בלאט 1 פון 1
נייע הכשר אויף סעלפאון'ס אין ארץ ישראל
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 12:09 am
דורך בורו פארק
דער נייעס קומט אריין אז ס'גייט זיך דער ערשטע מאל עפענען א קאמפעטישען הכשר פון כשר'ע סעלפאון'ס אין ארץ ישראל בראשות דער ליטווישע מנהיג הגאון הגדול רבי גרשון איידלשטיין.
וועד הרבנים לעניני תקשורת איז דערווייל געווען דער איינציגסטע צו געבען א הכשר און זיי בלאקען אלע האטליינס אפי' קול מבשר.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 12:47 am
דורך פאלגזאם
וואס איז די סיבה צו דעם?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 1:24 am
דורך בורו פארק
פאלגזאם האט געשריבן:וואס איז די סיבה צו דעם?
ס'איז דא אסאך טענות אויף דער וועד הרבנים לעניני תקשורת, איינס פון זיי אז זיי בלאקען פון קענען רופען געוויסע נאמבערס אן קיין סיבה אדער גאר פאר פאליטישע חשבונות. לעצטענס האבען זיי אפגעמאכט צו פארמאכען משפחה האטליינס וואס גייט נישט אדורך אפאר געקליבענע קאמפעניס.
ר' גרשון נוצט אויס דער געלעגענהייט וואס דער פארבינדונג מוניסטער יועז הנדל צווינגט אז דער סעלפאון קאמפעני מוז לאזען אריבער פירען א כשר'ע סעלפאון פלען צו א נישט כשר'ע, און אזוי קענען גאנץ כלל ישראל אריבערפירען צו דער נייע הכשר.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 4:37 am
דורך נייגעריגע אינגערמאן
בורו פארק האט געשריבן:פאלגזאם האט געשריבן:וואס איז די סיבה צו דעם?
ס'איז דא אסאך טענות אויף דער וועד הרבנים לעניני תקשורת, איינס פון זיי אז זיי בלאקען פון קענען רופען געוויסע נאמבערס אן קיין סיבה אדער גאר פאר פאליטישע חשבונות. לעצטענס האבען זיי אפגעמאכט צו פארמאכען משפחה האטליינס וואס גייט נישט אדורך אפאר געקליבענע קאמפעניס.
ר' גרשון נוצט אויס דער געלעגענהייט וואס דער פארבינדונג מוניסטער יועז הנדל צווינגט אז דער סעלפאון קאמפעני מוז לאזען אריבער פירען א כשר'ע סעלפאון פלען צו א נישט כשר'ע, און אזוי קענען גאנץ כלל ישראל אריבערפירען צו דער נייע הכשר.
איך מיין אז איינער פון די זאכן וואס האבן צוגעשפילט איז דאס וואס די גורע האבן געבלאקט די האטליין צו באשטעלן טיקעטס צו די כינוס פון ר’ שאול אלתר