בלאט 1 פון 3

וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 4:13 pm
דורך שמן למאור
אפגעטיילט פון דא

וואס טוט מען אויב מען האט א צעקוועטשטע ווייב וואס לאזט זיך נישט עפענען, זי לאזט נישט קיין שום אינטערנעט אקסעס אינדערהיים? זי וויל בלייבן טיף פארפלאנטערט אונעם סיסטעם?

Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 4:30 pm
דורך פרנס החודש
לכאורה די מערסט אפעקטירבארע מהלך איז איר צו געבן צו שפירן פון איר אייגענע מעדיצין, הייב אן שפילן פרום לאז איר נישט אטעמען, זיי מקיים אל תרבה שיחה אם האשה צום עקסטרעם, נאך דריי וואכן פון אזא טעראפי בדוק ומנוסה אז זי וועט חלש׳ן פאר אביסל נארמאלקייט[emoji48][emoji49][emoji48][emoji49][emoji48][emoji49]

Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 4:42 pm
דורך פרנס החודש
יעצט ערנסט גערעדט, וואס טוט מען אויב די פרוי האט Borderline personality, bi-polar, OCD אדער עני אנדערע דיסארדער?
קיין איין פרוי גייט נישט בין יום ולילה טוישן איר לעבנס שטייגער, און קיינער זאל עס נישט ערווארטן. אבער אין אלגעמיין זענען פרויען reflective, און נישט עפעס מורא׳דיג Ideological, און קמעא קמעא אזוי ווי דער מאן טוישט זיך, דארף זי אויך ערגעץ ווי כאפן דעם יצר הרע. אויב דאס פאסירט נישט ביסטו אויף גרויסע צרות סתם אזוי אפילו נישט לגבי אידישקייט, א פרוי וואס פארט נישט מיט מיט איר מאן קלאפט אויס אין יעדע הינזיכט פון לעבן, די פראגע איז בכלל נישט מער מצוי אין רעליגיעזע ענינים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 5:36 pm
דורך חדשים
זייער א וויכטיגע נושא, יישר כח פארן עפענען.

עס איז זייער א ברייטע שמועס וואס צוטיילט זיך אין אסאך ענגלס, אויב עס בלייבט אן טאפיק. כשם שפרצופיהן אינן שוות כך נשותיהן ופרצופותיהן אינן שוות. יעדער קומט פון א צווייטע סטארטינג פוינט און צילט ערגעץ אנדערש. וויאזוי איז די אפען קאמיוניקעישאן אין אנדערע זאכן. און נאך.
פאר די תועלת פון די שמועס און צו קענען ריכטיג קאמיוניקירן, שרייב ווי מער קאנקריט אינפארמעישאן. ווי האלסטו יעצט און ווי ווילסטו אנקומען. און אין וועלכע פרט ביזטו סטאק.

ויהי רצון שיתקיים מה שנאמר איש את רעהו יעזורו, ודרשינן זהו עזר כנגדו, זכה נעשית לו עזר.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 9:06 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ממה נפשך... אויב האסטו זיך אינגאצן באפרייט פון די סיסטעם קייטן, וואס האלט דיר צירוק פון איר דראפן?? (אקעי, קינדער אדער גט אישו פארשטייעך...) ס׳דא א וועלט אויסוואל פון פרויען, אפילו ערליכע, דאכטסעך אז ס׳דא היינט שידוכים עפפס וואס זיכט דיר ממש דיינס גלייכן.

און אויב ביזטו נאכאלץ אריינגעדרייט אינעם סיסטעם באיזה אופן שהוא, וואס ווילסטו פון איר?

אקעי, ׳זי איז אביסל מער איינגעטינקען׳, איז וואס? פאר דעם איז זי דאך פון די נשים דעתן קלות...

אלזא, איידער מ׳בלעימט איר, זאלמען זיך אליינ׳ס בודק זיין צו מ׳האט די שטארקייט צו פייפן אויפן סיסטעם.

