בלאט 1 פון 5
פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 5:20 am
דורך תוהו ובוהו
היינט איז געלופטערט געווארן אויף ישראל'ישע טעלעוויזיע
די ערשטע חלק פון א דעטאלירטע תחקיר איבער 'פרשת אליעזר ברלנד' דורכ'ן תוכנית 'המקור' פון רביב דרוקר.
די תוכנית איז די גרינטליכסטע תחקיר ארויסגעגעבן ביז היינט איבער די גאנצע פרשה, און דאכצעך די גרינטליכסטע תחקיר אויף סיי וואספארא 'שערורייה פנים-חרדית'.
זיי האבן לענגערע אינטערוויוס מיט יו"ט חשין, צביק'ה צוקר (ברלנד'ס איידעם), נחמן שלום, און נאך געוועזענע קהילה מיטגלידער. פילם רעקארדירונגען פון שמועסן וואס יו"ט חשין האט אפגעהאלטן מיט ברלנד'ס זוהן 'נחמן' ווי ער פארציילט האר-אויפשטעלנדע אויפדעקונגען, ווי אויך פרישע הקלטות פון חדר חקירות.
די גרעסטע חידוש, איז דאס אויפדעקונג אז ברלנד האט שוין געפירט רומנים מיט פרויען אזוי פרי ווי אין תשמ"ב! פערציג יאר צוריק! כאטש מער סיפורי אהבה און נישט קיין סיפורי אונס.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 6:56 am
דורך [NAMELESS]
דאסמאל איז עס א פיינע דעטאלירטע תחקיר, וואס לאזט נישט איבער קיין ספיקות איבער וואספארא סאדיסט בערלאנד איז. איך פלעג גראדע אמאל האלטן פון אים (נישט פון די פרומקייטן, נאר סתם וועגן זיין אויסערגעווענליכע בקיאות אין אלע הינזיכטן) און איך בין שרעקליך אומבאקוועם דערמיט היינט צוטאגס ווען זאכן שווימען צום אויבערפלאך.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 7:37 am
דורך [NAMELESS]
א וידיאו ווי ער זאגט אליין אז ער האלט אז מ׳דארף איהם געבן סקילה
https://www.youtube.com/watch?v=KW_PHRaBEHI
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 8:10 am
דורך טאמבל סאס
תוהו ובוהו א דאנק פאר'ן שערן. אָנבעליוועבלי שאקינג! ס'איז מיר כמעט געקומען צו וויינען ווען צום סוף פארציילט איינע פון די פרויען ווי א מענטש איז פשוט געשטארבן פון איינע פון די צומות וואס ברלנד האט אויף יעדן אימפוזד פאר א צייט נאכוואס א דזשוק איז אים פלוצים איין טאג אריין אין קאפ.
אויך איז אינטערסאנט וואס טיקולסקי מערקט אן אז די נושא פון שידוכים (און גירושין), מיט וואס בערלאנד האט זיך אבסעסיוולי באשעפטיגט, אז לדעתו זענען דאס די ערגסטע קילקולים וואס ער האט אנגעמאכט. קילקולים וואס מען קען נישט פארריכטן.
כ'שטעל מיך פאר אז ענליכעס, אבער אויף א קלענערעם סקעיל, גייט אויך פאר אין אנדערע, מער היימישע קהילות, וואס כ'וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער די קהילות זענען נאך צו קליין, קענען נישט די גויאישע שפראך אדער האבן נישט די חילוני לשעבר'דיגע חוצפה צו בועט זיין. און דערווייל שרייט מען ווייטער וועגן ביטול היש און וועגן אויפגעבן דעם אנכיות אבי צו זיך מסתופף זיין תחת רגליו השחורים והטחורים פון צדיק (ליטעראלי) ועולם כמנהגו נוהג.
