בלאט 1 פון 1

קומענדיגע גלגול

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 10:58 am
דורך יָדוֹרָש
קומענדיגע גלגול
יָדוֹרָש
קומענדיגע גלגול וויל איך צוריקקומען
א חסיד'ישע איד.
דאס איז די וועג, איך פארשטיי און האב ליב.
אויב מיין רעקל איז נישט לאנג,
מיין פאות נישט קיין שיעור,
אוי באשעפער…
האלט מיר ביי דיר.

כ'מוטשע מיר אויף פרנסה
שווער צו טרעפן א דירה
די מיניווען איז מיר צו קליין
אבער אין קאנטרי מוז מען דאך גיין.

צושטיפט אין וויליאמסבורג בינעך
וואו טרעפט מען א שידוך
תשרי שמעקט פון כפרות
די טרעפיק, גרויסע צרות.

"כ'בין א חסיד" שרייט מיין צורה,
מיין אקצענט, אן אייביגע שמורה
וואו איך גיי, איך שריי:
עם ישראל חי!

קומענדיגע גלגול וויל איך צוריקקומען
א חסיד'ישע איד.
דאס איז דאס לעבן, איך קען און האב ליב.
אויב מיין נאמען איז נישט קליין,
בערקאוויטש אדער גרין,
אוי באשעפער…
לאז מיר צוריה.

קומענדיגע גלגול וויל איך צוריקקומען
א חסיד'ישע איד.
צווישן בעדפארד און פלאשינג,
סקילמען אדער ווייט.
ניין, איך דארף נישט קיין גרויס עדוקעישן,
פרייהייט אדער רעכטן,
ווייל דאס, איז מיין לעבן.

קומענדיגע גלגול וויל איך צוריקקומען
א חסיד'ישע איד.
דאס איז דאס לעבן, איך קען און האב ליב.
אויב הערינג איז נישט מיין תאוה,
'היימיש אידיש' נישט מיין גאוה,
אוי בעשעפער…
לאז מיר למעלה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 11:54 am
דורך שמן למאור
איך שעלט דעם טאג וואס האט מיר אריינגעשליידערט אין אזא פארקרימטע סיסייעטי
און די זארגסט זיך שוין אז דיין נעקסטע גולגול זאל זיין פינקט ווי יעצט....
זעט אויס אז יעדער האט אן אנדערע טעיסט...

אבער די געדאנק איז זייער שיין!

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 1:44 pm
דורך וואלווי
עצי שטים האט געשריבן:איך שעלט דעם טאג וואס האט מיר אריינגעשליידערט אין אזא פארקרימטע סיסייעטי
און די זארגסט זיך שוין אז דיין נעקסטע גולגול זאל זיין פינקט ווי יעצט....
זעט אויס אז יעדער האט אן אנדערע טעיסט...

אבער די געדאנק איז זייער שיין!
שרייען קען מען פון איין זייט ד.ה. ווען מ'איז סטאק. מ'דארף זיך אויך פארשטעלן פארקערט אז מ'איז סטאק ערגעץ אנדערש צו וויל מען נאכאלס נישט צירוק קומען צום חסידישע וועלט.

אסאך קומען יא צירוק נאך זיין אויף די אנדערע זייט. זעהט אויס אז ס'דא עפעס אויף וואס צו בענקען, אפי' אויב למעשה קומט מען נישט צירוק.

ס'האט גארנישט מיט גאט און בעש"ט. ס'איז די דעמנ קאלטור, אדער סתם נאסטאלגיע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:25 pm
דורך שמן למאור
מען דארף ווידמען א לענגס און א ברייטס פאר אזא נושא, ועוד חזון

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:40 pm
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:איך שעלט דעם טאג וואס האט מיר אריינגעשליידערט אין אזא פארקרימטע סיסייעטי
און די זארגסט זיך שוין אז דיין נעקסטע גולגול זאל זיין פינקט ווי יעצט....
זעט אויס אז יעדער האט אן אנדערע טעיסט...

אבער די געדאנק איז זייער שיין!
עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין אז עס איז בכלל נישט אזא פראבלעם די גאנצע סאסייעטי כל זמן דו פאר זיך האסט אן אפענער קאפ און ביסט אינטערסירט זיך צו לאזן לערנען די אלע זאכן וואס האסט פארפעלט אין דיינע גאלדענע קינדער יארן ווארפנדיג טענזשערינען אויפן ענגליש לערער. אויב די ווייב איז דערביי קען באמת איגנארירן דעם גאנצן שיגעון. א שאד סתם זיך צו עסן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:00 pm
דורך פרנס החודש
די ווייב, און די שוויגער, און די שדכנים….