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 9:53 pm
דורך פרנס החודש
ער פרעגט אזוי: איך וויל גיין ווי ווייט איך וויל און בלייבן מיטן סיסטעם אויף ווי ווייט עס לוינט זיך מיר. אבער זי איז פארהאקט נישט ווייל זי וויל אזוי, נאר סתם יעקישקייט לשם יעקישקייט, סיסטעם לשם סיסטעם.

יעדע געזונטע פרוי דארף זיך וועלן אביסל לעבן, נאר צומאל ווערן מענטשן פארהאקט און טראכטן ניטאמאל וואס זיי ווילן, סתם פאר פארהאקטקייט. כנראה איז נישט קיין שום מעלה צו פייפן All the way, אויב יא פארוואס ברויך די פרוי נאכטאנצן. נאר דא קומט די מאן און זאגט איך וועל פייפן ווי עס לוינט מיר און דו ווי עס לוינט דיר, זאגט די פרוי ניין! סיסטעם! דאן האט די מאן א טענה איך האב דיר גענומען פאר א פרוי און דו האסט א גרעסערע שיעבוד צו דיר אליינס און צו מיר, ווי צום סיסטעם, נארמאליזיר זיך and enjoy life

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 12:44 am
דורך דוד שריפטליך
מען רעדט דא באופן כללי, עס איז דא זאכן וואס איז אין סיסטעם און נאכדעם איז דא זאכן וואס מען האט מחנך געווען וואס דאס איז שוין א שטאפל שווערער צו פועל'ן ביי א פרוי, ווי למשל א לבוש זאך וואס איז ממש חוק בלי יעבור... איך וועל געבן א דוגמא, ביי געוויסע קרייזן ברויכן אלע עלטערע מיידלעך און ווייבלעך גיין מיט א געוויסע מין שטרימפ וואס האט אזא נייאכץ פון אונטערוויילעכץ....... און די וואס ווייסן וואס איך רעד ווייסן אז דאס איז א זאך וואס איז גאר שווער צו פועל'ן צו טוישן.

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 12:49 am
דורך דוד שריפטליך
חדשים האט געשריבן:זייער א וויכטיגע נושא, יישר כח פארן עפענען.

עס איז זייער א ברייטע שמועס וואס צוטיילט זיך אין אסאך ענגלס, אויב עס בלייבט אן טאפיק. כשם שפרצופיהן אינן שוות כך נשותיהן ופרצופותיהן אינן שוות. יעדער קומט פון א צווייטע סטארטינג פוינט און צילט ערגעץ אנדערש. וויאזוי איז די אפען קאמיוניקעישאן אין אנדערע זאכן. און נאך.
פאר די תועלת פון די שמועס און צו קענען ריכטיג קאמיוניקירן, שרייב ווי מער קאנקריט אינפארמעישאן. ווי האלסטו יעצט און ווי ווילסטו אנקומען. און אין וועלכע פרט ביזטו סטאק.

ויהי רצון שיתקיים מה שנאמר איש את רעהו יעזורו, ודרשינן זהו עזר כנגדו, זכה נעשית לו עזר.
זייער גוט געזאגט פאר מען הייבט אן צו רעדן וועגן טאנצן וכ'ו. ברויך מען קודם זעען וואו עס האלט בכלליות דער מצב אין שלום בית דאס פריוואטע צוזאמענלעבן די קאמיונוקאציע די פארשטאנד די ליבשאפט. צו מען פארטראגט זיך וכ'ו וכ'ו וכ'ו.....

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 1:01 am
דורך דוד שריפטליך
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ממה נפשך... אויב האסטו זיך אינגאצן באפרייט פון די סיסטעם קייטן, וואס האלט דיר צירוק פון איר דראפן?? (אקעי, קינדער אדער גט אישו פארשטייעך...) ס׳דא א וועלט אויסוואל פון פרויען, אפילו ערליכע, דאכטסעך אז ס׳דא היינט שידוכים עפפס וואס זיכט דיר ממש דיינס גלייכן.