יהורם, איך האב אים געזען אין אומאן אלס אינג בחורל. קען זיין דעמאלס האב איך נישט פארשטאנען קיין סאך האב איך נישט אויפגעכאפט זיין בקיאות אבער כ'האב אים געזען זיך אזוי ווארפן און שרייען, און מאכן די מאדנע הוויות, און זיינע חסידים, בריונים האקן שטיקער פון מענטשן האב איך תיכף געזען אין אים א מחבל און צורידערטער פארשוין ענדערש ווי א מענטש וואס זיין פלאץ איז אין א קלויז. אז דו וועסט פרעגן די טאראדישאנעל, ערנסטע, באזעסענע ברסלבער וועסטו זען אז זיי האבן שוין פיהל יארן צוריק דערקענט אין אים עפעס פרעמד און אים אויסגעמיטן.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 8:22 am
דורך טאמבל סאס
עה, דאס איז אלץ נארישקייטן. אדער האט ער אַמין ספליט פערסאנליטי אוואו איין האלב איז נישט באוואוסטזיניג פון צווייטן האלב אבער מיר קוקט מער אויס אז ער זאגט אלעס היפאטעטיקלי:
אויב זיי פיהלן בצער,
אויב זיי קענען נישט שלאפן ביינאכט,
אויב האב איך זיי טאקע
אזוי בא-עוולט.. (איי מין וועלכע מענטש טוט אזעלכע זאכן און דארף קודם אדורכגיין די גאנצע פראצעדור (מסירה, ארעסט, משפט און תפיסה) בעפאר ער זאל איינזעהן אז ער האט בעוולט זיינע קרבנות?)
אויב די שופט וויל מיך געבן תפיסה..
אויב ער וויל מיך געבן סקילה.. ער זאגט ער האט חרטה אויף דעם וואס זיי האבן געשפירט אויסגענוצט.. וואספארא מין גערעדאכץ איז דאס? ער זאגט נישט ער האט חרטה פאר'ן זיי מאנס זיין. ער וואלט געדארפט טרעפן א בעסערע וועג עס צו טוהן אזוי אז זיי זאלן נישט האבן געשפירט אויסגענוצט? פארוואס? אזוי אז זיי זאלן אים נישט האבן פאר'מסר'ט?
"דאס איז די שאנס צו בעטן מחילה.." דער רעפארטער ברויך אים דערמאנען צו רעדן וועגן בעטן מחילה און דאָך קען ער זיך נישט נאכגיבן זיי צו עקשולי בעטן מחילה. און פארגעסט נישט, דאס זאגט ער אלעס וויסענדיג אז אונטער אים שטייט סייווי א מעכטיגע אפאראט וואס וועט נישט צולאזן מ'זאל אים געבן תפיסה, אפגערעדט סקילה.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 11:57 am
דורך שמן למאור
האר אויפשטעלנד!!!
ס'נישט נארמאל וואס דער ברלנד האט אפגעטון צו מענטשן,
די גאנצע זאך מאכט מיר פאר סאם ריזן גרויסע ספיקות אין אלע צדיקים ביז די בעש"ט ארויף,
היינט איז דא טעלעוויזן מיט תחקירים, וואס דעקן אויף די מעשיות, אבער אמאל??
וואס מען זעט דא קלאר פון די תחקיר, איז אז עס קען זיין א מענטש וואס דאווענט שעות ארוכות, פאסט תעניתים, און איז א גאון עולם ממש, און רעדט ווי די גרעסטע קדוש, פראוועט "אותות ומופתים" פאר די חסידים, ממש א "ריבניצער" אדער א "קדישת לוי", אבער דאך קען ער זיין א שטיק טינופות, א רשע מרושע, און דאך ווערט די עולם פארקויפט פאר אים גאר שטארק, ביז מען האלט אז ער איז ממש גאט אליין...
עס מאכט מיר זייער א אומאיינגענעמע געפיל... אפשר איז ר' נחמן מברסלב אליין אויך געווען אזוי? אפשר איז דאס געווען פשט פון די התנגדות נגדו?? ח"ו איך זאג נישט אז אזוי איז געווען... אבער ווער ווייסט? קען מען דען וויסן וואס און ווער האט זיך געדרייט אין זיין בעדראום?
פארשטייט זיך אז עס איז היינט דא און עס איז אייביג געווען עכטע ריינע ערליכע צדיקים, אבער אז היינט קען זיין אזא איינער, דאן מהיכא תיתא אז מיט יארן צירוק איז נישט געווען די זעלבע, גיי ווייס ווער איז געווען ערליך און ווער נישט
איי וועסטו זאגן אז אויב עס איז געווען אזאנס וואלט עס ארויסגעקומען?.. כמיין אז מען דארף נישט זיין צו קליג צו פארשטיין אז אזא זאך וואלט אמאליגע צייטן געקענט טויזענט מאל גרינגער ווערן אינטערגעווארפן אינטערן קארפעט,
און אפילו אויב בשעתו איז יא געווען "עפעס" שמיעות, און געוויסע אידן וואלטן זיך געלאזט הערן, וואלט מען היינט נאר געוויסט צו פארציילן אז געוויסע אנדערע צדיקים, האבן פשוט נישט פארשטאנען דעם "דרך" פון די צדיק, אדער אז מחלוקת פון צדיקים איז "העכערע זאכן"...
