מיין דרשה פארן כינוס נשי כלל ישראל
נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 12:51 am
מיין דרשה פארן כינוס נשי כלל ישראל
בעל בעמיו
טייערע אידישע טעכטער,
די רבנים הגאונים שליט"א האבן באשלאסן צוזאם צו נעמען די טייערע פרויען, די עקרות הבית. מיר האבן געזען פאר וויכטיג אייך צו בעטן ארויסצונעמען הייליגע צייט פון אייער שוין-אזוי-אויך גאר פארנומענע טאג. מיר האבן פארלאנגט פון אייך צו נעמען בעביסיטערס, אפלאזן אייער מוטערליכע אויפגאבען, און שפענדן עטליכע שעות ביי א כינוס. פארוואס האבן מיר אייך דאס געבעטן? וואס איז אזוי קריטיש וויכטיג אז מיר האבן דאס געמוזט פארלאנגן פון אייך? דער ענטפער איז, צוליב צוויי סיבות.
הכרת הטוב פאר די נשים צדקניות
די ערשטע סיבה איז כדי אויסצודריקן אונזער הכרת הטוב צו אייך, הייליגע טייערע נשים צדקניות. איר, אידישע מאמעס, זענט דער יסוד פון אידישקייט. איר זענט די סיבה פארוואס כלל ישראל שטייט. ווען נישט אייך איז נישט דא קיין כלל ישראל. עס קומט זיך ענק אן הכרת הטוב פארן אויפשטעלן אזא הערליכע און ערליכער אידישער דור ווי מיר פארמאגן היינט.
אויף דער פסוק כה תאמר לבית יעקב, דרש'נען חז"ל אלו הנשים. בית יעקב מיינט מען די פרויען. דארף מען פארשטיין פארוואס ווערן פרויען דווקא אידענטיפיצירט מיט יעקב אבינו? דער ענטפער איז זייער פשוט. יעקב אבינו האט געהאט צוועלף קינדער, און דער תורה הקדושה לאזט אונז הערן אז בית יעקב זענען די פרויען וואס זענען מגדל א דור מיט קינדער. א יעקב אבינו אן א לאה אמנו און א רחל אמנו, קען נישט אויפשטעלן א הערליכע שטוב פון י"ב שבטי ק"ה.
די וויכטיגסטע זאך פאר כלל ישראל איז די קומענדיגע דורות. אויפציען דעם קומענדיגען דור איז דאס חשוב'סטע, וויכטיגסטע, און הייליגסטע וואס עס איז דא. און וועמענ'ס פליכט און קרעדיט איז עס? די הייליגע פרויען פון כלל ישראל. איר זענט די סיבה פארוואס עס איז אויפגעוואקסן א דור פון יראים ושלימים, און איר זענט די סיבה פארוואס די קומענדיגע דור וועט אויך אזוי אויפוואקסן.
איר, הייליגע מאמעס פון כלל ישראל, זענט אדורך די ניין חדשים פון טראגן אונזערע קינדער, מיט אלע צער און שוועריקייטן וואס דאס ברענגט מיט. איר זענט אדורך דעם פיין פונעם געבורטשטיל. איר זענט אויף מיט די קינדער אינמיטן די נאכט, זינגענדינג מיט זיי די אלף בית. איר לערנט זיי אויס וויאזוי זיך צו וואשן נעגל וואסער און זאגן אשר יצר. איר מאכט זיכער אז די קינדער האבן וואס צו עסן. איר פארברענגט מיט זיי שעות ביים דאקטאר זיכער צו מאכן אז זיי זענען געזונט. אייער גאנצער לעבן דרייט זיך ארום די קינדער, און שפעטער די אייניקלעך. איר פארברענגט פיר אין צוואנציג שעה א טאג מיט די פרעשור פון די קינדער, איר און נאר איר זענט די וואס האבן אויפגעשטעלט דעם הייליג דור וואס מיר האבן היינט, און איר זענט די וועלכע בויען אויף דעם קומענדיגען דור.
