טעקסעס שיסעריי - א טיימליין

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

טעקסעס שיסעריי - א טיימליין

שליחה דורך עולם הזה »

מיט יעדע פארבייגייענדע שעה ווערט די אפיציעלע פאליציי ווערסיע אפדעיטעד און פארראכטען. סך הכול איז שוין די מעשה פארראכטן געווארן צוועלעף מאל

נאכן דורך ליינען די אפיציעלע עי.פּי. טיימליין שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע האר אויפשטעלנדע פאקטן וויאזוי דער רוצח האט געקענט אויסקוילען 19 קינדער און 2 טיטשערס גענצליך אומגעשטערט.

קורצע סך הכול:
-די געווענליכע סקול סעקיורוטי גאַרד האט זיך נישט געפונען אויפן ארט.
11:28 - א טיטשער עפענט און לאזט אפען די טיר געביידע.
11:33 - דער שיסער שטורעמט אריין אינעם ‏בנין.
11:35 - די פאליציי לויפן אריין גלייך נאך איהם, און ווארטן א שעה און צען מינוט פארן קלאַס שליסל.
12:50 - די פאליציי עפענט די קלאַס צימער און דער’הרג׳ט דעם שיסער.
מאפע.jpeg
פאלגענד איז די פרטיות׳דיגע טיימליין:

יאָוואַלדי טעקסעס

ארום 11:00 - ראַמאָס (18 יאר אלט) שיסט זיין זעקס און זעכציג יעריג באבע אין איר היים ווי ער האלט זיך אויף, א שכן זעהט די געשאסענע פרוי וועלכע ווייזט אויפן אייניקל אז ער האט דאס געטוען, בשעת ער פליעט אוועק מיט א פיק-אפ טראק. דער שכן׳ס פרוי אלאמירט די פאליציי איבער א שיסעריי.

11:27 – א ווידיאו ווייזט א טיטשער (אומאידענטיפיצירט פארן פאבליק) עפענט אויף די דרויסענדיגע שולע טיר.

11:28 – די טיטשער שפאצירט ארויס צום גאס און נעמט א טעלעפאון און גייט צוריק אריין אין בנין, לאזאנדיג די טיר אפען.

11:28 – ראמאס (דער שיסער) קראַכט זיין פיק-אפ טראק אין א דיטש נעבן די בית הלויות וואס איז אין בעק פון די סקול, צוויי מענשען וועלכע קומען ארויס פונעם בית הלויות צו זעהן וואס דא איז געשעהן, זעהן דער שיסער מיט אן עי.אר.15 סארט רעוואלווער און א זעקל וואפן, זיי ווערן געציעלט אבער ס׳געלונגט זיי צוריק אריינצולויפן אן כאפן א קויל. א פארפאניקטער טיטשער קומט דארט אן און ריפט 911.

11:30 – 911 באקומט די פאון קאלל איבער א קאר-קראך און אז ס'איז דא א באוואפנטער מאן ביי די שולע.

11:31 – די שיסער הייבט אן שיסן און צילט די סקול פון די סקול פארקינג לאט. פאליציי קומען אן צום בית הלויות. די שיסער לויפט ארום די סקול בילדינג.

11:32 – ער שיסט ווייטער אויפן סקול, און לויפט אין ריכטונג פונעם אפען געבליבענע טיר.

11:33 – דער שיסער לויפט אריין אין בנין און שיסט אויף צוויי שכנות'דיגע צימערן, קלאס 111 און קלאס 112 ער שיסט אריבער הונדערט רונדעס.

11:35 – דריי סיטי פאליציאנטן שטראמען אריין דורך דעם זעלבן אפענעם טיר, נאך פיר אפיצירן פאלגן זיי נאך. צוויי פון זיי באקומען מילדע וואונדען.

11:37 – פרישע 16 רונדעס שיסערייען ווערט געהערט, ס'איז נאכנישט קלאר פון וועלכע זייט דאס איז געווען.

11:51 – א פאליציי סאַרדזשענט קומט אן צום סצענע.

12:03 – א מיידל (נישט קלאר איר יארגאנג) מאכט א 911 ריף שעפשענדיג "כ׳געפין זיך אין קלאס 112" די קאלל האט אנגעהאלטן א מינוט מיט דריי און דרייסיג סקונדעס.

