריבן:נאכנישט געזעהן אז איינער זאל עס ארויפברענגן דא, ס' הייסט יעצא אז נאך שבועות וועט פארקומען אן אסיפה פאר נשי כלל ישראל אין נוי זשערסי.
איינער ווייסט ווער שטייט דערונטער?
וואס איז די תכלית דא?
ווער גייט רעדן? רעדנערס אדער רעדנערינס?
גייט זיך יעדער צושטעלן אדער נאר איין סאטמער און איין באבוב 45...


בילד
און וועלעכע סאטמאר?

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2022 12:54 am
דורך פרנס החודש
ווער גייט בעיביסיטן? לכאורה וועט עס זיין א דוירכפאל וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, ישיבה׳שע פרויען ארבייטן, די זעלבע מיט חסידישע כולל פאמיליעס, ווער גייט קומען די בעל בתישע?
זיי קענען סך הכל אנברענגען אלע סקול מיידלעך, אבער אויב דאס איז די פלאן וועט עס זיין אביסל ……

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2022 1:12 am
דורך שמעון וואלף
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
תפארת האט געשריבן:נאכנישט געזעהן אז איינער זאל עס ארויפברענגן דא, ס' הייסט יעצא אז נאך שבועות וועט פארקומען אן אסיפה פאר נשי כלל ישראל אין נוי זשערסי.
איינער ווייסט ווער שטייט דערונטער?
וואס איז די תכלית דא?
ווער גייט רעדן? רעדנערס אדער רעדנערינס?
גייט זיך יעדער צושטעלן אדער נאר איין סאטמער און איין באבוב 45...


בילד
און וועלעכע סאטמאר?
די ברידער פון די עכטע

מ'קען זיך רישן אז דא גייט זיך טון אן ארויסשטעקאכץ פון די חזיר פיסלעך ווי יעדער וועט ארויסשטעלן תנאים צו ווייזן ווי פרום איך בין און דערנאך טריאומפירן און דער איד/בלאט ווי נאר א דאנק די רבי'ס פארלאנג האט מען איינגעהאלטן די און יענע פרומקייט.

מיי געס איז אז יעדע צד וועט שטעלן דריי תנאים, כנהוג

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2022 6:28 am
דורך עזריאל רוטנברג
פונקט האב איך געליינט אז דער חזון איש האט מסביר געווען פארוואס גיוס בנות איז יהרג ואל יעבור, ווייל לויט די תורה איז א פרוי ביז די חתונה אונטער איר טאטע'ס רשות און נאך די חתונה אונטער איר מאן, און איר לייגן אונטער אויטאריטעט פון אנדערע איז אביזרייהו פון גילוי עריות.
אזא אסיפה קען זיך גרעניצן מיט יהרג ואל יעבור.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2022 1:31 pm
דורך שטיינזאלץ
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:פונקט האב איך געליינט אז דער חזון איש האט מסביר געווען פארוואס גיוס בנות איז יהרג ואל יעבור, ווייל לויט די תורה איז א פרוי ביז די חתונה אונטער איר טאטע'ס רשות און נאך די חתונה אונטער איר מאן, און איר לייגן אונטער אויטאריטעט פון אנדערע איז אביזרייהו פון גילוי עריות.
אזא אסיפה קען זיך גרעניצן מיט יהרג ואל יעבור.
וואס האט די כינוס מיט'ן לייגן אונטער א צווייטנס רשות?

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2022 1:46 pm
דורך עזריאל רוטנברג
ווענדט זיך שוין וואס מ'וועט דארט דרש'ענען. איך זאג נאר מ'דארף שטארק נזהר זיין.

נשלח: פרייטאג מאי 27, 2022 1:58 pm
דורך קהל'ס נער
רבותי סטאקט'ס ענק אן מיט ביפערס, איך זאג ענק מען קען מאכן אסאך געלט, ביי לעצטע כינוס האט מען גע'אסר טעקסט פאר פרויען יעצט גייט מען אסר'ן סעלפאון'ס לגמרי, אזוי ס'וועט נישט זיין קיין ברירה נאר ציריק צי גיין צי ביפערס, פארשטייט זיך ס'גייט זיין "כשר'ע" ביפערס פאר טריפלט די פרייז, אוי גייט מען מאכן געלט, מען דארף נאר אריין שיקן אפאר טאלער פאר TAG, און מ'האט די מארקעט.

קהל'ס די פיינענשל עדווייזער.

נ.ב. דאס איז נישט קיין פיינינשעל עדווייס, נישט FDA אפראוווד,ס'דא א ריזיקע פון סייד עפעקטס אזוי ווי דענדראפס, קענסער און/אדער אז די קינדער קענען פליען פון די מוסדות.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2022 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
לפענ"ד וועללן זיך די אלע פראבלעמען (מיט אידישקייט) אויפהערן ווען הרב בערל טויבער וועט ארויסגיין פון די פעמילי ביזנעס און נעמען אן עכטן דזשאב.!

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 11:09 am
דורך פרנס החודש
IMG_0099.jpg
IMG_0099.jpg

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 11:10 am
דורך פרנס החודש
זיי בעטן די מענער צו בעיביסיטן….. no chance

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 11:32 am
דורך פרנס החודש
מערק דאס מען קען קויפן טיקעטס אנליין…..

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 1:14 pm
דורך היכי דמי
פרנס החודש האט געשריבן:ווער גייט בעיביסיטן? לכאורה וועט עס זיין א דוירכפאל וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, ישיבה׳שע פרויען ארבייטן, די זעלבע מיט חסידישע כולל פאמיליעס, ווער גייט קומען די בעל בתישע?
זיי קענען סך הכל אנברענגען אלע סקול מיידלעך, אבער אויב דאס איז די פלאן וועט עס זיין אביסל ……
ניטעמאל די מיידלעך. מען ענדיגט סקול ערגעץ דעמעלטס, און עס איז עטליכע טעג פאר קאנטרי. ער דארף א גרויסע ישועה אנצופולן

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 6:04 pm
דורך פרנס החודש
IMG_0102.png
היפאקריסטווע שרייט ביזן הימל, ספעציעלע וועבזייטל געעפנט, עס קומט אזוי שיין ארויף אויף מיין אייפאון.

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 6:14 pm
דורך פרנס החודש
יעצט באמערק איך דאס די חברה פלאנען צו מאכן פאר די חסידישע June 21 און פאר ענגליש רעדנדע June 22nd. אזוי וועט מען מונע זיין געוויסע פראבלעמען.

Re: לך כנוס כל הנשים

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 6:58 pm
דורך כניאק
איך האב איין עצה פאר זיי אויב זיי ווילן די עולם זאל קומען, זיי זאלן עס מאכן פאר א קאנצערט אזוי ווי דרשו..

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2022 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
פרנס החודש האט געשריבן:זיי בעטן די מענער צו בעיביסיטן….. no chance
און ווער וועט בעיביסיטן הרב טויבער'ס קינדער?!