בלאט 1 פון 2

ליפא זינגט פאר נחל חרדי

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:29 pm
דורך בן תמליון
http://www.timesofisrael.com/hasidic-po ... um=twitter

וואס זאגט דער עולם דערצו? זיי זאגן אז דער פיינעל קליפ קומט נאך. דוכט זיך עס איז שוין דא א קליפ אויף יוטוב יארן צוריק ליפא זינגען ביי אן הכנסת ספר תורה פאר נחל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:30 pm
דורך זר זהב
ליפא ווער?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:34 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:ליפא ווער?

הממ... מסתמא דער ליפא... ווי אזוי הייסט ער נאר???.... אה איך האב מיך דערמאנט... ליפא מייזעלס...
איך מיין... דו ווייסט באמת נישט פון וועם מען רעדט???

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:40 pm
דורך זר זהב
פון וואו זאלעך וויסן?
ליפא מייזעלס וואלט קיינמאל נישט געזונגען פאר נחל החרדי
אפשר ליפא פרידריך?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:41 pm
דורך שמואל הלוי
ליפא פרידריך וואלט יא?

---
אקעי פליז סטאפ, ס'איז דא א פארברענגען פארום.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:42 pm
דורך לעמיל
עס איז נישט ד ערשאע מאל דא האסטו נאך איינס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bX05nPu5Sx8[/youtube]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:43 pm
דורך שמואל הלוי
עבירה גוררת עבירה ;)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:45 pm
דורך היסטאריקער
איז עס א עוולה אויב טוט ער עס פאר געלט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:45 pm
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:עבירה גוררת עבירה ;)

וואס איז די עבירה צו זינגען פאר זיי? און וואס איז עס גורם?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:59 pm
דורך שמואל הלוי
ווער עס פארשטייט פארשטייט...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:06 pm
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:ווער עס פארשטייט פארשטייט...

אהההה, איך מיין מען קען עס אריין לייגען און אויסשפריך ווערטער וואס כ'האב מיך דא אויסגעלערענט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:09 pm
דורך שמעקעדיג
ער זוכט זיך פוטער אויפן קאפ, און דערנאך וועט ער כאפן נאך אפאר שטיינדלעך צו בויען אן עקסטענשאן פאר זיין ביהמ"ד...

נישטא ווער ס'זאל לאכן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:23 am
דורך חאצקל
פון וועלעכע ליפא רעדט מען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:08 am
דורך טעפל
חאצקל האט געשריבן:פון וועלעכע ליפא רעדט מען?

עיין לעיל בתגובה של ר' משה געציל ותמצא נחת..

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:38 pm
דורך חאצקל
איך האב באקומען פערזענליך אן הודעה אז מ'רעדט דא פון ליפא שמעלצער א ברודער פון זושע שמעלצער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:13 am
דורך טעפל
חאצקל האט געשריבן:איך האב באקומען פערזענליך אן הודעה אז מ'רעדט דא פון ליפא שמעלצער א ברודער פון זושע שמעלצער

ווער איז זושע שמעלצער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:36 am
דורך בן תמליון
טעפל האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:איך האב באקומען פערזענליך אן הודעה אז מ'רעדט דא פון ליפא שמעלצער א ברודער פון זושע שמעלצער

ווער איז זושע שמעלצער?


געדענקסט ווען די מאמע איז געגאנגען קויפן שיך פארן גימל? און ווען ער איז ארויף אויפן דלת טיש און צובראכן זיין פוס? אוי האבן מיר איהם געשוינט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:25 am
דורך מורינו הרב
בן תמליון האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:איך האב באקומען פערזענליך אן הודעה אז מ'רעדט דא פון ליפא שמעלצער א ברודער פון זושע שמעלצער

ווער איז זושע שמעלצער?


געדענקסט ווען די מאמע איז געגאנגען קויפן שיך פארן גימל? און ווען ער איז ארויף אויפן דלת טיש און צובראכן זיין פוס? אוי האבן מיר איהם געשוינט.


