בלאט 1 פון 1

"אוי בין איך געווען דורשטיג"

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 1:47 pm
דורך פרייוויליג
"אוי בין איך געווען דורשטיג"! ווער האט נאכנישט געהערט די מעשה פון א מענטש וואס איז געזיצן אויפן באן, און דער שכן נעבן אים האט אים דערקוטשעט די יארן, "איך בין דורשטיג", "איך בין דורשטיג" האט ער כסדר געמורמעלט. דער מענטש האט געזוכט לויז צו ווערן פון אים, איז ער אים געגאנגען ברענגען וואסער, מיט די האפענונג אז ער גייט איינענעמען א שווייגעניש. "אוי בין איך געווען דורשטיג", האט דער מענטש פארגעזעצט מיט זיין מורמעלעריי נאכן אויסטרינקען די וואסער. און אים נישט געלאזט במנוחה.
א סך מאל איז פשוט אוממעגליך זיך אויסצוטון פון א נודניק.

וואשינגטאן שרייט יעצט: "אוי בין איך געווען דורשטיג". פאליטיקס איז א פארשטינקענע זאך, אבער אז פאליטישאנס זאלן פארוואנדלט ווערן אין פרעכע ביליגע נודניקס איז א חידוש עצום מאד.

פאר מער ווי 5 יאר צייט האט וואשינגטאן און די גאנצע מעינסטרים מידיא געשריגן "אוי בין איך דורשטיג". אלעס איז פארכאפט געווארן אין א היסטעריע. נעמליך די ענדע פון ציוויליוואציע דערנעטערט זיך מיט די דיסענדינג פון די דעוויל דונאלד טראמפ.

מען האט געשפילט מיט א פולע דעק פון קארטס. יעדע סארט וואפן וואס מען קען נוצן צו אומברענגען איינעמס קערעקטער האט מען אקטיוויזירט. מען האט פאבריצירט סקאנדאלן (רוסיא-קאלוזשען) און צודרייט געמאכט די מענטשהייט אז אט אט גייט די וועלט אריינגיין אין א נוקלעארע מלחמה, די עקאנעמיע גייט גיין פייפן, און אלעס וואס מיר האבן אלץ געוויסט פון די קאלירפולע וועלט גייט חרוב גיין. טראמפ איז אומסטאביל, טראמפ איז משוגע, ער קען נישט פירן דאס לאנד, לאמיר אים אימפיטשען פאר א פאליטישע טעלעפאן געשפרעך. און עווענטועל לאמיר אים ארויסוועלן פון אפיס.

"וואשינגטאן האט שוין געטרינקען". טראמפ האט פארלוירן די וואלן, און האלב אמעריקע האט אפגעאטעמט אז ענדליך גייט מען פטור ווערן פון טראמפ-דירענדזש-סינדראם. עס גייט זיך אויפהערן די נאכאנאנדע אטאקעס. און איצטערט קען מען ערווארטן רואיגקייט, און א פרישע טשעפטער אין די וועלט פון פאליטיקס.

אבער "אוי בין איך געווען דורשטיג". טראמפ האט פארלאזט די ווייסע הויז אויף די זעלבע וועג וויאזוי ער איז אריין. אום יאנאוואר 6 האט טראמפ געהאלטן א ווילדע פאליטישע רעדע וואו ער האט פארדאמט די סורטיפיקאציע פון די עלעקטעראלע שטימען. לויט טראמפ האט מען געפעלטשט די וואלן, און האט געמוטיגט זיינע שטיצער צו גיין פראטעסטירן אין פראנט פונעם קעפיטל, און די איבריגע איז היסטאריע.

יעדער וואס האט אנטייל גענומען אין די ווילדע פראטעסטן האט באצאלט א טייערן פרייז, און נישט נאר דאס, נאר דער פרעזידענט אליין אויך. מען האט נאכאמאל אימפיטשט טראמפ.

טראמפ איז ארויס א צוביילטער פון אוועל אפיס. נאך הונדערטער אינוועסטיגעשענס, טויזענטער נעגאטיווע ארטיקלען, זייער א בייסיגער פרעס, צוויי אימפיטשמענטס, און אוועקגעסטריפט זיין טוויטער-פלאטפארמע. און יעצט נאכן פארלאזן דעם ווייסן הויז איז מען ווייטער פארנומען מיטן אים אינוועסטיגעטן.

