בלאט 1 פון 1
9/11 קאנספיראציעס
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 7:38 pm
דורך נאך א מיינונג
מיין קינד האט א האומווארק אז זי מוז מאכן א רעפארט אויף 9/11. איך האב מציע געווען אז זי זאל שרייבן די געשיכטע פון די קוק ווינקל פון די קאנספירציע גלויבערס. נישט מיט אן אויבער חכמה, נאר כאילו יעדער וואלט אזוי געגלויבט, א מעשה פון א CIA וואס האט געוואלט עפעס מסדר זיין, און זיי האב געלייגט עקספלאסיווס אין די טורעם וכו' וכו'.
איך זוך אבער אינפארמאציע פון יענער חברה. גוגל ברענגט מיר די סייטס וואס דיבאנקן די אלע טעאריעס. ווי קען איך טרעפן אלע אינפארמאציע, מיט די בילדער פון די אונטעשטער פון די פליגעס ועוד ועוד, וואס זי זאל עס קענן נוצן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 8:54 pm
דורך טמיר
אין אדם מוריש שקר לבניו
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 8:58 pm
דורך ברוינשטיין
אין איינע פון די גאר אלטע שטערנס איז דא אן ארטיקל דערוועגן
נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2022 11:46 pm
דורך קורקלענד
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 12:50 am
דורך שמן למאור
אויף גוגל זענען קאנפעראציעס געסענסערט,
די מוזט זיכן אויף ראמבל אדער אלטערנאטיווע פלאטפארמעס,
דאס האב איך געטראפן זיכענדיג אויף ראמבל, כהאב עס נאכנישט דורגעקוקט, סאו כ'נעם נישט קיין אחריות, אבער מען קען דארטן זיכן א געוואלד,
לייג נאר אריין אינעם סורטש, 9-11 was an indide job...
https://rumble.com/vmirwt-911-was-an-inside-job.html
נשלח: פרייטאג יוני 10, 2022 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
גוט משוגע: דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'קען זאגן אויף די וועלכע קויפן אפ די קאנספיראציע טעאריעס. נאר דאס איז ליידער נישט די ערגסטע. ווייל די מערסטע קאנספיראציע טעאריעס האבן אן אנטיסעמיטישע/אנטי איזראעל אונטערלאגע. סיי די אויסטראכטערס און סיי די נאכפאלגערס. אנגעהויבן פון די מוסלעמס און זייערע סימפאטיזירערס. וועלכע האבן אן אג'ענדא ריינצוואשן די מאסלעמס אלס גרופ. און סתם אנטיסעמיטן. סיי ווייסע נאציס און שווארצע. ה' ירחם...!