בלאט 1 פון 2
א נייע דרגה אין שוואנצאנעס: פיש קייטלעך
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 5:48 pm
דורך שמן למאור
עס איז פארשפרייט געווארן א בילד פון א אדווערטייזמענט ווי איינער מאכט קייטעלעך מיט פיש פון א רבין'ס טיש דערינען,
קודם האב איך געמיינט אז עס איז א וויץ, אבער דערנאך האב איך געזען ווי שלומי זייענס רעדט דערפון מיט א ערענסטקייט, עס פארט אויך ארום בילדער פון א וואטסאפפ טשעט ווי איינער רעדט צו די מוכר
עס איז אויך דא א בערך פיר מינוטיגן ריקארדינג ווי איינער רופט אהן צו הערן די פרטים,
שטעלט זיך ארויס אז עס איז א אידענע פון לעיקוואד, און זי האט פיש פון די טיש פון סקולענע רבי פון לעיקוואד, און א לימיטעד שיפמענט פון האדמו"ר מתולדות אהרן
לויפט אין קויפט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 5:50 pm
דורך שאלתיאל
נאך אביסל וועט מען פארקויפן מקווה וואסער ווי דער רבי האט זיך געטובל'ט שושן פורים אויסגעמישט מיט אפר פון די אייער וואס דער רבי האט געגעסן ערב ט' באב.
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 5:52 pm
דורך שמן למאור
די וואטסאפפ מעסעדזשעס
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 5:57 pm
דורך שמן למאור
עס פארט שוין ארום ליצנות דערויף,
איינער שרייבט אז ער וואלט ענדערש געוואלט קוגל אדער פערפל,
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 7:41 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
רבותי יעצט לאכט יעדער פון דעם, עמער זיך זעהן אין 10 יאר ארום... ס’וועט נאך זיין א גאנצע industry פון דעם.
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 8:42 pm
דורך דערוועקט
ס'קאסט א שמייכל. אבער, אין מיינע אויגן איז זייער אומעטיש צו מאכן פאוני קאלס און צושפרייטן לצנות פון א לעיקוואד ווייבל וואס פרובירט צו מאכן א זייטיגע פאר טאלער צום לעבן. צו וואס טראלן און ספעם מעסעדזשן א פריוואטע מענטש פאר א לאך?
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 9:19 pm
דורך שמן למאור
איינער קומט אריין מיט אזא ליצנות
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 9:23 pm
דורך מיליאנער
דערוועקט האט געשריבן:ס'קאסט א שמייכל. אבער, אין מיינע אויגן איז זייער אומעטיש צו מאכן פאוני קאלס און צושפרייטן לצנות פון א לעיקוואד ווייבל וואס פרובירט צו מאכן א זייטיגע פאר טאלער צום לעבן. צו וואס טראלן און ספעם מעסעדזשן א פריוואטע מענטש פאר א לאך?
די ליצנות איז די גרעסטע געווינס פאר איר, שוין לאנג נישט געווען א פריוואטע אייטעם וואס האט באקומען אזויפיל אומזיסטע מארקעטינג...
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 11:57 pm
דורך היסטאריע
תכלית, וויפיל קאסט?
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 1:44 am
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:תכלית, וויפיל קאסט?
50$ פאר א קייטל 40$ פאר א קיטשעין,
קוק די וואטסאפפ...
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 2:07 am
דורך דוד שריפטליך
די לצנות נעמט נישט קיין עק
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 4:22 am
דורך טאמבל סאס
עפעס שמעקט פישי מיט דעי סגולה..
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 4:26 am
דורך טאמבל סאס
דערוועקט האט געשריבן:ס'קאסט א שמייכל. אבער, אין מיינע אויגן איז זייער אומעטיש צו מאכן פאוני קאלס און צושפרייטן לצנות פון א לעיקוואד ווייבל וואס פרובירט צו מאכן א זייטיגע פאר טאלער צום לעבן. צו וואס טראלן און ספעם מעסעדזשן א פריוואטע מענטש פאר א לאך?
נארישקייטן, און טראללן טויזענטער אידן און גנבענען זייער געלט אויף די איינרעדעניש אז די רעליקס (נאך אפי' א שטאפל ערגער ווי רעליקס) זענען ווערט א רעטעך, איז יא עטיש?
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 4:29 am
דורך טאמבל סאס
עצי שטים האט געשריבן:די וואטסאפפ מעסעדזשעס
איז עס נאך פון ווען די רעבעצין איז געווען ביים לעבן און נאך געקאכט..
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
כ'האב מיך געהארגעט פאר געלעכטער.
איך וויל וויסן צו די פיש אין די קייטעלעך איז נאך פון פאר'ן עסן אדער שוין נאכ'ן עסן..?