אלזא, א הילכיגען יישר כוח אייך! עס איז אייער קרעדיט און מיר קענען אייך נישט גענוג באדאנקן דערויף.
דער טעות וואס מיר האבן געמאכט אלע יארן
עס איז אבער דא נאך א סיבה פארוואס מיר האבן אייך איינגעלאדנט היינט נאכט. די צווייטע סיבה איז ווייל מיר ווילן אייך איבערבעטן. עס קומט אייך אן אנטשולדיגונג אויפן פארגאנגענהייט ווען מיר רבנים האבן נישט אנערקענט די וויכטיגע ראלע וואס איר שפילט אין אויפשטעלן כלל ישראל.
את חטאינו אני מזכיר. מיר מוזן מודה זיין אז מיר רבנים האבן געמאכט א טעות די אלע יארן. אין די לעצטע עטליכע צענדליגע יאר, זענען מיר פארנומען טאג און נאכט אייך צו מאכן שפירן שלעכט. יעדעס מאל וואס מיר האבן געדארפט אויפטרעטן מיט א דרשת התעוררות, האבן מיר ענק געמאכט די ציל פון אונזער תוכחה. ווען אימער א טראגעדיע האט פאסירט, האבן מיר תיכף געטייטלט דעם שולד פינגער אויף אייך אז איר זענט די גורם. אויב האבן מיר אמאל געוואלט ארויסווייזן אז מיר זענען פרומער פון א צווייטער קרייז אדער א צווייטער רב האבן מיר דאס געטון דורך'ן ארויפלייגן פרישע גדרים וסייגים אויף אייך.
ליידער ליידער האבן מיר פארגעסן אז איר זענט דאס אויסדערוועלטע פון כלל ישראל, אויף אייך שטייען די דורות! אבער אנשטאט אז מיר זאלן דאס איינזען, האבן מיר, די רבנים גאונים וצדיקים שליט"א, געטון דאס פארקערטע. מיר האבן געפאדערט פון ענק זיך צו פארבעסערן, און כסדר שווערער געמאכט ענקער לאסט.
מיר נוצן די פרויען צו פארדעקן די השחתה פון די רבנים
אבער דער אמת איז אז דאס נישט די איינציגסטע סיבה פארוואס מיר דארפן אייך איבערבעטן. דער ביטערער אמת איז אז מיר דארפן אייך איבערבעטן ווייל מיר האבן אייך גענוצט אלץ א שעיר לעזעזאל כדי מיר זאלן נישט דארפן טראכטן פון אונזערע אייגענע חטאים און שוואכקייטן. מיר האבן פון אייך פארלאנגט אלס מער און מער און די זעלבע צייט וואס מיר זעלבסט זענען נישט געווען גרייט אוועקצוגעבן פון אונזער תאוות הכבוד קיין זוז כל שהוא.
הייליגע טייערע מאמעס פון די הייליגע אידישע קינדערלעך, עס ציטערט מיר דאס צו זאגן אבער ההכרח לא יגונה. נישט נאר וואס מיר רבנים האבן אייך גענוצט אלס די אויסשליסליכע ציל פון אונזער מוסר און תוכחה, האבן מיר דאס געטון אין די זעלבע צייט וואס מיר האבן בידיים צעשטערט אייער שווערע ארבעט פון אויפציען ערליכע אידישע קינדער. און להוסיף חטא על שבר, זיכער צו מאכן אז איר זענט אונז נישט חושד אין חרוב מאכן אייער שווערע הארעוואניע, האבן מיר תיכף זיכער געמאכט אייך צו באשולדיגן אין די חרבנות וואס מיר האבן אנגעברענגט.