יעצט ווען די וועלט איז ביים שוועל פון א טיפע רעסעסיע און די גאזאלין פרייז שטייט ביי רעקארד הויכע פרייזן. איז מען פארנומען מיטן רעדן פון די דורשט.

וואשינגטאן שפילט יעצט אויף אן איינזייטיגע שאוי "ווי מען גייט נאכאמאל רעדן פון די יאנאווער 6 אומרוען".

טראמפ האט זיך זייער מיאוס אויפגעפירט אום יאנעווער 6, עס איז קלאר אז זיין באנעמענוג דיסקוואלעפייד אים פון נאכאמאל לויפן פאר פרעזידענט. מיר זענען שוין זאט פון אים, אבער אויך פון רעדן פון די דורשט. טראמפ האט שוין געכאפט זיין פארציע פאליטישע-עסעסענעשן, מען האט אים ווידער אימפיטשט, ארויסגעשליידערט פון אפיס. אבער וואס מען טוט יעצט דארף אויפשוידערן יעדער רעכטדענקעדיגער מענטש.

מען האט פארמירט א קאמיטע פון עשרת בני המן, ארכי-שונאים פון טראמפ וואס האבן אנגעפירט די ערשטע אימפיטשעמנט, און מען גייט פראבירן פון דאסניי צו אינדייטן טראמפ. א קאמיטע וואס איז איינזייטיג, אן קיין אדוואקאטן פון די דיפענדענט, אן קיין ערלויבעניש פאר קראס-עקזעמענעשן. א פאליטישע שאוי-טרייעל מיט געשטיקעלטע בילדער און האנט-געקליבענע נעגעטיוו קוואוטס, צו אנקומען נאכאמאל צו א פרי-דעטערמענט אורטייל אז טראמפ איז באגאנגען מיסברויכן.

אייראפע פלאקערט, אפגאניסטאן איז אין אנארכיע, אמעריקע האט נישט קיין בעבי-פארמולע, אמעריקע צאלט איבער $5.00 דאלער פאר א פלעשל געזעלין, אינפלעשן איז העכער די וויליס-טאוער, אינטרעסט-רעיטס איז אסטראנאמיש, די פרייזן פון עסן דאפלעט זיך יעדן פארבייגייענדן טאג, אבער "אוי בין איך געווען דורשטיג".

וואשינגטאן שטינקט, פאליטיקס איז פינסטער, און די אמעריקאנער פאלק ליידט.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 12:35 am
דורך תרמב
זיי וועלן טרינקען און טרינקען ביזן דערטרינקען ווערן.......

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 1:51 am
דורך שמן למאור
IMG_20220614_015042_628.jpg

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 5:37 am
דורך וואלווי
ווייל אוקריינע פלאקערט טאר מען נישט איינהאלטן קיין געזעצען אין וואשינגטאן? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן, אדרבה יעצט איז די צייט צו באווארענען אז מ'זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון משוגענע פירערס.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 10:17 am
דורך פרייוויליג
וואלווי האט געשריבן:ווייל אוקריינע פלאקערט טאר מען נישט איינהאלטן קיין געזעצען אין וואשינגטאן? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן, אדרבה יעצט איז די צייט צו באווארענען אז מ'זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון משוגענע פירערס.
און וואס טוט זיך מיט די אנדערע 15 ברענעדיגע דאמעסטיק אישוס?

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 12:38 pm
דורך פרייוויליג
נוח האט געשריבן:א דאנק פאר דיין ארטיקל.
פרייוויליג האט געשריבן: טראמפ האט זיך זייער מיאוס אויפגעפירט אום יאנעווער 6, עס איז קלאר אז זיין באנעמענוג דיסקוואלעפייד אים פון נאכאמאל לויפן פאר פרעזידענט.
אז דו ביסט דאס מודה, אפשר איז אויך צייט מודה צו זיין אז די דעמאקראטן האבן אין לויף פון טראמפ'ס פרעזידענצי געזען עפעס וועגן דעם מענטש דאנעלד טראמפ וואס דו האסט נישט געקענט איינזען?

און אויב האט פאר אסאך מענטשן גענומען ביז יאנעווער 6 איינצוזען ווער דער מענטש איז, אפשר איז יא וויכטיג דאס צו האמערן און האמערן אז מ'זאל נישט נאכאמאל אריינוועלן אזא מענטש - בפרט אז דער מענטש אליין גרייט זיך צו לויפן נאכאמאל, און אפילו לשיטתך איז ער דיסקוואליפייד.
איך רעד פון דיסקוואלעפייד רעלאטיוו צו די בעסערע רעפובליקאנער קאנדידאטן וואס איז דא אויפן טיש. אויב וואלט טראמפ געלאפן קעגן בערני סענדערס אדער קעמעלע העריס איז ער זיכער מער קוואליפיצירט.

