בלאט 1 פון 6

ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 6:02 pm
דורך שמן למאור
אסאך מאל זיך דרייענדיג ווי מען טאר נישט, שטויס איך מיר אהן אין אלגעמיינע ניגונים, וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה

עפעס די ניגון מיט די ווערטער איז אזוי שטארק און מתוק, אז ס'איז ממש א שאד אז עס איז נישט קיין אידישע ניגון מיט אידישע ווערטער, וואס זאל ארויסברענגען די מעסעדזש פונעם ניגון פארן היימישע אידיש רעדנדע געמיינדע.

אמאל פלעגט עס ר' אייזיקל קאלובער טון, ער האט גענומען ליבע ניגונים פון גוים און ארויפגעלייגט ווערטער פון געגועים צום אייבישטער, אזוי ווי די באקאנטע ניגון "גלות גלות",

און חב"ד איז באקאנט דעם ניגון "שאמיל" וואס מען האט מעלה געווען פון א אפיציר וואס איז פארטריבן געווארן פון זיין היימשטאט און געזינגען די ניגון מיט א בענקשאפט צו זיין מדינה, זע מער דא
אזוי אויך האט מען שוין דא געברענגט איבער די ניגון האדרת והאמונה וואס מען האט גענומען פון די פראנצויזן,

איך האב געהערט אמאל אז אסאך וויזניצע ניגונים שטאמען פון די מארמעראשע פויערן, איך האב עס געהערט זאגן אויף די באקאנטע ווארימע ניגון "השבת נועם הנשמות" ועוד,

היינט איז נישטא צופיל וואס זענען עוסק דערין, (ברם זכור ר' חיים שלמה מאיעס, וואס טוט עס יא, אזוי ווי די באקאנטע
בס קול ניגון, וואס קומט ארגינעל פונעם פיפטע הארמאניע, ועוד)

ממילא וועל איך עפענען די אשכול צו ברענגען ניגונים וואס מען דארף זיי אריינברענעגען צו די קדושה, אמאל דארף מען ארויפלייגן אידישע ליריקס אנשטאט די גויאישע, אמאל קען מען ארויפלייגן א פסוק,

איך בין נישט אזא גרויסע עקספערט אין שרייבן אידישע ליריקס און גראמען, די אידן מיט טאלאנט ווערן געבעטן צו העלפן מוציא זיין יקר מזולל, און מעלה זיין די ניצוצות הקדושים פון די ניגונים,

איך הייב אהן מיט א ניגון געגועים וואס דזשאן דענווער ע"ה האט פארפאסט, איבער די שטאט וועסט ווערדזשיניע

די ניגון איז א רוהיגע גלאטע ניגון מיט א שטארקע געפיל פון בענקעניש ביים צווייטן פאל,
די ניגון דארף מען מעלה זיין און איבערטייטשן צו די געגועים וואס א אידיש קינד האט צו ירושלים עיר הקודש,

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 8:00 pm
דורך קהל'ס נער
דודי קאליש האט בימי חורפו ארויסגעגעבען א סידי "רעפ אין יודיש" טאקע די איידיע וואס די רעדסט דא, ער האט מגייר געוועהן רעפ ניגונים.
למעשה איז ער געקימען צי די עידזש פון שידוכים פאר די קינדער האט ער אויפגעהערט מיט דעם.
איך מיין גראדע אז ס'איז בעסער אזוי (ענדעשער ארגינעלע חסידישע ניגונים ווי נאכגעמאכטע גואישע ניגונים)

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 8:26 pm
דורך פערינא
וועלכע סידי פון דודי קאליש איז רעפ?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 10:10 pm
דורך שמן למאור
נאך א ניגון וואס מען דארף מעלה זיין איז די הערליכע ליבע ניגון "בעסערע פלאץ" פון רחל פלאטען
די ווערטער פונעם ניגון איז ווי א אוהב רעדט דברי אהבה אויפן אהוב, און זאגט ווי די וועלט איז ממש א גענצליך נייע און ליכטיגע פלאץ זינט זיי קענען זיך,

אגב ביי די AGT פון יאר 2020 האט א גרופע עס ארויפגעלייגט אויף די אהבה פונעם מענטש צום כלב, און האבן אפילו זוכה געווען צום גאלדענע פייפער פון רביצין אלישע תליט"א, זע דא

מען דארף נעמען די ניגון און עס ארויפלייגן אויף כלל ישראל מיט די תורה, אדער אויף אמונה אינעם באשעפער,

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 10:12 pm
דורך שאלתיאל
פערינא האט געשריבן:וועלכע סידי פון דודי קאליש איז רעפ?
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7 ... 7%99%D7%A9

