בלאט 1 פון 2
וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 7:47 pm
דורך קהל'ס נער
ס'מיר איינגעפאלן א קשיא היינט ביים דרייוון, און כ'האב נישט געקענט טרעפן קיין תירוץ דערויף, מילא אפיליר איך צים עולם ארויסציהעלפן די מצב, ובכן, וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש אקעיגן 0 מפ"ש?
די (קהל'ס) נער וואלט געענטפערט 1.
אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נישט ריכטיג ווייל 1*0=0.
דער וואס האלט זיך פאר א חכם גייט ענטפערען 0.
וויבאלד 0 מפ"ש איז נישט קיין שענלקייט קימט אויס אז 1 מפש איז 0 מאל שנעלער פון 0 מפ"ש, דאס איז אבער נישט אמת ווייל 0*0=0 און נישט 1, און די הנחה אז 0 מפ"ש איז נישט קיין שנעלקייט איז נישט ריכטיג ווייל איה"נ מען קימט ערגעץ נישט אן אויף 0 מפ"ש אבער א שנעלקייט איז עס.
דער אויבער חכם וועט ענטפערען אינפיניטי (@מי אני, ביטע מאכן די אינפיניטי סימבאל).
ווייל 1 מפ"ש איז אינפיניטי מאל שנעלער פון 0 מפ"ש, דאס איז אבער אויך נישט ריכטיג ווייל 0*אינפיניטי=0 און נישט 1.
זענען מיר געבליבען ביים קשיא, וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
Re: וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 8:41 pm
דורך טראכטכמוני
די תירוץ ליגט אין דיין קשיא.
0 מייל פ"ש איז א מעסטונג פון שנעלקייט ממילא 'מוז' עס מיינען אז עפעס רוקט מען זיך ווייל אויב נישט איז עס נישט קיין מייל פער שעה נישט (פונקט ווי 0 מינוט איז נישט קיין צייט מעסטונג)
קומט אויס אז דאס ווארט 0 מפ"ש איז בעצם פאלש, ווייל אויב רוקט מען זיך בכלל נישט איז דאס קיין מייל פער שעה נישט, קומט אויס אז 1 מפ"ש איז דאך די ערשטע מעגליכע מפ"ש.
נאר וואס דען, ס'קאן זיין מען ריקט זיך טאקע אבער ווייניגער פון א מפ"ש, טא ווענדט זיך עס ווי שנעל מען פארט, אויב פארט מען א הונרעדסטל-מייל פ"ש איז איין מייל פ"ש הונדערט מאל מער פון דעם וכן הלאה.
וועעעעעסטו וועלן זאגן ס'איז בכלל א מאטעמאטישע שאלה און נישט קיין שאלה אין מציאות, דהיינו מ'רעדט נישט אין מציאות ווען איינער פארט טאקע, נאר אין טעאריע - לדוגמא - ווען איינער זאגט איך בין געפארן אויף 0 און די אנדערער זאגט איך בין געפארן אוף 1 וויפיל איז די מרחק אין שנעלקיין צווישן די צוויי געזאגעכצער?
אבער אינ'אמת'ן איז דאס נישט קיין שאלה בכלל. ווייל די חילוק פון 0 ביז איינס איז נישט 'סקעילעבל' נאר 'ביינערי'. ד.ה. 0 איז גארנישט און איינס איז 'יא' . משא"כ שנעלקיין פון 1 מפ"ש און העכער וואס דארט איז יא שייך שנעלער און שטייטער.
לדוגמא שווארץ מיט ווייס, ס'איז נישט שייך צו זאגן וויפיל מאל שווארצער איז שווארץ פון ווייס אדער להיפך. ווייל שווארץ איז נישט 'שווארצער' פון ווייס עס איז אן אנדערע זאך בכלל.
אויב אבער מ'רעדט פון גרוי (גרעי) איז אודאי יא שייך א גרוי וואס איז שווארצער אדער ווייסער אזוי ווי שנעלקייט פון 1 און העכער וואס דעמאלס איז יא שייך 'שנעלער' און 'שטייטער'.
