אידן אין תפיסות
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:36 pm
איך האב פונקט געליינט א באשרייבוג פון שנת תשנ"ה לפ"ק, וואו מען באשרייבט א געוויסער איש חסד וואס האט געטאן פיל חסד.
צווישן די ווערטער ליינט זיך אזוי:
ר .... האט אויך מקיים געווען דער מצוה פון פדיון שבוים מיט אלע הידורים, וואס אין היינטיגע טעג, ווען אידן גייען כמעט נישט זיצן אין תפיסות, מיינט דאס צו העלפן מענטשן אין שווערע געריכטן. פיל געלט און צייט האט ר' ... אריינגעלייגט צו העלפן אידן אין שווערע אנקלאגעס, דינגענדיג די בעסטע לויערס און קומענדיג אין בארירונג מיט די גרעסטע ריכטער, פראבירנדיג זיי איינצופלוסן צו פארלייכטערן דעם גזר-דין אויף אידישע קינדער.
אמאליגע טעג, ווען די רשעי ישראל האבן איינגעזעצט אידן, פלעגן די גרעסטע צדיקים עוסק זיין זיי ארויסצודערזען פון די תפיסות. היינטיגע טעג, ווען מיר לעבן אין א מלכות של חסד, ווי אויך ווערן היימישע געפעכטן געשליכטעט דורך די דיינים ורבנים יושבים על מדון, הערט מען כמעט נישט אז אידן זאלן אנקומען אין קיין תפיסות, וואס מיר דארפן באזונדער דאנקען דעם אויבערשטן דערויף. דעריבער איז די היינטיגע פדיון שבויים געזאגט געווארן אויף קלאגעס וואס קומען פארט אן אין געריכט, וואו עס ווארט אויף א איד גרויסע געלט שטראפן וכדומה.
איך מיין אז די ווערטער רעדן פאר זיך אליין.