די טעיפ איז נאך דא היינט צו באקומען?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:20 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:ער זוכט זיך פוטער אויפן קאפ, און דערנאך וועט ער כאפן נאך אפאר שטיינדלעך צו בויען אן עקסטענשאן פאר זיין ביהמ"ד...

נישטא ווער ס'זאל לאכן.

דא האסטו

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 3:19 am
דורך סאשי פיש
ליפא איז נאכאמאל דארטען.
דאסמאל אבער מיט גאר א שארפע סטעיטמעינט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4XC3PRDoXeA[/youtube]]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:45 pm
דורך קדש הילולים
וויאזוי שטייט אין גמרא ? ״לא לחינם הלך הזרזר אצל העורב אלא מפני שהוא מינו....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:10 pm
דורך מאטי
נו וואס זוכסטו אויף קאווע שטיבל?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 8:33 pm
דורך berlbalaguleh
קדש הילולים האט געשריבן:וויאזוי שטייט אין גמרא ? ״לא לחינם הלך הזרזר אצל העורב אלא מפני שהוא מינו....

געוויסע חשוב'ע ניקס כמו פרי קודש הילולים, פרי צדיק עץ חיים, זאגן: נישט נאר ליפא, וועט (ח"ו) גיין אין גיהינום, נאר אפילו זיין דרייווער וואס האט עים ארויסגעדרייווט צו דעם נחל חרדי מיליטערישן בעיס, וועט אויכעט (ח"ו) גיין אין גהינום: אבער אינז, ערליכע אידן מיט א אידיש הארץ און ווארימע נשמה געפילן, שרייען אויס פאר ליפא, און פאר די וואוילע אידישע בחורים וועלכע גייען נעמען א טייל אין באשיצן ארץ ישראל פון די רוצחים און מערדערס, די אראבער, די בני ישמעאל, "תחזקנה ידיכם": און "כה לחי". כה יתן ה' וכה יוסיף". עטץ וועטץ אלע זוכה זיין לחיי העולם הבא. קיעפ איט אפ...לאכטס ענק אויס פון די אחינו בני ישראל התועים. נעבעך, אינזערע פארבלאנדזשעטע ברידערס, וואס זאגן על טהור טמא. און על טמא טהור. אויף אסור , מותר. און אויף מותר, אסור...ווען 'עללן זיי זיך אויפוועקן? ווען ס'עט זיין ח"ו ראיאטן אין וויליאמסבורג און אין מאנרא?!. א שטיקל ראיה אז איך און די אלע אנדערע נארמאלע מענטשן מיט א אידיש הארץ זענען גערעכט, איז ווען אין חודש אב, תשנ"א זענען געוועין ראיאטן אקעיגן אידן אין קראונהייטס דורך דע פארשאלטענע שווארצע מערדערס און רוצחים, ימ"ש, האט איינער פון די פארשאלטענע שווארצע מערדערס ימ"ש געשריגן אין ראדיא (באזני שמעתי) "אינזער נעקסטע סטאפ" (צו מאכן די רציחות) איז וויליאמסבורג"!!!!. און די סאקמערע קהילה האטצעך דעך אייביג ארומגעריסן מיט ליובאוויטש, און געזאגט אז זיי זענען גויים און אינז זענען ערליכע אידן. פונדעסטוועיגן דאך, ביי די שווארצע רוצחים און אנדערע אנטיסעמיטן זעמיר גלייך!!! אינז אלע זעמיר אידן! און דערפאר האבן זיי אינז פיינט. ביי קרוינהייטס האט גארנישט געהאלפן אז מע גיימער אין די שיטה און אינז זעמיר נישט קיין ציונים, ח"ו. ס'האט נישט געהאלפן קיין שום נטורי קרתא און קיין שום נטרונא.... :? 8-) :roll: :twisted: :roll: :evil: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :o :( ;) :o