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 10:19 pm
דורך שמן למאור
שאלתיאל האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:וועלכע סידי פון דודי קאליש איז רעפ?
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A8%D7 ... 7%99%D7%A9
https://youtu.be/VDDib9tW3ko

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 1:03 am
דורך דוד שריפטליך
עס איז דא נאךא אלבום פון דודי מיט חיים שלמה מייעס עס הייסט הענטעלעך פיל מיט ניגונים וואס מען האט ווארשיינליך מעלה געווען למשל עס הייבט זיך אן מיט א ניגון כי לה המלוכה וואס איז אייגנטליך אדאפטירט פון we will we will rock you אינטרעסאנט איז אז איז געווען א אויפשריפט אויף די אלבום למכירה בארצות הברית בלבד

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 1:11 am
דורך דוד שריפטליך
איך קען באשטיין צו העלפן מיטן איבערטייטשן גראמען אגב אז מען רעדט שוין וועגן מעלה זיין די ניגונים איז דא א זינגער מיטן נאמען דניאל קאהאן וואס זינגט פארשידענע ניגונים און אידיש אבער די פראבלעם איז אז ער זינגט דאס מיט די פוילישע /ליטווישע יידישיסטיעשע יידיש וואס איז קאווע טרינקערס רעדן נישט

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 1:20 am
דורך דוד שריפטליך
עצי שטים האט געשריבן: איך הייב אהן מיט א ניגון געגועים וואס דזשאן דענווער ע"ה האט פארפאסט, איבער די שטאט וועסט ווערדזשיניע

פאר דעם פאריגן חג הפסח האב איך געהאט א איידיע צו מאכן אידישע גראמען אויף די ניגון פון דינה קארטער וואס די קאנצעפט איז צו מען קען יוצא זיין די 4 כוסות מיט סטראבערי וויין...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 1:24 am
דורך דוד שריפטליך
בכלל האב איך הנאה אז דו שרייבסט וועגן הרב דענווער ע"ה וואס איז געווען א שם דבר אין קאנטרי מוזיקה און עס איז א וואונדער פארוואס מערסטנס בחורים אינגעלייט גלייכן מער צו הערן ראק פאפ רעפ און אזוי ווייטער

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 12:17 pm
דורך שמן למאור
דוד שריפטליך האט געשריבן:איך קען באשטיין צו העלפן מיטן איבערטייטשן גראמען
נו אמור מעט ועשה הרבה,
הייב אהן צו שרייבן און שטעל ארויס די גראמען פארן עולם...

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 12:43 pm
דורך שמן למאור
נאך א ניגון וואס מען דארף מעלה זיין,
צו אהבת ישראל, משתתף בצערו של חבירו, אדער צו אהבת ילדים
https://youtu.be/QArvTLiRdZ0

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2022 11:02 pm
דורך דוד שריפטליך
פאר איך הייב אן איבערצושרייבן וויל איך אנמערקן אז איך האב דעם פאריגן יום טוב חנוכה ארויפגעלייגט די ווערטער פון מעוז צור אויף די ליד פון אליוויע נוטאן דזשאן Ohio

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 12:38 am
דורך berlbalaguleh
דוד שריפטליך האט געשריבן:פאר דעם פאריגן חג הפסח האב איך געהאט א איידיע צו מאכן אידישע גראמען אויף די ניגון פון דינה קארטער וואס די קאנצעפט איז צו מען קען יוצא זיין די 4 כוסות מיט סטראבערי וויין...
דוד שריפטליך: ייש"כ. איך בין בכלל ..."אינספייערד"... פון די ליריקס פון דעם ניגון/שיר. און פון קאנטרי מוזיק בכלל. אבער כדי אריינצוברענגען דעם ניגון אין די קדושה דארף מען טוישן און פאראידישן די ליריקס, ווייל סוכ"ס וואס האבן מיר אידן פארלוירן אין וועסט ווירדזשיניע.

ס'וואלט כדאי געווען ווען איינער פון אונזערע אידישע זינגערס, אדער די וועלכע שטייען אונטער זיי, אזוי ווי ליפא און זיינע מיטהעלפערס/פראדיוסערס זאלן אויפקומען מיט עכט אידישע ליריקס פון געגועים צו שיבת ציון וירושלים. דאס וואלט געווען סיי הייליג און אויך זייער פאפולער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 10:17 pm
דורך שמן למאור
ווען מען באקומט א כיבוד ביים טיש פונעם רבין אנצופאנגען מנוחה ושמחה,
קען מען אנפאנגען דעם וואלערמאן ניגון
https://youtu.be/UgsurPg9Ckw
הער עס דא אהן די ווערטער, עס הערט זיך ווי א געשמאקע היימישע ניגון
https://youtu.be/1OhPUGq6e6o