די פראבלעם פון די שוי-טרייעל איז דרייפאכיג.

איינס - עס איז נישט אין די אינטערעסע פון די אמעריקאנער פאלק אנצופירן מיט א פאליטישע שוי בשעת די פאלק ליידט עקאנאמיש אזוי שטארק. און אויך, עס גייט גארנישט אויסמאכן.

צוויי - די דעמאקראטישע פארטי איז די זעלבע פארטי וואס האט געשריגן אין 2016 אז די וואלן איז גע'גנב'ט געווארן. און די אנפירער פון די איצטיגע קאמיטי דזשעמי רעסקין און בעני טאמפסאן האבן געוואט קעגן סורטיפייען די עלעקטראלע שטימען אין 2016.

דריי - אמעריקע האט געברענט דוראויס די 2 יאר פון קאוויד. צולאזטע בי-על-עים יונגן האבן געשענדעט און געפלינדערט און פארברענט גאסן, געשעפטן, מענטשן, און קיין פיפס האט מען נישט געהערט פון די דעמאקראטן. א סך געגענטער זענען געווען אין אן אנארכיע סטעיט, ואין פוצה פה, עס האט געהערשט א טויבענדע שטילקייט און זייער א פאסיווע רעקאציע פון די דעמאקראטן. דאקעגן אום יאנאווער 6 איז נישט געווען קיין אינסערעקשן. א ציושטע אומארגעניזירטע מאסן האבן פראטעסטירט מיט בענענעס און צובראכן אביסל גלאז, קיינער איז נישט גע'הרג'ט געווארן אויסער איין פראטעסטער, און דאס ווערט פארוואנדלט אלס די סקאנדאל פון די סענטרי. (וואס האט פאסירט יענעם טאג איז אומאקצעפטירבאר, און אפגערעדט וויפיל אחריות די וואשינגאטן אדער די ווייסע הויז פירערשפאט דארף טראגן פאר דעם, קען מען דאס נישט קאנדאנען אויף קיין שום אופן) און יעצט ווען די דעמאקראטן ווילן מעלה גרה זיין די יאנאווער 6 טאג - Spare me the crocodile tears

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 12:54 pm
דורך שמן למאור
נוח האט געשריבן:א דאנק פאר דיין ארטיקל.
פרייוויליג האט געשריבן: טראמפ האט זיך זייער מיאוס אויפגעפירט אום יאנעווער 6, עס איז קלאר אז זיין באנעמענוג דיסקוואלעפייד אים פון נאכאמאל לויפן פאר פרעזידענט.
אז דו ביסט דאס מודה, אפשר איז אויך צייט מודה צו זיין אז די דעמאקראטן האבן אין לויף פון טראמפ'ס פרעזידענצי געזען עפעס וועגן דעם מענטש דאנעלד טראמפ וואס דו האסט נישט געקענט איינזען?

און אויב האט פאר אסאך מענטשן גענומען ביז יאנעווער 6 איינצוזען ווער דער מענטש איז, אפשר איז יא וויכטיג דאס צו האמערן און האמערן אז מ'זאל נישט נאכאמאל אריינוועלן אזא מענטש - בפרט אז דער מענטש אליין גרייט זיך צו לויפן נאכאמאל, און אפילו לשיטתך איז ער דיסקוואליפייד.
די דעמאקראטן מאכן א גרויסע טעות,
ווי גרויס א עוולה זאל נאר נישט זיין, האט מען נישט קיין נערוון עס צו הערן יעדן טאג, דאס איז אויך די סיבה פארוואס קיינער אינטערסירט מער נישט די רוסלאנד- אוקריינע מלחמה, הגם עס גייט נאך פעסט אהן, אבער ווי לאנג קען מען זיין עקסייטעד און ברוגז אויף די זעלבע זאך,

ווען די דעמאקראטן האלטן זיך מער ווייניגער שטיל איבער יאנואר דעם זעקסטן, וואלט זיי אין יאר 2023 ווען טראמפ וועט שוין האבן די רעפאבליקאנער נאמינאציע, זיך נעמען ארויסלייגן פאקטן מיט סחורה איבער די גרעסטע סקאנדאל וואס טראמפ האט אויף זיך, די קעפיטאל איבערפאל,

יעצט קומט עס שוין ארויס פון די נאז, אוו ווען זיי וועלן שפעטער ליאמערן אז דעם געפערליכן טראמפ קען נישט זיין פרעזידענט וועגן יאנואר 6, וועט מען זאגן, וואס? נאכאמאל די ראיאטן? געניג געווען, כהאב שוין געהערט דערפון.. ברענג עפעס פריש...