איר טייערע מאמעס האבן פון קינדווייז אן אריינגעלייגט אין די קינדער די מידות פון איידלקייט און די וויכטיגקייט פון שלום. איר האט זיי שטענדעג ערצויגן און מחנך געווען אז דרך ארץ קדמה לתורה און צו מדות טובות. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? פאר אונזער תאוות הכבוד האבן מיר אריינגעברענגט אין ענקערע קינדערלעך שנאה אויף אנדערע אידן, פאר מינדערוויכטיגע שטותים האבן מיר אריינגעברענט ענקערע קינדער אין אונזערע מחלוקת'ן. מיר האבן נישט געטראכט קיין צוויי בעפאר'ן נוצן ענקערע איידעלע קינד צו גיין מצער זיין, שלאגן, און פארברענען אנדערע אידן. און דערנאך האבן מיר זיך אויפגעשטעלט אן קיין בושה און ענק מוסר געזאגט אז די סיבה פארוואס קינדער גייען אראפגיין פון דרך איז ווייל זייערע מאמעס האבן אינטערנעט.
איר טייערע מאמעס האבן שטענדיג ערצויגן די קינדער מיט א תשוקה צו לערנען, מיט א חשק און רצון צו לויפן און ישיבה אריין. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? מיר האבן זיך געווארפן מיט ענקערע קינדער ווען איר האט זיך געבעטן און געוויינט צו אונז אז מען זאל זיי אננעמען אין א ישיבה אז זיי זאלן קענען לערנען די הייליגע תורה. לא שמענו אליכם, מיר האבן אייך געלאכט אין פנים. און דערנאך האבן מיר געהאט די חוצפה צו באשולדיגן אייך זעלבסט אין זיך אנברענגן דעם פראבלעם מיט די אייגענע הענט מיטן נישט זיין גענוג צניעות'דיג.
איר טייערע מאמעס האבן אריינגעלייגט אין אייערע קינדער אן אהבת ישראל. איר האט זיי אויסגעלערנט איבער הרבה דרכים למקום און איבער די צוועלף הייליגע שבטים וועלכע האבן געדינט דעם רבוש"ע יעדער אויף זייער דרך. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? ווען אייער זון איז אביסל עלטער געווארן און איז געווען אייגענארטיג און באזונדער האבן מיר אן טראכטן צוויי זיי פארשיקט פון ישיבה, ארויסגעטראסקעט אן קיין רחמנות כדומן על פני השדה, און מיר האבן נישט געגעבן קיין איין מינוט מחשבה פאר אייערע טרערן און די צער פון אייערע קינדערלעך. און דערנאך האבן מיר מיט בלעכענע פנים'ער אייך געטאדעלט איבער די סארט גלעזער אדער תפילין בייטלעך אדער סטיל רעקלעך וואס איר קויפט פאר אייערע קינדער.
איר טייערע מאמעס האבן געהאט בלויז איין ציל: אויפצוצוען ריינע הייליגע ערליכע אידישע קינדער. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? נישט נאר וואס מיר האבן קיינמאל נישט מטכס עצה געווען אדער גערעדט איבער די מטמאי הילדים וואס לאקערן אויף ענקערע קינדער. נישט נאר וואס מיר האבן פארקוקט די מלמדים אויף וועלכע עס זענען געווען קלא דלא פסק אז זיי זענען טיף טיף פארזונקן אין קדושה ענינים. ולא עוד אלא, מיר האבן גאר געארבעט שווער אז די וועלכע האבן אויסגענוצט ענקער צוטרוי אין זיי צו באלעסטיגען ענקערע קינדער זאלן פארבלייבן פראנק און פריי און ווייטער האבן די זעלבע צוטרוי און צוטריט רח"ל. און דערנאך האבן מיר אייך אנגעשריגן און גע'מוסר'ט אז איר טוט אן די קינדער הויזן און העמדער וואס רייצן אויף די מושחתים.