איינער קען מיר בארוהיגן?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 12:05 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
ליידער קען איך דיר נישט בארואיגן, ס'זעהר שווער צי וויסן וואס יענער טוט ביי זיך אינדערהיים ווען קיינער זעט נישט און ער קען אויסזעהן ווי דער צדיק הדור, אבער אין אמת'ן איז ער א גרויסע בעל עבירה, און ס'שוין גיוועהן לעולמים אז מ'האט געמיינט אויף עימיצן אז ער איז א צדיק און ס'נתגלה געווארען צום סוף זיין אמת'ע פרצוף אז ער איז א רשע וכו', וו.צ.ב.ש שמשון כופר וואס יעדער האט געמיינט אז ער איז א גרויסע צדיק און א סאך קינדער האבען גילערנט ביי עהם און זענען ליידער אפגעפארען ווועגן עהם ביז דער אלטער רבי פון חב"ד האט אנטדעקט זיין אמת'ע פרצוף אז ער איז א משכיל,
און האט שוין געזאגט ר' מענדל פון וויטעבסק ז"ל, ניינציג פראצענט פון די רבי'ס אין אונזער דור זענען שקר (און דאס האט ער געזאגט אין זיינע צייטן!).
Re: פרישע תחקיר איבער פרשת ברלנד
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 12:23 pm
דורך כרם זית
ווער איז שמשון כופר?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 12:26 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
כרם זית האט געשריבן:ווער איז שמשון כופר?
א משכיל וואס האט זיך פארגעשטעלט אלטס אן ערלעכע מלמד דרדקי פון ווילנא וואס פלעגט שיקען בחורים לערנען אין בערלין און האט פארציילט פאר די עלטערען אז זיי לערנען אין א ישיבה ביז ער איז געקוממען מיט א גרופע חסידים פון ווילנא צו ליאזנא צו דער אלטער רבי פון חב"ד און ער האט אנטדעקט זיין פרצוף
איך האב געמיינט אז ס'גענוג א באוואוסטע מעשה
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 12:55 pm
דורך טאמבל סאס
סיריעסלי? כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען. דו גלייכסט צו א משכיל צו ברלנד? ס'איז שוין פיהל לייכטער צו ציען א קאמפאריסאן צווישן טאהשער רבי, וואס איז כידוע אויך געווען אבסעסיוו מיטן חטא הידוע און ביי אים אין חצר דרייען זיך נאך היינט די גרעסטע מנובלים, מושחתים, משכב זכור'ניקעס און בועלי אשת איש, ווי איידער א משכיל וואס האט געשיקט בחורים לערנען קיין בערלין..
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 3:07 pm
דורך טאמבל סאס
ער זאגט אויך נאר
אויב איז דאס אן עבירה וואס ער פארדינט זיך סקילה דערויף איז ער מסכים.. די וויץ איז אז סקילה (אפשר נישט גענוי אבער א מיתת בי"ד) באקומען נאר די יחידים (וואס נעמען זיך אויף אויף די קריוודעס באגאנגען קעגן יחידים - כולל אזוינע וואס ברלנד האט געטוהן) וואס טרעטן ארויס פון די געמיינדע און די רולס (ווער ס'באקומט סקילה אויף וועלכע עבירה וכו') ווערן געשריבן דורך די ראשים, א"כ וועלן זיי דאך אוודאי מאכן די רולס לויט ווי ס'גוט פאר זיי. איי די תורה זאגט דאך יא אז אשת איש בחנק? נו, אויפדעם קומט מען אויף מיט עצות ותחבולות. נישט אנרירן די ווייב נאר איינמאל א יאהר. סוד הנחש. משיח בא באיסור. עולם האצילות. סארא לאקשן צו פארקויפן און אפקויפן.