און אויב ביזטו נאכאלץ אריינגעדרייט אינעם סיסטעם באיזה אופן שהוא, וואס ווילסטו פון איר?

אקעי, ׳זי איז אביסל מער איינגעטינקען׳, איז וואס? פאר דעם איז זי דאך פון די נשים דעתן קלות...

אלזא, איידער מ׳בלעימט איר, זאלמען זיך אליינ׳ס בודק זיין צו מ׳האט די שטארקייט צו פייפן אויפן סיסטעם.
יא ?????.......(!),,,,, וואו איז דא די עפפס וואס טרעפן די סארט שידוכים........ איך זיך אזאנס..........

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 1:46 am
דורך איך אויך
פארוואס טראלסטו ארום?

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 11:11 am
דורך היסטאריע
עצי שטים האט געשריבן:אפגעטיילט פון דא

וואס טוט מען אויב מען האט א צעקוועטשטע ווייב וואס לאזט זיך נישט עפענען, זי לאזט נישט קיין שום אינטערנעט אקסעס אינדערהיים? זי וויל בלייבן טיף פארפלאנטערט אונעם סיסטעם?
מען טאנצט אליין.
נישטא קיין גוטע סיבות צו טאנצען צוזאמען.
בעיקר ווייל די ווייסט נישט אויב די ווילסט אייביג בלייבן נאכען טאנצען. אמאהל ווייל מען צוריק טאנצען.
און אויך, טאנצען צוזאמען איז לאוו דווקא אזוי געשמאק.

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 4:58 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
בדרך כלל וועט א געזונטע פרוי מיט טאנצן מיט דיר, אבער אך ורק בתנאי אז ווען דו טאנצט זעט זי דיר טאנצן ריקודין של שמחה... א אמת׳ער געשמאקע לעבן קען קיין שום נארמאלער מענטש נישט רעזיסטן. ס׳איז קעטשי :P !

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 6:11 pm
דורך יעקב מעקסוועל
די שאלה איז גאר א גוטע, וויאזוי ברענגט מען די ווייב נענטער צו וואס מען וויל. (כאטש די קעפל איז נישט די בעסטע, קיינער דארף נישט טאנצן מיט קיינעם).

די ערשטע זאך איז אויפריכטיקייט, מען קען נישט איבערצייגן א צווייטן ווען מען איז נישט אויפריכטיג מיט זיך אליין. אויב למשל רעדט מען זיך איין מען וויל עפעס, אבער באמת וויל מען עס נאר ווייל אנדערע ווילן דאס, אדער צוליב אנדערע סיבות, איז עס פאלש און מען וועט נישט אנקומען אין ערגעץ. נאר נאך א מענטש באהאלט זיך נישט פון זיך אליין, ער קוקט זיינע אינערליכע געפילן אין פנים, וועט ער זיך אליין פארשטיין בעסער, און אויך קענען מסביר זיין פאר אנדערע וואס ער וויל.

די צווייטע נקודה איז געדולד, דו קענסט נישט עקספעקטן איינער זאל זיך טוישן איבערנאכט, קיינער פון אונז טוישט זיך נישט אין איין טאג. טויש איז א לאנגע פראצעדור, וואס מען צוקייט צוביסלעך די לאגיק, און מען פראסעסט שטייטלעך די געפילן. אין די זעלבע צייט דארסטו אויך זיין אפן צו ווערן געטוישט פון איר, יעדע שמועס וואס איז א נייע חידוש, דארפסטו איר לאזן גיין איר וועג מיט געדולד, און אין די זעלבע צייט זיין אפן צו הערן אויב זי איז דיר עפעס מחדש.

נאך א נקודה (וואס איז פאר די ערשטע...) דו דארפסט זיין גרייט צו געבן כאטש אזוי סאך ווי דו ווילסט נעמען. זי דארף וויסן דו האסט איר ליב, דו רעספעקטסט איר, און דו ביסט דא פאר איר. אויף דעם דארף מען שטענדיג ארבעטן, סיי עס זאל זיין אמת, און סיי זי זאל עס שפירן. אויב שפירט זי די איינציגע סיבה וואס דו ביסט דא איז ווייל דו ביסט פשוט סטאק, גייסטו נישט אנקומען אין ערגעץ. און אויב איז דאס טאקע די סיבה, איז עס לגמרי נישט קיין סיבה...