הגם שכל'דיג ארבייט עס נישט אזוי, די עוולה ווערט נישט אויס מיט די יארן, און עס מאכט נישט אויס וויפול מען קייט עס איבער, אבער פארפאלן, אזוי ארבעטן מענטשן

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 1:22 pm
דורך וואלווי
פרייוויליג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:ווייל אוקריינע פלאקערט טאר מען נישט איינהאלטן קיין געזעצען אין וואשינגטאן? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן, אדרבה יעצט איז די צייט צו באווארענען אז מ'זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון משוגענע פירערס.
און וואס טוט זיך מיט די אנדערע 15 ברענעדיגע דאמעסטיק אישוס?
פארוואס זאל איין אישו שטיין אין וועג פון צווייטען? נישט קיין חילוק ווי פיל גרויסע מלחמות א לאנד פירט, אדער גרויסע עקענאמישע פראבלעמען גייען אריבער, דאך דארף א לאנד ווייטער פונקציאנירן. פונקט אזוי ווי אלע אנדערע פארצווייגטע ביזנעס פון א רעגירונג נישט קיין חילוק וואס אין ווען, דארף ליגעל פראסידינגס אויכעט ווייטער גיין. אלעס פארט ווייטער און איין ברענענדיגע אישו האט נישט מער געוויכט ווי א צווייטען, און ס'איז נישט דאס אדער דאס. איי די פראסידינגס מאכט גרויסע גערודער? דעמאלטס קוק נישט אויף די נעטווארק נייעס, וואס זיי פאבליסייזן די שאו. די ארבעט איז די זעלבע, מיט אדער אן פאליטיקס. אלעס איז איקאלי וויכטיג, חוץ אז די ווילסטו זיך נעמען גראבן ווי א פארטיזאנער, וואס דעמאלטס גייט דיין שטוינונג זיך קיינמאל ענדיגן.

Re: "אוי בין איך געווען דורשטיג"

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 3:36 pm
דורך טאמבל סאס
אין ענגלאנד איז די זעלבע, מיט פארטיגעיט, און אזוי אויך א"י, מיט ליכוד, שטערענדיג סיי וועלכע ביל טעיבלד ביי די איצטיגע קאאליציע, אפילו ווען ס'שטימט מיט די רעכטע אנטשויאונגען, און מיט די קאורט פראסידינגס געגן ביבי. אזוי איז פאליטיקס איבעראל.
אבער ארגיובלי, דא, ווען עס האנדלט זיך מיט א געוועזענע פרעזידענט, אזא איינער ווי טראמפ, אז דו ווילסט נישט מען זאל ענדיגן מיט נאך א יוליוס קיסר (נישט אז ער איז דער מלחמה העלד וואס יוליוס איז געווען), איז עס אפילו נאך מער אראפצושלונגען..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 4:46 pm
דורך כלבאשבוע
אין איין ווארט: בענגאזי, אין צוויי ווערטער: הילעריס אימעילס, כמיין אז רוב אמעריקאנער האלטן אז וואס סאיז געשען יאנואר 6 איז זיכער טויזענט מאל ערגער

בקיצור, דאס איז אלעס היינט א טייל פון פאליטישער טעאטער, הגם דא איז דא א מער קלארע כוונה און דאס איז פרובירן צוריקצוהאלטן טראמפ פון קענען לויפן נאכאמאל, צו סוועט געלונגען איז שוין א צווייטע שאלה

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 5:00 pm
דורך קורקלענד
איך זעה אז די מעינסטריעם מידיא ארבעט פיין אויף אפאר אירע דא.

עטס האטס געטרונקען מיט דארשט דער ראשע קאלוזשען נאנסענס. און יעצט איז יעדער מודה אז עס איז שקר.

עטס זענטס געגאנגען אין פייער צו קענען מסביר זיין אז קאוויד קען נישט האבן געקומען פון א לעב. און אצינד זענט עטץ חוזק.