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:07 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלווי האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך שעלט דעם טאג וואס האט מיר אריינגעשליידערט אין אזא פארקרימטע סיסייעטי
און די זארגסט זיך שוין אז דיין נעקסטע גולגול זאל זיין פינקט ווי יעצט....
זעט אויס אז יעדער האט אן אנדערע טעיסט...

אבער די געדאנק איז זייער שיין!
שרייען קען מען פון איין זייט ד.ה. ווען מ'איז סטאק. מ'דארף זיך אויך פארשטעלן פארקערט אז מ'איז סטאק ערגעץ אנדערש צו וויל מען נאכאלס נישט צירוק קומען צום חסידישע וועלט.

אסאך קומען יא צוריק נאך זיין אויף די אנדערע זייט. זעהט אויס אז ס'דא עפעס אויף וואס צו בענקען, אפי' אויב למעשה קומט מען נישט צירוק.

ס'האט גארנישט מיט גאט און בעש"ט. ס'איז די דעמנ קאלטור, אדער סתם נאסטאלגיע.
אדער בענקט מען זיך צוריק צו די חטאת נעורים
[emoji1787]

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:11 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יהורם האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:איך שעלט דעם טאג וואס האט מיר אריינגעשליידערט אין אזא פארקרימטע סיסייעטי
און די זארגסט זיך שוין אז דיין נעקסטע גולגול זאל זיין פינקט ווי יעצט....
זעט אויס אז יעדער האט אן אנדערע טעיסט...

אבער די געדאנק איז זייער שיין!
עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין אז עס איז בכלל נישט אזא פראבלעם די גאנצע סאסייעטי כל זמן דו פאר זיך האסט אן אפענער קאפ און ביסט אינטערסירט זיך צו לאזן לערנען די אלע זאכן וואס האסט פארפעלט אין דיינע גאלדענע קינדער יארן ווארפנדיג טענזשערינען אויפן ענגליש לערער. אויב די ווייב איז דערביי קען באמת איגנארירן דעם גאנצן שיגעון. א שאד סתם זיך צו עסן.
ברויך מען שוין דאן ארבייטן אויף צוויי זאכן, איינס אז די ווייב זאל זיין מיט'ן מאן אויפן זעלבן פעידזש, וואס לאו כל אדם זוכה לשתי שלחנות. און צווייטענס, ברויך מען האבן די צייט און געדולד צו לערנען וואס מ'האט פארפאסט אין גאלדענע יונגע יארן ווען מען קען איינזאפן אין זיך א געוואלד, מיט אויסגערוהטע נערוון און כמעט זירא דאגות.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 3:46 pm
דורך שמן למאור
איי זאגסטו גוט, לאו כל אדם זוכה למיטה אחת...
וואס טוט מען אז די ווייב שפילט נישט מיט.....?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 4:00 pm
דורך שאלתיאל
עפן איר א ניק אויף א קאווע שטיבל און וועסט זען גרויסע שינויים לטובה ;)

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 6:39 pm
דורך יָדוֹרָש
@יהורם @עצי שטים @דער גאלדענער אדלער

ביי אונז האט מען געלערנט, אז ווען מען וויל האבן אן השפעה אויף א צווייטן, איז נישט דער מהלך צו צילן אויף די שלעכטע חלקים ביי יענעם. ווען מען צילט אויף די שלעכטע חלקים, שפירט זיך יענער אטאקירט, און באשיצט זיך דורך צוריק שלאגן, יצא שכרו בהפסדו. ענדערש זאל מען זיך אריינלייגן און ארבעטן אויף די אייגענע גוטע חלקים, און ווען דאס אייגענע גוטס וועט שיינען און לייכטן וועט דאס צוציען צו זיך, און דאס שלעכטס וועט ממילא אוועקפאלן. אז מען ארבעט אויף דאס גוטס פון חסידישקייט - די הערינג, די קאמיוניטי, די געשמאק - קענען די איבריגע, נישט גוטע חלקים גרינגער אפגעשוואכט ווערן, און נישט אזוי שטערן.