איר טייערע מאמעס האבן פרובירט אויפצוציען א דור וואס איז מכבד און רעספעקטירט די אייגענע עלטערן, עלטערע אידן, פירן זיך אויף איידל ווי עס פאסט. און וואס האבן מיר די רבנים שליט"א געטון? מיר האבן גענוצט ענקערע קינדער אנטקעגן אייך פאר אונזערע רצוניות. מיר האבן געלערנט ענקערע קינדער אז איר זענט נישט גענוג גוט. מיר האבן אין זיי אריינגעפרעדיגט אז זיי קענען נישט האבן קיין צוטרוי צו די אייגענע עלטערן, מיר האבן זיי געזאגט אז זייערע עלטערן נוצן כלים טמאים, מיר האבן צוגעלאזט און געשטיצט א מערכה וואס איז מחזק קינדער צו חוצפה און סורר ומורה זיין אין זייער אייגענע עלטערן. מיר האבן געזאגט פאר די קינדער אז די עלטערן פירען זיך אויף ווי בהמות, אן אכט געבן וויאזוי מיר זענען מחריב די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין. און דערנאך, ווען איר האט אנגעהויבן באמערקן דעם חורבן, וואס האבן מיר געטון? מיר האבן אייך געזאגט אז עס איז ענקער שולד! עטס זענט נישט גענוג גוט! אייער אויפפירונג איז מעכב משיח! ענק טוען נישט גענוג פאר אייערע קינדער!
מיר, די רבנים שליט"א, האבן געהאט דאס חוצפה און עזות אייך צו זאגן מוסר! מיר האבן זיך נישט געשעמט אייך צו מאכן שפירן שלעכט איבער די חינוך פון ענקערע קינדער! מיר זיצן על מי מנוחות, מיר געבן זיך נישט אפ מיט אונזערע קינדער אין א יאר ווי איר געבט זיך אפ אין איין טאג, און מיר האבן בלי שום בושה ענק געזאגט אז אייער חינוך איז פעלערהאפטיג! שאל נא, פרעגט נאר אונזערע קינדער, וועלכע וואקסן אויף אין די שטיבער פון די רבנים הגאונים והצדיקים שליט"א, וויפעל צייט מיר, זייערע עלטערן, האבן זיך אפגעגעבן מיט זיי. קיין איינער פון אונז רבנים האט זיך נישט אפגעגעבן מיט אונזערע קינדער א משהו פון וואס יעדע מאמע דא געבט זיך אפ מיר אירע קינדער אויף טאג טעגליכן פארנעם. אבער דאס האט אונז נישט אפגעהאלטן פון אייך אראפצוקלאפן כסדר אז ענק זענען נישט גוט און עס איז אייער שולד אז אייערע קינדער וועלן חלילה אפפארן.
אונזער בושה איז דאך עד אין לשער. מיר ווייסן נישט ווי זיך צו באהאלטן. אנשטאט מיר זאלן אייך העלפן מיט אייער עבודת הקודש, האבן מיר עס גאר שווערער געמאכט, אזוי ווייט אז איר האט געדארפט מחנך אייערע קינדער אז אונזער התנהגות — דער התנהגות פון קנאה, שנאה, מחלוקת און כבוד — זאל זיך נישט אנקלעבן אין ענקערע קינדער.
און דעריבער האבן מיט אייך צוזאמגערופן היינט, זיך מודה ומתודה זיין פאר די שרעקליכע עוולה וואס מיר האבן געטון צו אייך, און אייך איבערבעטן דערויף.