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 8:45 pm
דורך שמן למאור
לאמיר דיר פרעגן א צווייטע שאלה
וויפול מאל שנעלער איז 1 מפ"ש ווי פון א שטיקל קאקאש קעיק? וועסטו זאגן, וואס הייסט? די שאלה מאכט נישט קיין סענס, וואס האט א שטיקל קאקאש קעיק ציטון מיט מפ"ש,
די תריץ איז אז 0 מפ"ש האט פינקט אזוי סאך ציטון מיט מפ"ש ווי קאקאש קעיק
0 מפ"ש מיינט צו זאגן "גארנישט" מען ריקט זיך בכלל נישט, די לשון 0 מפ"ש איז בלויז לשבר את האוזן, אבער עס איז פשוט נאך א וועג פון זאגן גארנישט
ווען צוויי זאכן זענען הויעך קען מען מעסטן וועליכע איז העכער, ווען צוויי זאכן זענען נידריג קען מען מעסטן וויפול מאל נידריגער איינס איז פונעם צווייטן, ווען צוויי זאכן זענען ברייט קען מען מעסטן ווער איז ברייטער, ווען צוויי זאכן זענען רויט קען מען מעסטן ווער איז מער רויט, ווען צוויי זאכן זענען גרויס קען מען מעסטן וויפול מאל איינס איז גרעסער פונעם צווייטן,
אבער אויב איינער האט די זאך און די צווייטער נישט איז נישט שייך צו פרעגן אזא שאלה, עס מאכט נישט קיין סענס
עס איז פינקט ווי פרעגן, וויפול מאל העכער איז די עמפייער סטעיט בילדינג פון א היקאפ? די שאלה הייבט נישט אהן צו שטימען ווייל א היקאפ האט נישט קיין הייעך בכלל
אדער איינער וועט פרעגן וויפול מאל שטערקער איז א לייב פון א עפל קיגל? די שאלה מאכט נישט קיין סענס ווייל א עפל קיגל האט נישט קיין שטארקייט בכלל
די זעלבע מיט 0 מייל פער שעה, עס איז א גארנישט...
אזוי טראכט איך כרגע, וועט מען דארפן ווארטן פאר @מי אני
נאכן אפשרייבן זע איך אז @טראכטכמוני זאגט בעצם כמוני
Re: וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 9:04 pm
דורך טראכטכמוני
עצי שטים האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן א צווייטע שאלה

טאקע כמוך, נאר כ'האב עפעס געהאט א משמעות פון די ווערטער פון דעם @קהל'ס נער אז ער רעדט יא פון א שטיקל ספיד נאר ווייניגער פון א מפ"ש האב איך דאס קודם געדארפט שולל זיין להוציא מליבן
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 9:27 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל מאל גרעסער איז 1 אינטש פון 0? 1 פונט פון 0? זעלבע שאלה?
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:29 pm
דורך מי אני
דאס רירט אָן אויפ׳ן געדאנק וואס איך
האב געשריבן איבער פארוואס מ׳קען נישט דיוויידן א נומער ביי 0 און עס איז אָנדעפיינד.
מאטעמאטיש/פיזיש (לגבי וועלאסיטי וכו׳) איז גלייב איך נישט אזוי שייך צו זאגן אז 0 מפ״ש איז מיינונגסלאז. עס מיינט אז עס איז נישטא קיין טויש אין די פאזיציע דערפון פּער יוּניט פון צייט [״שעה״ אין די קאנטעקסט]. למשל, אין פיזיקס מאכט אויך סענס צו זאגן אז מ׳איז געפארן (2-) מפ״ש,
אונטער און נאך ווייניגער ווי 0 מפ"ש, וואס מיינט מ׳האט ״געבּעקט״ צוריקצווועגס [אבסאלוטע] 2 מפ״ש. הגם ביי דעם, וויבאלד ס׳איז יא ״דא״ אַן עצם וועלאסיטי און טויש אין פאזיציע פּער יוּניט פון צייט, קען מען יא זאגן אז געהעריגע [פאזיטיווע] 4 מפ״ש פאראויס איז (2-) מאל אזוי שנעל ווי דעם. (ביי 0 קען מען דאס נישט טוהן מיט די ״
וויפיל מאל מער?״ שאלה וויבאלד עס איז פשוט נישט [מאטעמאטיש] דעפיינד כנ״ל. פרעגן ״
וויפיל מער?״ בסתם איז שוין יא דעפיינד און מאכט יא סענס, ופשוט.)
אבער דאס איז בנוגע ״טעכניש״/מאטעמאטיש/פיזיש גערעדט. אין אלגעמיינע פּארלאנץ זענען
@טראכטכמוני און
@עצי שטים בעצם גערעכט.