עטץ האטס קיינמאל ניטאמאל פרובירט צו קוקן אויף די עווידענס וואס איבערצייגן אז די עלעקשאן שטינקט צו בכלל וועלן זעהן מיט די אייגענע אויגן.

עטץ נעבעך גלייבט וואס די סטעיט מידיא זאגט. אפי' זיי טוישן יעדן טאג זייער מעשה.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 5:47 pm
דורך [NAMELESS]
דו האסט אייגענע אינוועסטיגעיטערס וואס האבן אויסגעפארשט קאוויד און עלעקשאן וכו', אדער דו האסט א אייגענע מידיע וואס דו גלייבסט יא?

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 6:21 pm
דורך יאסל ראקאווער
אוי איך גיי שטארבן, אוי איך שטארב. מיין ניר ארבייט נישט. איך שטארב!

אההה איך האב באקומען א נייע ניר פון ריניועל. איך בין נישט געשטארבן. ווען נישט ריניועל בין איך טויט. איך לעב. וואו איך לעב. לאמיר מאכן א סעודת הודאה פאר די נייע ניר. לאמיר גיין נאך געלט פאר ריניועל. ועוד ידם נטויה.

איי ס'איז דא RCCS אויך? אבער ריניועל איז משוגע וויכטיג פאר די וויקטים וואס איז שיעור נישט געשטארבן פון נישט האבן קיין ניר.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 7:19 pm
דורך קורקלענד
ששון ושמחה האט געשריבן: דו האסט אייגענע אינוועסטיגעיטערס וואס האבן אויסגעפארשט קאוויד און עלעקשאן וכו', אדער דו האסט א אייגענע מידיע וואס דו גלייבסט יא?
די ערשטע צוויי זאגט שוין די שטאטישע מידיא אויך ווי מיר. אויף די עלעקשאנס נאכנישט. אבער זארג נישט, יענץ וועט אויך נאכקומען. אבער, פאר איינער וואס וויל וויסן די אמת'ע מציאות דארף נישט קיין מידיא און קען קוקן בלויז אויף פאקטן.

די איידיע פון מידיא איז אז זיי זאלן ברענגען וואס מער פאקטן וואס שנעלער צו געבן מענטשן די נויטיגע כלים צו קענען אליינס קומען צו החלטה'ס. היינטיגע שטאטישע מידיא איז מער ווייניגער צו ברענגען החלטה'ס ווי איידער צו ברענגען פאקטן.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 11:44 pm
דורך קורקלענד
וואלווי האט געשריבן:ווייל אוקריינע פלאקערט טאר מען נישט איינהאלטן קיין געזעצען אין וואשינגטאן? וואס האט איינס מיט'ן צווייטן, אדרבה יעצט איז די צייט צו באווארענען אז מ'זאל נישט אריינפאלן אין די הענט פון משוגענע פירערס.
אוודאי דארף מען ווייטער האלטן געזעץ. אבער ווען וואשינגטאן ניצט נאר דאס געזעץ סעלעקטיוו איז עס ביי דעפיניציע קיין געזעץ.

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 2:06 am
דורך [NAMELESS]
ששון ושמחה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איך זעה אז די מעינסטריעם מידיא ארבעט פיין אויף אפאר אירע דא.

עטס האטס געטרונקען מיט דארשט דער ראשע קאלוזשען נאנסענס. און יעצט איז יעדער מודה אז עס איז שקר.

עטס זענטס געגאנגען אין פייער צו קענען מסביר זיין אז קאוויד קען נישט האבן געקומען פון א לעב. און אצינד זענט עטץ חוזק.

עטץ האטס קיינמאל ניטאמאל פרובירט צו קוקן אויף די עווידענס וואס איבערצייגן אז די עלעקשאן שטינקט צו בכלל וועלן זעהן מיט די אייגענע אויגן.

עטץ נעבעך גלייבט וואס די סטעיט מידיא זאגט. אפי' זיי טוישן יעדן טאג זייער מעשה.
די האסט אייגענע אינוועסטיגעיטערס וואס האבן אויסגעפארשט קאוויד און עלעקשאן וכו', אדער די האסט א אייגענע מידיע וואס די גלייבסט יא?
.a Documentary with independent scientific evidence

https://www.google.com/search?q=2000+mu ... e&ie=UTF-8

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 8:32 am
דורך כלבאשבוע
עמקות המחשבה האט געשריבן: .a Documentary with independent scientific evidence

https://www.google.com/search?q=2000+mu ... e&ie=UTF-8
https://youtu.be/Nz6smxo-MkE