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 1:26 am
דורך דוד שריפטליך
עס איז דא א ניגון פון ע'י ביללי דזאל we didn't start the fire עס שטימט זייער גוט מיט די ווערטער פון פיוט אליהו הנביא פון מוצאי שבת

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 1:33 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:דוד שריפטליך: ייש"כ. איך בין בכלל ..."אינספייערד"... פון די ליריקס פון דעם ניגון/שיר, און פון קאנטרי מוזיק בכלל. אבער כדי אריינצוברענגען דעם ניגון אין די קדושה דארף מען טוישן און פאראידישן די ליריקס, ווייל סוכ"ס וואס האבן מיר אידן פארלוירן אין וועסט ווירדזשיניע.

ס'וואלט כדאי געווען ווען איינער פון אונזערע אידישע זינגערס, אדער די וועלכע שטייען אונטער זיי, אזוי ווי ליפא און זיינע מיטהעלפערס/פראדיוסערס, זאלן אויפקומען מיט עכט אידישע ליריקס פון געגועים צו שיבת ציון וירושלים. דאס וואלט געווען סיי הייליג און אויך זייער פאפולער.
לכבוד בעל עגלה: אז דו גלייכסט נישט די ניגון אדער קאנטרי מוזיק דארפסט נישט אזוי אוועק מאכן....
גראדע בין איך א קאמפאזיטער וואס האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ניגונים נאך פאר איך האב געוויסט וואס קאנטרי מוזיק איז.....
און וועגן אידישע גראמען וועגן ציון און ירושלים האב איך א געדאנק פון נעמען א ניגון פון עלען דזשעקסאן remember when און אריינלייגן וועגן בענקשאפט צום ווידער אויפבוי פון בית המקדש

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 2:53 am
דורך שמן למאור
די ניגון פון שוועקי cry no more yerushaliem דארף מען אויך איבערטייטשן אויף אידיש

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 8:04 pm
דורך גוצא
דוד שריפטליך האט געשריבן:בכלל האב איך הנאה אז דו שרייבסט וועגן הרב דענווער ע"ה וואס איז געווען א שם דבר אין קאנטרי מוזיקה און עס איז א וואונדער פארוואס מערסטנס בחורים אינגעלייט גלייכן מער צו הערן ראק פאפ רעפ און אזוי ווייטער
אונזער Abie Rotenberg זאגט אז דענווער איז געווען זיין גרעסטע influence.

נשלח: מוצ"ש יוני 11, 2022 10:34 pm
דורך berlbalaguleh
דויד שריפטליך: דו האסט נישט ריכטיג אפגעליינט מיין תגובה (אויב דו ווייסט וואס דאס איז.). איך האב געזאגט פונקט די פארקערטע (פון וואס דו רעאגירסט צו). אז איך האב זייער שטארק ליעב אט דעם ניגון. און איך בין אינספירירט פון עס. און איך האב זייער שטארק ליעב דעם זשאנער קאונטרי מיוזיק בכלל. זיי האבן זייער א סאך הארציגע ניגונים. גענימען פון..."ריעל לייף"...! נאר מען דארף א סאך פון די ניגונים פאראידישן. פונקט אזוי ווי א סאך אנדערע ניגונים/שירים פון מ.ב.ד. און אנדערע פאפולערע זינגערס...!

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 1:39 am
דורך דוד שריפטליך
בעל עגלה א גרויסע ישר כוח ביסט א גוטע מענטש אינטערסאנט וויאזוי די כאפסט אן די לשון פון ריעל לייף......
יא יא ביסט גערעכט איך האף נאך צו טוען מיט דעם מיטן אייבירשטן'ס הילף איך האב שוין ארויסגעגעבן עטליכע ניגונים איך ווייס פשוט נישט וויאזוי דאס צו שערן אויף קאווע שטיבל ווייל ווען איך וויל שערן פון יו טוב זאגט ער איך זאל אריינטייפן די לינק.....

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 4:15 am
דורך שמן למאור
די צוויי הערליכע מייסטער-שטיקלעך בייארנמעדאלס און פיינליך פון די דייטשע צווילינג, דארף מען אויף עפעס א וועג מעלה זיין צו די קדושה,
אפשר אויף די נעקסטע מאמע לשון סידי זאלן זיי ניצן די ניגונים, עפעס דערמאנט מיר די ניגונים פון יענע טעיפס...

וויין מער נישט ירושלים cry no more

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:00 am
דורך דוד שריפטליך
וויין מער נישט ירושלים
וויין מער נישט ירושלים
ווייל ווען דער אייבירשטער וועט באשערן
וועט מען זיך צו צוריקקערן
אפווישן דיינע זודיגע טרעפן
וויין מער נישט ירושלים