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 12:09 am
דורך berlbalaguleh
עצי שיטים: אם כבר בחקירה ובדיקדוק (ובדיוק) עסקינן. האסטו (און כמעט די גאנצע וועלט) נישט ריכטיג ארויס די דעפינישן..."קאקאש קעיק"... דו זאגסט (גרייזיג) קאקאש. וואס מיינט אין אונגאריש א האן א זכר. (Kokos/kokosh)...ווען דו ווילסט בעצם זאגן...(kaka-os/kaka-osh)...! דארף מען עס שרייבן (אין אידיש)...קאקא-אש. קעיק. איין אלף מאכט אויס א חילוק צווישן 0 מ.פ.ש. און 100 מ.פ.ש. ...! אזוי ווי מיין רבי מהר"א קר"י שליט"א זאגט אייביג ץץץ ווער ס'פארשטייט, פארשטייט... והמבין יבין. אדער והיוון מבין...!
Re: וויפיל מאל שנעלער איז 1 מפ"ש פון 0 מפ"ש?
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 12:16 am
דורך פרנס החודש
מי אני האט געשריבן:דאס רירט אָן אויפ׳ן געדאנק וואס איך
האב געשריבן איבער פארוואס מ׳קען נישט דיוויידן א נומער ביי 0 און עס איז אָנדעפיינד.
מאטעמאטיש/פיזיש (לגבי וועלאסיטי וכו׳) איז גלייב איך נישט אזוי שייך צו זאגן אז 0 מפ״ש איז מיינונגסלאז. עס מיינט אז עס איז נישטא קיין טויש אין די פאזיציע דערפון פּער יוּניט פון צייט [״שעה״ אין די קאנטעקסט]. למשל, אין פיזיקס מאכט אויך סענס צו זאגן אז מ׳איז געפארן (2-) מפ״ש,
אונטער און נאך ווייניגער ווי 0 מפ"ש, וואס מיינט מ׳האט ״געבּעקט״ צוריקצווועגס [אבסאלוטע] 2 מפ״ש. הגם ביי דעם, וויבאלד ס׳איז יא ״דא״ אַן עצם וועלאסיטי און טויש אין פאזיציע פּער יוּניט פון צייט, קען מען יא זאגן אז געהעריגע [פאזיטיווע] 4 מפ״ש פאראויס איז (2-) מאל אזוי שנעל ווי דעם. (ביי 0 קען מען דאס נישט טוהן מיט די ״
וויפיל מאל מער?״ שאלה וויבאלד עס איז פשוט נישט [מאטעמאטיש] דעפיינד כנ״ל. פרעגן ״
וויפיל מער?״ בסתם איז שוין יא דעפיינד און מאכט יא סענס, ופשוט.)
אבער דאס איז בנוגע ״טעכניש״/מאטעמאטיש/פיזיש גערעדט. אין אלגעמיינע פּארלאנץ זענען
@טראכטכמוני און
@עצי שטים בעצם גערעכט.
It has a numerical value, but you can’t multiply or divide it.
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 1:27 am
דורך שמעון וואלף
איך האב געטראכט פון אן ענליכע שאלה. איין סטאק איז געפאלן 5% און דיר צווייטער איז געשטיגן 10%. וויפול מאל בעסער איז דער צווייטער פון דער ערשטער?
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 3:07 am
דורך berlbalaguleh
איך האב געטראכט פון אן ענליכע שאלה: להרע, או להיטיב? ניין. להרע, ולא להיטיב...!
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 6:59 am
דורך מי אני
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב געטראכט פון אן ענליכע שאלה. איין סטאק איז געפאלן 5% און דיר צווייטער איז געשטיגן 10%. וויפול מאל בעסער איז דער צווייטער פון דער ערשטער?
לפי וואס איך האב געזאגט פריער איז עס (2-). ווייל 10 איז מער פון (5-), (2-) מאל.
דא האב איך מסביר געווען פארוואס ווען מען מאָלטיפּלייט אדער דיווייד (וואס ווי איך האב
דא מסביר געווען זענען דיוויזשאן און מאָלטיפּליקעישאן בעצם אחת: דיוויזשאן פשוט באדייט מאָלטיפּליקעישאן פונעם אינווערס) א נעגאטיוו ביי א פאזיטיוו איז די פראדוקט/קוואָשענט אלעמאל א נעגאטיוו, און ווען מען מאָלטיפּלייט אדער דיווייד א נעגאטיוו ביי א נעגאטיוו איז די פראדוקט/קוואָשענט אלעמאל א פאזיטיוו.