וואס האט מיך פארעקלט איז ווי ער זאגט אז אויב פיהלט עמיצער אז די תאוות און נסיונות זענען גרויס ברויך ער נעמען א מעסער און שטעכן זיינע אייגענע עלטערן ווייל זיי זענען שולדיג. איי מין וואספארא מין דיפרעיווד, און טוויסטעד מטורף ברויך א מענטש צוזיין קיינמאל נישט צו בליעמען זיך אליינס נאר אלעמאל טרעפן עמיצער אנדערש, אינקלודינג זיינע אייגענע עלטערן אדער קינדער. אויף אן אנדער אָרט פארציילן זיי אז ער האט פארארדנט מען זאל זיין זוהן שמעטערן דעם קאפ אין די אספאלט. דאס קומט ארויס פון צופיהל פּאשען און פלעגן די געפיהלן (קרעדיט קאך_לעפל).
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 3:19 pm
דורך שמן למאור
נאך א מזל אז דעם "סוד פונעם נחש" איז צום סוף ארויסגערינען...
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 3:38 pm
דורך טאמבל סאס
ארויסגעדריבלט..
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 2:54 am
דורך דוד שריפטליך
כ'שטעל מיך פאר אז ענליכעס, אבער אויף א קלענערעם סקעיל, גייט אויך פאר אין אנדערע, מער היימישע קהילות, וואס כ'וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער די קהילות זענען נאך צו קליין, קענען נישט די גויאישע שפראך אדער האבן נישט די חילוני לשעבר'דיגע חוצפה צו בועט זיין. און
דערווייל שרייט מען ווייטער וועגן ביטול היש
וועלעכע קהילה מיינסטו?
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 3:34 am
דורך שמן למאור
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 8:42 am
דורך אינטערסאנטער
עצי שטים האט געשריבן:
וואס מען זעט דא קלאר פון די תחקיר, איז אז עס קען זיין א מענטש וואס דאווענט שעות ארוכות, פאסט תעניתים, און איז א גאון עולם ממש, און רעדט ווי די גרעסטע קדוש, פראוועט "אותות ומופתים" פאר די חסידים, ממש א "ריבניצער" אדער א "קדישת לוי", אבער דאך קען ער זיין א שטיק טינופות, א רשע מרושע, און דאך ווערט די עולם פארקויפט פאר אים גאר שטארק, ביז מען האלט אז ער איז ממש גאט אליין...
עס מאכט מיר זייער א אומאיינגענעמע געפיל... אפשר איז ר' נחמן מברסלב אליין אויך געווען אזוי? אפשר איז דאס געווען פשט פון די התנגדות נגדו?? ח"ו איך זאג נישט אז אזוי איז געווען... אבער ווער ווייסט? קען מען דען וויסן וואס און ווער האט זיך געדרייט אין זיין בעדראום?
פארשטייט זיך אז עס איז היינט דא און עס איז אייביג געווען עכטע ריינע ערליכע צדיקים, אבער אז היינט קען זיין אזא איינער, דאן מהיכא תיתא אז מיט יארן צוריק איז נישט געווען די זעלבע, גיי ווייס ווער איז געווען ערליך און ווער נישט.
א נארישע צאמשטעל, עס איז נישט געווען קיין נארמאלער באזעסענע מענטש וואס האבן נישט אין דעם פארשוין געזעהן א צורידערטער ווילדער אקס שוין יארן צוריק. מדות מושחתות האט מען אייביג געזעהן ביי אים, און וואס נישט.
מען קען נאך מער מאריך זיין, ועוד חזון למועד אי"ה.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 8:57 am
דורך היסטאריע
און ווער זאגט דיר אז היינט טוהן עס נישט רבי'ס וכו'? ווען ברלנד האט נישט אריכות ימים וואלט מען קיינמאל נישט געוויסט אלע מעשה'לעך.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 10:58 am
דורך שמן למאור
אינטערסאנטער האט געשריבן:
א נארישע צאמשטעל, עס איז נישט געווען קיין נערמאלע באזעסענע מענטשן וואס האבן נישט אין דעם פארשוין געזעהן א צורידערטער ווילדער אקס שוין יארן צוריק. מדות מושחתות האט מען אייביג געזעהן ביי אים, און וואס נישט.
מען קען נאך מער מאריך זיין, ועוד חזון למועד אי"ה.
