בלאט 1 פון 1

וואו איז מושי קליינרמן???

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 10:05 am
דורך נוח
שוין כמעט דריי חדשים וואס א ארץ ישראלדיגע בחורל אברהם משה קליינרמן איז פארשווינדן געווארן. ער איז די לעצטע מאל געזען געווארן אין מירון א וואך נאך פורים, און זייט דעמאלט האט מען מער גארנישט געזען אדער געהערט פון אים.

די צעבראכענע עלטערן האבן היינט ארויסגעשטעלט א ווידיא וואו זיי וויינען צו כלל ישראל מ'זאל זיך אויפשאקלען. א אידיש קינד איז פארשוואונדן שוין 78 טעג!!

אידן אין א"י זאלן האלטן די אויגן אפן אויב מ'זעט אים לעבעדיג אדער ח"ו נישט. אידן איבער די וועלט זאלן רעדן פון די פרשה עס צו האלטן אויף די סדר היום. אויך קען מען געבן געלט און שטיצן די משפחה פאר די זוך אקציע.

https://web.payboxapp.com/?v=j&g=629f96 ... 077f8356#/

און אוודאי און אוודאי קען יעדער איד זאגן א קאפיטל תהילים אז מ'זאל טרעפן מושי שלם בגופו ובנפשו, און זיך פאראייניגן מיט זיינע עלטערן בשמחה וצהלה בע"ה.