@פרנס החודש:
Precisely my point: it’s not “meaningless” as it has a numerical value and denotes a quantity with regard to the rate of change in position. However, you can’t divide by said numerical value to obtain an answer to the question of “how much more
proportionally is the latter quantitative rate of change more so than the first?”, as dividing by 0 is undefined. It’s the
question that’s meaningless; not the quantity. Which is why I begin, “from the viewpoint of physics I do not believe 0 mph to be meaningless”
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 7:16 am
דורך [NAMELESS]
סתם פאר אינטערסאנטקייט, אויב עס נעמט איין שעה צו גראבן א גרוב, וויפיל צייט דויערט צו גראבן א האלבער גרוב?
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 9:24 am
דורך מי אני
די שאלה איז וואס באדייט, און צי ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי, "א
האלבע גרוב"? אדער איז עס א [גאנצע] גרוב אדער בכלל נישט א גרוב. דאס רירט אויך אָן אויפ'ן באקאנטן
סאָריטיִס פאראדאקס.
אויב דעפינירט מען דאס דא אז "אזוי-און-אזוי גרויס" איז אין די קאנטעקסט א "גאנצע" גרוב, דאן איז האלב דערפון [אין די קאנטעקסט] וועט נעמען האלב די צייט.
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 4:31 pm
דורך berlbalaguleh
יהורם האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, אויב עס נעמט איין שעה צו גראבן א גרוב, וויפיל צייט דויערט צו גראבן א האלבער גרוב?
יהורם: די שיעור פון א גרוב ווס. א האלבע גרוב איז רעלאטיוו. צוערשט דארף מען דעפינירן וויפיהל קיוביק פס. (למשל) איז די שיעור פון א גרוב (באזירט אויף פאקטן/נוצן). אלע אנדערע זאכן וועללן פארן פון דארט...!
נשלח: פרייטאג יוני 17, 2022 5:34 pm
דורך קרעפלעך
עצי שטים האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן א צווייטע שאלהס
וויפול מאל שנעלער איז 1 מפ"ש ווי פון א שטיקל קאקאש קעיק? וועסטו זאגן, וואס הייסט?
מעגליך דער תירוץ איז א שטיקל קאקאש איז צוויי מאל שנעלער. א מענטש וואס לויפט פאר א שעה 1 מפ''ש פארלירט ארום 90 קעלאריס, אין א סלייס קאקאש קעיש ליגט בערך 200 קעלאריס
נשלח: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:19 pm
דורך היסטאריע
די (קהל'ס) נער וואלט געענטפערט 1.
אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נישט ריכטיג ווייל 1*0=0.
דער וואס האלט זיך פאר א חכם גייט ענטפערען 0.
וויפיל מאל קלוגער איז דער חכם פין דער טיפש?
דער טיפש זאגט, נול.
דער חכם זאגט, אינפיניטי.
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 12:01 am
דורך מי אני
היסטאריע האט געשריבן:וויפיל מאל קלוגער איז דער חכם פין דער טיפש?
דער טיפש זאגט, נול.
דער חכם זאגט, אינפיניטי.
אין
רעלאטיוויטי, וויבאלד מאסע און ענערגיע זענען בעצם אייניג וכידוע עפ״י E=mc², דא די געדאנק פון
רעלאטיוויסטיק מאסע. דאס איז אז ווען עפעס וואס האט בעצם עפעס א רעסטינג מאסע ווען עס ליגט ווי א דומם, גייט מיט א פארמערונג פון וועלאסיטי ווערן די מאסע דערפון, פאר אנדערע אבזערווירערס מחוצה לה, מער און מער. דאס איז די סיבה אז א זאך וואס האט עפעס א רעסטינג מאסע וועט נישט קענען אָנקומען צום שנעלקייט פון אור (וואס א פאָטאַן פון אור האט נישט קיין שום רעסטינג מאסע), ווייל דאן וועט די זאך האבן אַן אינפיניט מאסע און דארפן אַן אינפיניט מאס ענערגיע פאר איר מהירות.