אדרבה זיי מאריך, ווייל צו מיר זעט עס נישט אויס ווי עס איז דא אזא חילוק,
דו האסט עפעס אזא איינרעדעניש כנראה, אז ר"ר אלימלך מליזענסק אדער דער בארדיטשובער, זענען געווען באזעסענע געלאסענע מענטשן, וואס האבן פשוט געדינט דעם באשעפער ווי נארמאלע מענטשן,
אפשר איז די גר"א געווען אזוי, אפשר אויך די נודע ביהודה, אבער עס איז קלאר אז איינער וואס האט צוגעקוקט די עבודה פון די קדושת לוי האט געהאלטן אדער אז ער איז א וואנזיניגער, אדער אז ער איז פשוט מופשט פונעם עולם הזה.
עס איז דא א באקאנטע מעשה, אז מען האט געפרעגט א פויער וואס האט נאך מיטגעהאלטן א תפלה פון ר"ר אלימלך מיט די תלמידים, האט ער געזאגט אז די גאנצע עולם איז געווען גוט שיכור, אבער די רבי אליין... ממש טויט שיכור, ער האט געמוזט האבן גאר א שטארקע משקה...
ווער רעדט נאך פון עליית נשמה אדער אנדערע מאדנע התנהגות'ן
אדרבה קוק אפילו אויף היינטיגע צדיקים וואס רוב וועלט האלט יא פון זיי, נעם רצ"מ זילבערבערג, אדער דער אמשינאווער רבי, אדער ראחמאסטריווקא רבי פון א"י, אלע פון זיי האבן שטארקע קריצן, גארנישט אזוי אנדערש ווי ברלנד.
די איינציגסטע חילוק איז אז דא איז מען געוואר געווארן די שמוץ,
ווען עס קומט ווען יעצט ארויס קלארע עדות'ן מיט מעשיות אויף איינע פון די דריי אויבנדערמאנטע היינטיגע צדיקים, וואלט מען שוין אויך געזאגט, אז שוין יארן וואס יעדער זעט אז דער איז א צערידערטער ווילדער אקס,
דו רעדסט פון מדות מושחתות, קען מען דען רעדן אזוי אויף א "צדיק"?? ס'איז דאך "העכערע זאכן".
די ווייסט אז די "הייליגע" דברי חיים פלעגט געבן פעטש, יא, אזעלכע געזונטע פעטש סתם אבי פאר מענטשן, נאר וואס דען? ער פלעגט דורך דעם אויס'פועל'ן גרויסע ישועות פאר מענטשן, פונקט אזוי ווי ברלנד פועל'ט ישועות דורך זיינע וועגן...
האבן זיך נישט גענוג צדיקים געריסן ביי די קעפ? מחלוקת מיט לשון הרע? גארליצער רב פלעגט בארעדן רבי'ס פאר שעות ארוכות... און... ס'איז אלעס העכערע זאכן...
כמעט אלעס וואס ברלנד טוט קענסטו טרעפן אנדערע צדיקים וואס די האלטסט יא פון זיי, וואס האבן געטון די זעלבע זאך.
חוץ פון די נידריגע מעשיות מיט אשת איש, וואס דאס וואלט מען אויסגעמעקט פון די היסטאריע ביכער ווען עס געשעט ווען ביי איינע פון די "צדיקים".
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 11:06 am
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:און ווער זאגט דיר אז היינט טוהן עס נישט רבי'ס וכו'? ווען ברלנד האט נישט אריכות ימים וואלט מען קיינמאל נישט געוויסט אלע מעשה'לעך.