זאלסט האבן אסאך הצלחה מיט אלעס וואס דו טוסט, איך בין זיכער אויב וועסטו אוועקגעבן צייט און כח, וועסטו אנקומען צו דיין ציל.

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 6:58 pm
דורך קול_ביער
איך האב בעסיקלי געטוהן וואס מ'האט דא געשריבן, און איך האב געזעהן אסאך סאקסעסס

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 6:59 pm
דורך לאמיר זאגן
געב איר ליבשאפט, אמת'ע ליבשאפט. מאך איר שפירן אז זי איז אלעס פאר דיר און דו ביזסט אלעס פאר איר. געב איר גוטע ווערטער אן א מאס. זאג דיינע מיינונגען אן קיין מורא. עכט? אזוי האלטסטו? יא, אזוי האלט איך, דאס איז מיין מיינונג. האב נישט מורא משפיע צו זיין. צווינג נישט ארויף דיינע מיינונגען אויף איר, הייס איר נישט. אדרבה, נעם איר אריין אין דיר. דו גיי דיין וועג מיט א שטארקייט, פול מיט ליבשאפט און קעיר. צום סוף וועט זי נאך פייטן פאר דיינע אידעאלן.

אויב אין א צייט שפירסטו אז דו נעמסט שווער אז זי הערט זיך נישט צו צו דיר, דאן גיי אריין אין א שטוב און זיי זיך מסדר, קלאר זיך אויס אין דיינע הרגשים. פארשטיי אז דאס זענען 'דיינע' הרגשים, עס האט גארנישט מיט איר, זי איז נישט שולדיג דערין. מעגסט אזוי שפירן, דאס מיינט אבער נישט אז דו דארפסט איר באשולדיגן דערין.

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 7:06 pm
דורך פרנס החודש
פאר דו גיבסט ארויס דיינע מיינונגען אזוי פאר דיין פרוי, שאדט נישט אויב מען האט א גט מיט עדים גרייט אויפן פלאץ.

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 7:10 pm
דורך לאמיר זאגן
ס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?

Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 7:11 pm
דורך פרנס החודש
לאמיר זאגן האט געשריבן:ס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?
קענסט עפענען אן אשכול דערוועגן….

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 7:12 pm
דורך לאמיר זאגן
פארשטייסט אבער אז דו האסט פארזען צו ענטפערן מיין פראגע, איא?

Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?

נשלח: זונטאג יוני 12, 2022 7:15 pm
דורך פרנס החודש
ריכטיג

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 1:16 am
דורך דוד שריפטליך
פרנס החודש האט געשריבן:
לאמיר זאגן האט געשריבן:ס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?
קענסט עפענען אן אשכול דערוועגן….
א ודאי נישט נאר דאס איך ווייס א אינגערמאן וואס האט קלאר געזאגט וואס זיין מיינונג איז און ער האט געטוען אלע אויבנדערמאנטע זאכן........ אריינגערעכנט איר אויסהערן געבן די גוטע געפיל. און גיין בעיבי סטעפס צוביסליך...... אבער אויך געלאזט וויסן וואס ער האלט. און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט......

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 1:18 am
דורך דוד שריפטליך
לאמיר זאגן האט געשריבן:פארשטייסט אבער אז דו האסט פארזען צו ענטפערן מיין פראגע, איא?
יא. ווייל די שוועסטער אירע. איר מאנס שוועגערן האט געזאגט עס איז נישט אונזער מסורה....

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 1:25 am
דורך דוד שריפטליך
לאמיר זאגן האט געשריבן:ס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?
עס ווענט זיך ווער די פרוי איז וואסארא חינוך זי האט באקומען ווי שטארק זעליש געזונט זי איז און ווי שטארק זי פילט צוטרוי אין איר מאן.......