לגבי דעם אז מ׳קען נישט דיוויידן ביי 0 און עס איז אָנדעפיינד איז קומט אויס אז א פאָטאַן פון אור, עפ״י אַן (סימפּליפייד) עקוועישאן פון
רעלאטיוויסטיק מאסע:
2F62DD5D-B04C-4063-BDE9-4418733FC789.jpeg
וואו m₀ באדייט די רעסטינג מאסע, קומט אויס אז א פאָטאַן האט בעצם בשעת עס ״פארט״ במהירות האור אַן אָנדעפיינד
רעלאטיוויסטיק מאסע פון 0/0. (סתם א זאך וואלט אויך דיוויידעד געווארן ביי 0 אין אזא פאל לפי די עקוועישאן.)
ועכ״פ לפי כל הנ״ל קען מען זאגן אז דאס איז מרמז די פסוק (קהלת ב יג) וראיתי אני שיש יתרון לחכמה מן הסכלות כיתרון האור מן החשך - בענין 0 און ∞…
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 12:45 am
דורך berlbalaguleh
מי אני: ייש"כ. דו האסט מיר ממש אויפגעלאכטן מיט דעם פשט...!
ויש לעורר. אז חושך (העדר האור) האט אויך אן אינפיניטי...בלעק האול...! צימצום... במושכל/משקל שני יש לדייק אז ציצמצום איז נישט בלי גבול. אן אטאם. אויב שפאלט מען עס גייט ארויס אומבאגרעניצטע ענערגיע...דאס האט (אפשר) אויך א שייכות מיט די מאטעמאטישע טעאריע אז א שלילי שבשלילי ווערט א חיובי.
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 2:45 am
דורך שמעון וואלף
מי אני האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב געטראכט פון אן ענליכע שאלה. איין סטאק איז געפאלן 5% און דיר צווייטער איז געשטיגן 10%. וויפול מאל בעסער איז דער צווייטער פון דער ערשטער?
לפי וואס איך האב געזאגט פריער איז עס (2-). ווייל 10 איז מער פון (5-), (2-) מאל.
דא האב איך מסביר געווען פארוואס ווען מען מאָלטיפּלייט אדער דיווייד (וואס ווי איך האב
דא מסביר געווען זענען דיוויזשאן און מאָלטיפּליקעישאן בעצם אחת: דיוויזשאן פשוט באדייט מאָלטיפּליקעישאן פונעם אינווערס) א נעגאטיוו ביי א פאזיטיוו איז די פראדוקט/קוואָשענט אלעמאל א נעגאטיוו, און ווען מען מאָלטיפּלייט אדער דיווייד א נעגאטיוו ביי א נעגאטיוו איז די פראדוקט/קוואָשענט אלעמאל א פאזיטיוו.
דאס קען מען טאקע שרייבן אבער אין ווערטער זאגט זיך עס עפעס נישט.
א נעגעטיוו נאמבער מיינט דאך ווייניגער ווי איינס, קען מען זאגן אז דער וואס פארדינט 10% איז ניטאמאל אזוי גוט ווי דער וואס פארלירט 5 פראצענט?
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 6:45 am
דורך מי אני
ווי אזוי עס טרענסלעיט אין צו אלגעמיינע שפראך איז דאך: ״די איז ווערט פון וואו עס איז געווען מעיקרא צוויי מאל וויפיל יענע איז געפאלן.״ די ״יענע איז געפאלן״ איז די חלק הנעגאטיוו.
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 10:04 am
דורך מרדכי מרדכי
מי אני האט געשריבן:די שאלה איז וואס באדייט, און צי ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי, "א
האלבע גרוב"? אדער איז עס א [גאנצע] גרוב אדער בכלל נישט א גרוב. דאס רירט אויך אָן אויפ'ן באקאנטן
סאָריטיִס פאראדאקס.
אויב דעפינירט מען דאס דא אז "אזוי-און-אזוי גרויס" איז אין די קאנטעקסט א "גאנצע" גרוב, דאן איז האלב דערפון [אין די קאנטעקסט] וועט נעמען האלב די צייט.
פשטות געדואערט עס ווייניגער פון האלב צייט ווייל וואס טיפער מען בראבו דארט עס לענגער ארויף צישלעפן די ערד
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:03 pm
דורך פארוואס?