קודם כל האט קיינער טאקע נישט געזאגט אז רבי׳ס טוען עס נישט. עס איז זייער מעגליך אז פארשידענע רעבעלעך למיניהם טוען יא באגוואלדיגן פרויען אדער בחורים און מען געפינט טאקע אויס יעדע שטיק צייט איבער נאך אנדערע וואס האבן געטון אומווערדיגע זאכן מיט זייערע חסידים. אבער בערלאנד איז אנדערש ווי אלע אנדערע רבי׳ס וויבאלד ער איז אן ארכי מנוול וואס האט עס געטון אומאויפהערליך. עס איז נישט די מעשה איבער איין אדער צוויי פרויען, נאר ער האט געפירט ראמאנסן מיט הונדערטע פרויען אין זיין קהילה מאכנדיג זיי אומגליקליך אויף שטענדיג. נאכמער פון דעם, ער האט דאס ניטאמאל באהאלטן פון זיינע מענטשן נאר ער האט פשוט געלאזט אלעמען וויסן אז א צדיק איז העכער ווי די תורה און אז ער מעג טון וואס ער וויל. ער איז א מסוכנ׳דיגער מענטש און א קולט פירער וואס האט געמאכט הונדערטע משפחות גלייבן אין אים און אזוי האט ער גענומען אדווענטידזש פון זיי און אויסגענוצט פיזיש, גייסטיש, פינאנציאעל, און [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 12:29 pm
דורך שאלתיאל
@עצי שיטים מסופקני צו דו וועסט טרעפן נאך א פאל אין היסטאריע פון א אנגעזענע רבי וואס האט צובראכן אזויפיל שטובער, אומגליקליך געמאכט אזויפיל מענטשן און אנגעזייעט כאאס און חורבן ווי אליזער ברלנד. אמת אז איבעראל טרעפט מען מאדנע הנהגות אבער אז די קוקסט אין טאטאל אויפן גרויסן בילד זעסטו, ליבשאפט, גוטס, חסדים, הילף פאר א יעדן איד, עבודת השם, אויפטואונגען פארן כלל וכו' משא"כ ביי דעם מנוול.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 5:52 pm
דורך שמן למאור
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 10:55 pm
דורך היסטאריע
אבער בערלאנד איז אנדערש ווי אלע אנדערע רבי׳ס וויבאלד ער איז אן ארכי מנוול וואס האט עס געטון אומאויפהערליך. עס איז נישט די מעשה איבער איין אדער צוויי פרויען, נאר ער האט געפירט ראמאנסן מיט הונדערטע פרויען אין זיין קהילה מאכנדיג זיי אומגליקליך אויף שטענדיג. נאכמער פון דעם, ער האט דאס ניטאמאל באהאלטן פון זיינע מענטשן
ביסט היבש מגזם. נישט הונדרעטער, נישט צענדליגער. ער האט יא באהאלטן. צאנזער רב האט אויך געזאגט ער איז א חוטא.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 11:32 pm
דורך שמעון וואלף
נוח האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען א נייע תחקיר אין א"י אויף הר' אליעזר בערלאנד און אלע זיינע שרעקליכע מעשים וואס איז ממש תסמר שערות אנוש. פארשטייט זיך אז ליידער ליידער זענען נאך רוב מנין ובנין פון זיינע חסידים געוואוירענע חסידים און האבן אים נישט איבערגעלאזט ווי עס איז די שטייגער פון מאמינים אין כאריזימאטישע פיגורן.
https://www.youtube.com/watch?v=rSfqXkW-GTw
אבער מיין גרעסטע חידוש פון די נייע תחקיר איז די אמאליגע געשוואוירענע חסידים וואס האבן איינגעזען ווער ער איז און האבן אים איבערגעלאזט. איך האלט אז זיי זענען ממש העלדן, און אז רוב רובם חסידים פון סיי וועלכן רבי וואלטן נישט איבערגעלאזט זייער רבי מחמת שום סיבה בעולם וואס האט נישט צו טון מיט א עוולה וואס איז געטון געווארן קעגן זיי אליין.
א מענטש וואס איז א חסיד פון סיי וועלכער רבי דארף זיך אליין פרעגן אויב וואלט אזעלכע זאכן אויפגעדעקט געווארן אויף מיין רבי וואלט איך געווען פון די מיעוט שבמיעוט וואס וואלטן אים איבערגעלאזט, אדער וואלט איך ווייטער געגאנגען מיט'ן שוואונג און געטראפן יעדע מין פארדרייטע תירוץ בעולם ווייטער צו גלייבן אין דעם.
רוב חסידים היינט זענען נישט קיין חסידים פון זייער רבי ווייל זיי האבן איינגעזעהן עפעס ספעציעל אין אים. זיי זענען געבוירן אין די קאמיוניטי, שיקן די קינדער דארט אין די מוסדות, זיך באקוועם געמאכט דארט אין די בית מדרש, מיט די מנהגים און נוסח התפילה א. א. וו.. טאמער די רבי האט נאך עפעס צו פארקויפן למשל, קען גוט רעדן, שמייכלן, זינגן אדער פרימעצן איז עס א באנוס, אבער נישט פארדעם איז ער דארט. מ'איז דארט ווייל אזוי איז עס באקוועם. טאמער קומט ארויס שמועות אז די רבי איז א שגץ איז דאס נאכנישט גענוג סיבה מ'זאל איבערלאזן דאס פלאץ.