בלאט 1 פון 1

מעג איך וויסן דיין פרייטאג'דיגע סדר היום?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:15 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט קיין סדר היום קיין איין טאג נעבעך, איך ווייס נישט וואס דער קומענדיגער מינוט גייט ברענגען.
פרייטאג אבער איז דאך א טאג אנדערש פון אלע אנדערע טעג אינעם וואך, אמער ס'איז ערב שבת קודש!

האב איך א סדר היום פאר פרייטאג וואס יעדער מייניך וועט זיין דזשעלעס.
און אדרבה זאל זיין דא א כינות סופרים טארבע חכמה, וילמדו תועים בינה.

איך שטיי אויף 11:00 שארף, איך לויף צום קאווע שטיבעל זעהן וואס ס'טוט זיך.
12:30 גייט מען אין שיהל כאפן די לעצטע מנין, איך לויף נאכדעם אין מקוה
פאר ס'ווערט געפאקט מיט פילגרימס.

איך קום אהיים זעץ מיר צום אינטערנעט פאר 5 שעה.
א שעה פאר'ן זמן שרייט מען אויף מיר אז די פיש איז נאך נישט געמאכט!

אויש כ'שטעל צו די פיש (זי האט געטוהן אלע אנדערע התחייבות'ן) ס'קומט די זמן, די פיש איז קוים אפגעקאכט. איך שעלט שוין,
ס'גייט זיין הייסע פיש. כ'לייג עס אריין אין פריזער, ס'קומט צום סעודה און מ'האמיר האלב געפרוירענע פיש מיט פיש זאפט אייסעס.

און דאס איז שוין מיט אזא לאנגן ריזיגן נאכמיטאג. פון א מעביר סדרה מאן דכר? א שטיקל חסידיש ספר אפגערעדט.

חומש מיט רמב"ן? א שטיקל אוה"ח הק'? וואס ווען ווי.

אזוי זעהט מען אויס ווען מ'איז גערעגט אויפ'ן קריעטער.
איך וויל נישט זיין אזוי!!
:cry: :cry: :cry: :cry: :cry:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
איך לאך און איך וויין אויף איינמאל.
געוואלד און געשריגן!!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:22 pm
דורך זר זהב
די הנהלה דארף אהערשטעלן א לאכעלע וויינעלע פנים ביי די סמיילי'ס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:26 pm
דורך שמעקעדיג
אז נישט קיין חסיד'יש ספר, לכה"פ לערן אדורך דעם (נעכטיגן) דף היומי אשכול!!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:49 pm
דורך חכם מחוכם
ביי דע וועי, מזל טוב פאר שמעקעדיג פארן טיטול "ואת האלף"

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 4:46 pm
דורך ניו יארק
האב נישט מורא, זר האט שוין דעם נעכטיגען דף היומי אשכול 'נעכטען' דורך געקוקט.
ער לאזט נישט - געווענליך - איבערנעכטיגען א אשכול וואס ער האט נישט געזען און מגיב געווען....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 4:56 pm
דורך זר זהב
נאט עט אלל.
איך לייען נישט אלעס.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 4:58 pm
דורך ניו יארק
צו אלע מעלות ביסטו א עניו אויך????

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:03 pm
דורך זר זהב
פארוואס עניו?
נישט יעדער אשכול אינטערעסירט מיר.
דיר יא?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:09 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס ביסטו גערעגט אויפ'ן קריעטאר , איבער וואס איז ענקער סוכסך?
איז ער גרעגט אויף דיר אויך?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:13 pm
דורך זר זהב
איבער א שטיקעלע ברויט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:56 pm
דורך שמואל הלוי
זר; ביי אונז אידן ווייסט מען אז די טאג הייבט זיך אן א נאכט פריער, ס'הייבט זיך נישט אן מיט אויפשטיין 11:00 פארטאגס... דערצייל'זשע וויאזוי ס'גייט צו פון דאנערשטאג לעת ערב, אפשר וועל איך דיר קענען העלפן אביסעלע אויסשטעלן דיין סדר היום אז דו זאלסט זיין צופרידן סיי ברוחניות "און אויך בגשמיות".

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 6:59 pm
דורך ונבנתה העיר
איך האף אז דו האסט אראפגעציפט אפאר מינוט צו שאפן א טיש בעקיטשע...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 7:17 pm
דורך שמעקעדיג
נו, די פיש איז שוין אויסגעקילט?
טשאבעס!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 7:28 pm
דורך זר זהב
פיש איז שוין אין פרידזש פאר גאנצע 20 מינוט!

טיש בעקישע גייט מען איצט ארויסנעמען פון קאר.

טשאבעס

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:25 am
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:אזוי זעהט מען אויס ווען מ'איז גערעגט אויפ'ן קריעטער.
איך וויל נישט זיין אזוי!!
:cry: :cry: :cry: :cry: :cry:

כ'פארשטיי נישט די ווילסט נישט זיין אזוי, איז טוה עס נישט! קוק אריין אביסל אין א אידיש ספר, ס'איז דא היינט גענוג אינטערסאנטע אויפן היימישן שפראך..

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:47 am
דורך מורינו הרב
ערנסט גערעדט: עס איז נישט קיין ווערטל.

א יונגערמאן מיט אזא סדר היום איז אין בעד שעיפ און ברויך זיך נעמען אין די הענט אריין.

אפילו עס שאדט נישט אזוי ווייט בשעת מעשה, אבער די תוצאות וואס וועט געזען ווערן נאך א שטיק צייט, וועט נישט זיין גוט.

פארבעסער דיר שנעל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:57 am
דורך קאווע טרינקער
איך קום אהיים זעץ מיר צום אינטערנעט פאר 5 שעה.

חבל, א שאד אז דו מאכסט נישט קיין פרנסה פון דעם.
5 שעה?
וויאזוי הייסטו אויף פעיסבוק?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:58 am
דורך זר זהב
סארי איך האב נישט קיין פעיסבוק אקאונט

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 2:37 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
פרייטיג איז א שווערע טאג סיי ווינטער און סיי זוממער!
מ'דארף עפעס מתקן זיין!