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 8:04 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
שאלתיאל האט געשריבן:נאך אביסל וועט מען פארקויפן מקווה וואסער ווי דער רבי האט זיך געטובל'ט שושן פורים אויסגעמישט מיט אפר פון די אייער וואס דער רבי האט געגעסן ערב ט' באב.
נאך די פטירה פוונ'ם טאהש'ע רבי זצ"ל האבען א סאך יודען געוואלט טובל'ן אין די מקווה וואס מ'האט דארט געמאכט די טהרה פאר'ן רבי'ן און א סאך צייט מ'האט נישט געטוישט די וואסער (כאטש די וואסער זענען געווארען זעהר שמיציג) און מ'האט גענימען א גרויסע מטבע כדאי אריין צו געהן אין די מקווה
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 8:47 am
דורך דער גאלדענער אדלער
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:נאך אביסל וועט מען פארקויפן מקווה וואסער ווי דער רבי האט זיך געטובל'ט שושן פורים אויסגעמישט מיט אפר פון די אייער וואס דער רבי האט געגעסן ערב ט' באב.
נאך די פטירה פוונ'ם טאהש'ע רבי זצ"ל האבען א סאך יודען געוואלט טובל'ן אין די מקווה וואס מ'האט דארט געמאכט די טהרה פאר'ן רבי'ן און א סאך צייט מ'האט נישט געטוישט די וואסער (כאטש די וואסער זענען געווארען זעהר שמיציג) און מ'האט גענימען א גרויסע מטבע כדאי אריין צו געהן אין די מקווה
מוקצה מחמת מיאוס!!
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 9:01 am
דורך מיליאנער
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:נאך אביסל וועט מען פארקויפן מקווה וואסער ווי דער רבי האט זיך געטובל'ט שושן פורים אויסגעמישט מיט אפר פון די אייער וואס דער רבי האט געגעסן ערב ט' באב.
נאך די פטירה פוונ'ם טאהש'ע רבי זצ"ל האבען א סאך יודען געוואלט טובל'ן אין די מקווה וואס מ'האט דארט געמאכט די טהרה פאר'ן רבי'ן און א סאך צייט מ'האט נישט געטוישט די וואסער (כאטש די וואסער זענען געווארען זעהר שמיציג) און מ'האט גענימען א גרויסע מטבע כדאי אריין צו געהן אין די מקווה
ביי סאטמאר רבי ז''ל איז אויך געווען אזוי. איך האב אבער נישט געהערט עס זאל האבן געקאסט געלט, כ'מיין אז ס'איז געווען די פאבליק מקוה.
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 9:03 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 2:28 pm
דורך טשעסטער
ווער האט מתיר געווען די בלוט פון די פארקויפער אין ליעקוואד צו מאכן ליצנות אויף איר חשבון??????????????????????????
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 2:28 pm
דורך טשעסטער
-
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 2:29 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:נארישקייטן, און טראללן טויזענטער אידן און גנבענען זייער געלט אויף די איינרעדעניש אז די רעליקס (נאך אפי' א שטאפל ערגער ווי רעליקס) זענען ווערט א רעטעך, איז יא עטיש?
זיי רעדן נישט איין. זיי מאכן עס available און ווער עס וויל קויפט.
ווער ווייסט אבער פון וואנעט די פיש קומט? מ'דארף א פלאמבע.
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 4:07 pm
דורך שבת אחים
א צווייטער אין סקווירא האט איר שוין נאכגעמאכט. איי געיס קאמפעטישאן ברענגט ביזענס. יענע פארקויפט קייטלעך פון די פיש וואס האט נישט מעהר געדאכט גערעדט אין סקווירא וואס איז א גלגול פון צדיקים.
איך האב עס גלייך באשטעלט, איך שטיי ביי די טיר, איך ווארט בכליון עינים פאר די יו פי עס טראק זאל מיר ברענגן דאס קייטל. כ׳זאל קענען כאפן א שמועס מיטן פישל וואס איז א גלגול פון הויכע נשמות.
אין וויזניץ עסט מען פסח פאלשע-פיש געמאכט פון פלייש. זאגט דער בדחן רבי חיים מענדל “סאיז באוואוסט אז צדיקים ווערן מגלגול אין פיש. און פאלשע צדיקים ווערן מגלגול אין פאלשע פיש”…
Re: א נייע דרגה אין שוואנצאנעס: פיש קייטלעך
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 4:25 pm
דורך כרם זית
אז די קייטל קומט פון לעיקוואד מיז דאך זיין א לומדות אין דעם. טראכט איך אז בעצם וואלט מען זיך געדארפט ארומשלעפן מיטן פישל אליין (אזוי ווי שבתי צבי ברלנד האט געטון...) נאר היות שבת איז עס מוקצה מחמת מיאוס, איז די עצה עס צו פארוואנדלען אין א כלי.
יהי רצון שנזכה לישב בעורו של לויתן.