דער ענטפער צו דיין שאלה אין פלעין יידיש:
קודם כל, עס איז נישט קיין נפקא-מינה צו מ'רעדט פון מפ"ש אדער יעדע אנדערע יוניט, דיין פראגע קען פונקט אזוי ווערן געפרעגט וויפיל מאל מער איז 1 מעטער פון 0 מעטערס?
געווענליך ווען מ'וויל וויסן וויפיל מאל איין נומער איז גרעסער ווי אן אנדערע נוצט מען דיוויזיע (דיוויזשן), למשל אויב מ'וויל וויסן וויפיל מאל 10 איז גרעסער פון 5, צוטיילט מען 10 אין 5, 10/5 איז 2.
אלזא, ווען מ'וויל צוטיילן 1 אין זערא, אדער בעצם יעדע נומער אין זערא, באקומט מען אן אומדעפינירטע ענטפער, אדער - אין אנדערע ווערטער - עס איז אומלעגאל צו צוטיילן אין זערא - אין די סיבה דערפאר איז ווייל די געזעצן פון אריטמעטיק קענען דאס נישט כולל זיין. (אינפיניטי איז א מאטעמאטישע קאנסעפט, אבער נישט קיין נומער).
אין קאלקולוס, וואלט מען געזאגט אז דער לימיט איז אינפיניטי, דהיינו, בערך ווי צוזאגן אז קוקנדיג ארום זערא, קוקט אויס ווי מ'קומט אן צו אינפיניטי.
לייען מער איבער דעם אין גרינגע ענגליש:
https://www.mathsisfun.com/numbers/divi ... -zero.html
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:15 pm
דורך פארוואס?
עצי שטים האט געשריבן:לאמיר דיר פרעגן א צווייטע שאלה
וויפול מאל שנעלער איז 1 מפ"ש ווי פון א שטיקל קאקאש קעיק? וועסטו זאגן, וואס הייסט? די שאלה מאכט נישט קיין סענס, וואס האט א שטיקל קאקאש קעיק ציטון מיט מפ"ש,
די תריץ איז אז 0 מפ"ש האט פינקט אזוי סאך ציטון מיט מפ"ש ווי קאקאש קעיק
0 מפ"ש מיינט צו זאגן "גארנישט" מען ריקט זיך בכלל נישט, די לשון 0 מפ"ש איז בלויז לשבר את האוזן, אבער עס איז פשוט נאך א וועג פון זאגן גארנישט
ווען צוויי זאכן זענען הויעך קען מען מעסטן וועליכע איז העכער, ווען צוויי זאכן זענען נידריג קען מען מעסטן וויפול מאל נידריגער איינס איז פונעם צווייטן, ווען צוויי זאכן זענען ברייט קען מען מעסטן ווער איז ברייטער, ווען צוויי זאכן זענען רויט קען מען מעסטן ווער איז מער רויט, ווען צוויי זאכן זענען גרויס קען מען מעסטן וויפול מאל איינס איז גרעסער פונעם צווייטן,
אבער אויב איינער האט די זאך און די צווייטער נישט איז נישט שייך צו פרעגן אזא שאלה, עס מאכט נישט קיין סענס
עס איז פינקט ווי פרעגן, וויפול מאל העכער איז די עמפייער סטעיט בילדינג פון א היקאפ? די שאלה הייבט נישט אהן צו שטימען ווייל א היקאפ האט נישט קיין הייעך בכלל
אדער איינער וועט פרעגן וויפול מאל שטערקער איז א לייב פון א עפל קיגל? די שאלה מאכט נישט קיין סענס ווייל א עפל קיגל האט נישט קיין שטארקייט בכלל
די זעלבע מיט 0 מייל פער שעה, עס איז א גארנישט...
אזוי טראכט איך כרגע, וועט מען דארפן ווארטן פאר @מי אני
נאכן אפשרייבן זע איך אז @טראכטכמוני זאגט בעצם כמוני
עס איז שווער צו מסכים זיין דערמיט, זערא איז א נומער ווי אלע נומערן, אויב טראכטן מיר פון א נומער ליין וואס גייט פון נעגעטיוו אינפיניטי צו פאזיטיוו אינפיניטי,ַַַַַַַַ זערא איז אויפן נומער ליין.
דער פראבלעם איז נאר מיט צוטיילן אין זערא, אלע אנדערע אריטמעטישע אפעראציעס ארבעטן גוט מיט זערא.