12:03 – נאך פליציאנטען גייען אריין אינעם געביידע, ברעגענדיג די ציפער צו א סך הכל פון 19 פאליציי אפיצירן שטיין אינעם האלוועי גלייך נעבן די קלאסן ווי די שיסעריי קומט פאר.

12:06 – א ווארטזאגר פאר די יאָוואַלדי סקול פאראיין גיבט ארויס א סטעיטמנט (פעיסבוק) "יאָוואַלדי סקול עלטערן: זייט וויסן אז אונזער סקול איז אונטער א פולקאמער לאקדאון צילוב שיסערייען אין די געגנט, זייט וויסן אז אלע קינדער און איינגעשטעלטע זענען פארזיכערט, די בניינים זענען פארזיכערט אין א לאקדאון סטאטוס. אייער קאפאראציע איז גאר וויכטיג און קיינער זאל נישט קומען צום גאנצען סקול-קאמפוס, מיר וועלן אייך לאזן וויסן ווי נאר די לאקדאון ווערט אראפגענומען.

12:10 – די זעלבע מיידל ריפט נאכאמאל 911 זאגענדיג אז ס׳איז דא אפאר אומגעקומענע.

12:10 – א גרופע פון יו.עס. מארשעלס קומען אן אויפן סצענע.

12:13 – די מיידל ריפט 911 צום דריטן מאל

12:15 – יו.עס. בארדער פאטראל טיעם קומט אן צום סצענע.

12:16 – די מיידל ריפט א פערטע מאל דאס מאל זאגענדיג אז ס'איז דא 8-9 קינדער וועלכע לעבן נאך.

12:19 – א מיידל פון צימער 111 ריפט 911 אבער לייגט גלייך אראפ ווען א דערנעבענדיגע חבר'טע בעט איר אראפצולייגן.

12:21 – פרישע שיסערייען ווערט געהערט פון קלאס צימער, די פאליציי גלייבט אז די שיסער שטייט ביים טיר פון איינע פון די צימערן, זיי מארשירן אראפ דעם קארידאר.

12:21 – דריי רונדעס שיסערייען ווערט געהערט אין א 911 קאלל. ביידע קלאס צימערן זענען פארשפארט, זיי ווארטן אז א סקול איינגעשטעלטע זאל ברענגען די שליסלעך.

12:36 – נאך א קינד ריפט 911 , אין די זעלבע צייט ריפט אן אנדערע מיידל און זי ווערט אנגעזאגט צו האלטן אפען די ליין און זיך האלטן גאר שטיל. די מיידל זאגט "ער האט געשאסן די טיר"

12:43 – זי בעט זיך ביים דיספעטשער "ביטע שיק יעצט אריין די פאליציי"

12:46 – "כ'הער די פאליציי דא אינדרויסן פון צימער"

12:47 – "כ'בעט זיך שיק זיי שוין אריין"

12:50 – די פאליציי עפענט די טיר מיטן שליסל, און דער'הרג'נן דעם שיסער. שיסערייען ווערט געהערט אין די 911 קאלל.

12:51 –ס׳ווערט געהערט פאליציי אפיצירן ברענגען ארויס קינדער פונעם צימער.

12:58 – מ׳הערט אויפן פאליציי ראדיא אז די שיסער איז גע׳הרג׳ט און אז די סיטואציע איז פאריבער.

**
יעצט איז דא נאך ארומיגע דעטאלן וואס מ׳קען נישט ארויסלאזן:

פאר צוויי חדשים צירוק איז פארגעקומען אן ״אקטיווע שיסער דריל״ אין די יאָוואַלדי הויך-שולע ווי דער יעצטיגער שיסער האט געלערנט.
דריל.jpg
די הויפט פאליציי וואס האט געגעבן די ארדער נישט צו שטורעמען די קלאס, נאר ענדערש ווארטן פארן שליסל, איז אויפגענומען געווארן פאר די פאזיציע פאר צוויי יאר צוריק, און האט געווינען א סיטי קאונסול זיץ מיט א קנאפע צוויי וואכן צוריק.

עס פעהלט א שיינע פאר מינוט פון די פאליציי סקענער.

בשעת די שיסעריי איז פארגעקומען האבן עלטערן פרובירט אריינצולויפן ראטעווען זייערע קינדער אבער זענען אראפגעהאלטען געווארן דורך פאליציי, אין איין פאל זענען איינע פון די עלטערן געקייטעלט געווארן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עולם הזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר