בלאט 1 פון 2

חסידים לערנען נישט נ"ך

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 5:41 pm
דורך פאר'ן דאווענען
דא האב איך געפרעגט אויב עס שוין דא אן אשכול אויף די נושא, איך האב נישט געטראפן וואו מען רעדט דערפון. אויב איז שוין דא אן אשכול דערויף ביטע צוצייכענען.

די מציאות איז אז ביי רוב חסידים לערנט מען נישט קיין נ"ך, איך ווייס נישט בנוגע די ליטווישע, אבער אין חסידישע חדרים און ישיבות לערנט מען עס נישט. איז די שאלה איז פארוואס נישט? און ווען האט זיך עס אנגעהויבן? און אויך צו איז דא א מקור דערצו? דהיינו צו און איינע פון די פריערדיגע ספרים זאלן רעדן דערוועגן און שרייבן אז מ'זאל נישט לערנען.

איך געדענק הערן צוויי סיבות פארוואס מען זאל עס נישט לערנען. איינס ווייל די משכילים האבן געמאכט דערפון אן עיקר, סיי פונעם עצם לימוד און סיי פון דקדוק, און ממילא האט מען עס נישט געלערנט כדי צו שטיין ווייט פון זיי (עפעס אזוי). וואס לפי זה איז עס היינט מער נישט נוגע, ווייל ס'איז נישט דא מער (די סארט) משכילים. און צווייטנס, ווייל עס איז דא אין נ"ך זייער אינטערעסאנטע מעשיות וואס שטימען נישט אזוי מיט שיטת החרדיזם, און ס'ברענגט צופיל קשיות פאר א חרדי, ממילא האט מען עס נישט געלערנט. און די איינציגסטע פלאץ וואו א חרידישע איד האט יא געהערט פון די אישי הנ"ך איז נאר ביי די גמרא, וואס דארט האבן שוין חז"ל עס מסדר געווען כמו "כל האומר דוד חטא וכו'" וכדומה.

איז לפי די צווייטע סיבה איז עס נאך אלס נוגע. איך גיי נישט יעצט אריין צו די סארט אידישקייט (ויקרא שמו בישראל "חרידיזם") איז ריכטיג צו נישט, און צו די פועל יוצא פון אזא סארט מהלך איז געפארפול אדער נישט, אויף דעם איז שוין דא גענוג אשכולות ווי מ'טוט עס דורך.
איך זאג נאר אז לפי שיטת החרדים איז לכאורה די צווייטע טעם נאך אלס שטארק נוגע.

וואס זאגט דער עולם? איז דא נאך סיבות? האט עס מקורות? אויב יא ביטע ברענגען.

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 6:18 pm
דורך שמן למאור
די טעם איז היינו הך,
מען האט נישט געלערנט נ"ך וועגן עס ברענגט קשיות אויף חרדיזם, מילא האבן עס די משכילים דוקה יא געלערנט, האט מען שוין יעצט נאך א סיבה עס נישט צו לערנען, וועגן די משכילים לערנען עס

עיין כאן אין די אשכול, צו פארשטיין בעסער דעם ענין

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 6:28 pm
דורך berlbalaguleh
וואס ווילסטו? מ'זאל לערנען מיט אונזערע קינדער די מעשה פון אמנון ותמר אדער ווי אבשלום האט געוואלט הרגנ'ען זיין טאטן דוד המלך?? אדער די עובדי עבודה זרה פון יענע צייטן..?! פון אונז פארלאנגט מען מ'זאל זיין פיין און וואויל, און ווען מ'וועט לערנען וואס די אידן האב אלץ אנגעשטעלט אין יענע צייטן וועט נישט טויגן....!

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 6:30 pm
דורך שמן למאור
מיט די תורה טוט גיבט מען זיך יא גאנץ פיין א עצה, מען לאזט אויס אנהויב פרשת תזריע וכדומה, און ביי די מעשה פון די עגל און די מי מריבה וכדומה זאגט מען אז עס איז העכערע זאכן...

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 6:41 pm
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:די טעם איז היינו הך,
מען האט נישט געלערנט נ"ך וועגן עס ברענגט קשיות אויף חרדיזם, מילא האבן עס די משכילים דוקה יא געלערנט, האט מען שוין יעצט נאך א סיבה עס נישט צו לערנען, וועגן די משכילים לערנען עס

עיין כאן אין די אשכול, צו פארשטיין בעסער דעם ענין
פארוואס קען איך נישט עפענען דעם לינק צום אשכול וואס דו האסט צוגעצייגט?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 6:44 pm
דורך שמן למאור

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 6:50 pm
דורך [NAMELESS]
ניין, עס קומט ארויף אז איך האב נישט קיין ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום. איז עס א פריוואטע געהענגל?

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 7:05 pm
דורך שמן למאור
די אשכול איז אין שבת אחים, די קעפל איז "פארוואס ווערט נישט דערמאנט חרדי'שע אידישקייט אין תנ"ך?"

ווען איך האב מיך ארויסגעסיינט, איז אויך געשטאנען אז איך דארף מיך אריינסיינען צו קענען ליינען דעם אשכול, צו ליינען שבת אחים דארף מען האבן לכה"פ 25 תגובות דאכצעך,

איך ווייס נישט פארוואס דו האסט נישט קיין עקסעס, דו ביסט דאך א חבר ותיק, האבן נאך אידן די פראבלעם דא?

איך וועל ארויפשטעלן א לינק צו די ערשטע תגובה פון די אשכול, אנשטאט צו די אשכול אליין, אויב עס ארבייט נאכאלטס נישט וועסטו זיך מוזן ווענדן צום מנהל
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 92#p473492

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 8:45 pm
דורך היסטאריע
די פאני מעשיות זענען נאר אין יהושע שופטים שמואל מלכים.
דער רעשט, ישעיה ירמיה וכו' תהלים משלי וכו', איז גאר באלערנדע זאכן, און האט נישט קיין סיבה פארוואס מען לערנט עס נישט.

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 10:28 pm
דורך מצפצף
עצי שטים האט געשריבן: מיט די תורה טוט גיבט מען זיך יא גאנץ פיין א עצה, מען לאזט אויס אנהויב פרשת תזריע וכדומה, און ביי די מעשה פון די עגל און די מי מריבה וכדומה זאגט מען אז עס איז העכערע זאכן...
דאָס איז בוחר הרע במיעוטו, בעצם וואלטן זיי געוואלט אז ביי חסידים זאל מען קיין חומש אויך נישט לערנען.

Re: חסידים לערנען נישט נ"ך

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 10:33 pm
דורך פרנס החודש
עכ״פ ביי די מיידלעך

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 11:58 pm
דורך היסטאריע
מצפצף האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן: מיט די תורה טוט גיבט מען זיך יא גאנץ פיין א עצה, מען לאזט אויס אנהויב פרשת תזריע וכדומה, און ביי די מעשה פון די עגל און די מי מריבה וכדומה זאגט מען אז עס איז העכערע זאכן...
דאָס איז בוחר הרע במיעוטו, בעצם וואלטן זיי געוואלט אז ביי חסידים זאל מען קיין חומש אויך נישט לערנען.
ווער איז דאס דער "זיי"?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:20 am
דורך שמעון וואלף
היסטאריע האט געשריבן:די פאני מעשיות זענען נאר אין יהושע שופטים שמואל מלכים.
דער רעשט, ישעיה ירמיה וכו' תהלים משלי וכו', איז גאר באלערנדע זאכן, און האט נישט קיין סיבה פארוואס מען לערנט עס נישט.
משלי איז פול מיט רעפרענס צו זנות וואס ווערט אסאך גענוצט אלץ משל. און אין אנדערע ספרי נ"ך אויך

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:22 am
דורך היסטאריע
און ביי אונז עקזיסטירט דאך נישט קיין זנות, ממילא לערנט מען עס נישט.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 1:22 am
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:די פאני מעשיות זענען נאר אין יהושע שופטים שמואל מלכים.
דער רעשט, ישעיה ירמיה וכו' תהלים משלי וכו', איז גאר באלערנדע זאכן, און האט נישט קיין סיבה פארוואס מען לערנט עס נישט.
כוויל נישט ציפול מאריך זיין דא, אבער אז מען טוט גוט דורך ספר ירמיהו, קומט ארויף ספיקות צו ער איז נישט געווען קיין נביא שקר...
ויותר אין לי רשות להאריך...

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 3:02 am
דורך דוד שריפטליך
איך האב געלערנט אין סאטמר חדר און מען האט געלערנט יהושע שופטים שמואל און מלכים סא פון וועלעכע חדרים רעדן ענק?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 3:03 am
דורך דוד שריפטליך
היסטאריע האט געשריבן:און ביי אונז עקזיסטירט דאך נישט קיין זנות, ממילא לערנט מען עס נישט.
:lol: :roll:

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 3:08 am
דורך דוד שריפטליך
איך דערמאן זיך יעצט אז עס איינמאל ביי חול המועד חדר האט מען דערציילט די מעשה פון דניאל און די חלום פון נבוכדנצר און ער האט אפגעלייגט אלע איברים פון די קערפער און עפעס האט ער געזאגט דארט בריסט קאסטן......

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:00 pm
דורך חדשים
די מקור איז די בני יששכר אין זיין ספר מעין גנים.
HebrewBooksOrg_4742_page_119.pdf
די שאלה איז זייער גוט. די פראבלעם איז אז א מנהל המוסד פרעגט נישט אזא שאלה. ווען מען טראכט ווען וואס מ’דארף טוישן און וועלכע טעם איז מער נישט שייך, וואלט נאך אנדערע זאכן אויך געווען אנדערש. עס קומט לכאורה נישט פון א שיטה, עס קען קומען פון פלעין נישט טראכטן. אויך איז נישטא קיין פארשטאנד צו די וויכטיגקייט פון עדיוקעיטן די תלמידים מיט די אידישע היסטאריע.

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 10:04 pm
דורך היסטאריע
דוד שריפטליך האט געשריבן:איך האב געלערנט אין סאטמר חדר און מען האט געלערנט יהושע שופטים שמואל און מלכים סא פון וועלעכע חדרים רעדן ענק?
איך מיין אז היינט לערנט מען נישט מער.

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 12:45 am
דורך דוד שריפטליך
היסטאריע האט געשריבן:
דוד שריפטליך האט געשריבן:איך האב געלערנט אין סאטמר חדר און מען האט געלערנט יהושע שופטים שמואל און מלכים סא פון וועלעכע חדרים רעדן ענק?
איך מיין אז היינט לערנט מען נישט מער.
וואס הייסט איך געדענק אז מען האט אפילו געלערנט אז איינער דארט האט זיך געמאכט קראנק איז געקומען איינע פון די מיידלעך און האט איר געצווינגן

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 12:50 am
דורך דוד שריפטליך
זיי מברר ביי די חברה צו מען לערנט טאקע נישט אין סאטמר חדר נ"ך איך רעדט פון אזוי לאנג צוריק איך רעדט פון תשס"ד -תשס"ו

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 12:52 am
דורך דוד שריפטליך
berlbalaguleh האט געשריבן:וואס ווילסטו? מ'זאל לערנען מיט אונזערע קינדער די מעשה פון אמנון ותמר אדער ווי אבשלום האט געוואלט הרגנ'ען זיין טאטן דוד המלך?? אדער די עובדי עבודה זרה פון יענע צייטן..?! פון אונז פארלאנגט מען מ'זאל זיין פיין און וואויל, און ווען מ'וועט לערנען וואס די אידן האב אלץ אנגעשטעלט אין יענע צייטן וועט נישט טויגן....!
ביי אונז אין חדר האט מען דאס געהעריג פארגעלערנט. אוי איז דאס געווען שרעקעדיג.........