דער היינטיגער כינוס איז א ביישפיל פון השחתה
פאקטיש איז די היינט נאכטיגער אסיפה א גאר גוטער ביישפיל פון אונזער השחתה. דער היינט נאכטיגער אווענט איז באשלאסן געווארן אדורך אפאר עסקנים, וואס האבן לכאורה א געלט אינטערעסע, אבער האבן דאס געמאכט ווי עפעס א הייליגער אווענט. איך וויל אייך מיטטיילן אביסל וואס עס האט זיך אפגעטאן אונטער די קוליסן:
ווען די עסקנים האבן אנגעהויבן ארומגיין צו די רבנים, איז דער ערשטע דאגה פון די רבנים געווען ווי אזוי גייט דאס מיר אפעקטירן. ווי גיי איך זיצן. גייט מיינס א חסיד רעדן. גיי איך עפעס האבן דערפון. אויב יא, פיין, וועל איך אוודאי מיטשטיין און ארויסנעמען מיין כבוד. אויב נישט, אויב זאל חלילה וחלילה מיין קרוין ווערן גערירט איין טראפעלע, דעמאלט איז דער היינט נאכטיגער אווענט קעגן די תורה. דעם תירוץ פארוואס עס איז אסור וועט מען שוין טרעפן. אבער אויב זאלן מיינע תאוות נישט ווערן פארפילט, דעמאלט דע העק וויט איט.
איר פארשטייט? היינט נאכט וואס דארף צו זיין א נאכט ווי מיר זאלן פארלאנגען פון ענק זיך שטארקן איבער ענקערע נסיונות פון נוצן א סמארטפאון אדער אנטאן דעם שייטל וואס איר האט ליעב, קען נאר צושטאנד קומען אויב די תאוות פון די רבנים ווערן פארפילט ביזן לעצטן טראפּ.
טעג און וואכן פאר די אסיפה האבן די עסקנים פארברענגט דאס אהערצושטעלן. אויב מיינט איר אז די טעג און וואכן האט מען פארברענגט דאס מערסטע צייט מיט אדורך טראכטן וואס מען גייט רעדן, אדער ווי אזוי ענק צו העלפן, האט איר א גרויסער טעות. דער גרעסטער טייל פון די הכנות איז געווען איבער תאוות פון אונז רבנים. די עסקנים האבן עוסק געווען לילות כימים זיכער צו מאכן אז אונזערע תאוות ווערן פארפילט הונדערט און איין פראצענט, ווייל אויב נישט, אך און וויי, מיר וואלטן דאס גע'אסר'ט ווי חזיר.
און יעצט נאכדעם וואס אונזערע תאוות זענען פארפילט, נאכדעם וואס מארגן גייען מיר קענען לעקן דאס ביינדל אין די פיקטשער בוקס, שעמן מיר זיך נישט צו בעטן פון ענק מאמעס זיך נישט נאכצוגעבן אייערע רצוניות.
בכלל, ווי אזוי מיינט איר אז דער כינוס איז אראנזשירט געקומען? צענדליגער אינגעלייט האבן גענוצט זייער סמארטפאון דאס צו ארענזשירן. וואכן לאנג האט מען דאס געפאמפט אויף די וועב זייטלעך. טיקעטס האט מען פארקויפט אנליין. מארגן גייען מיר ארומשיקן די בילדער אויף אלע אנליין פורומס, פון די נייעס זייטלעך ביז אונזער אייגענע אימעיל סיסטעמען. וויל דאס איז זייער וויכטיג פאר אונז. די פיקטשערס ווי מיר רבנים האבן כבוד איז וואס געבט אונז כוח און געזונט. מיר וועלן נוצן דעם אינטערנעט פאר זאכן וואס איז אונז וויכטיג, בשעת מיר וועלן שארף פארלאנגען פון אייך נישט צו נוצן דעם אינטערנעט פאר זאכן וואס זענען וויכטיג פאר אייך.
ווייל ענקער עבודת הקודש פון מחנך זיין ענקערע קינדער איז פאר אונז בכלל נישט וויכטיג. מיר קערן נישט איבער אייער מיה און פלאג. מיר רבנים קערן נישט אויב איר מוטשעט זיך. מיר האבן נישט קיין שום רצון צו מאכן ענקער לעבן גרינגער.
אונז האמיר געהאט דאס עזות ענק איינצוטיילן ווי אזוי זיך אנצוטאן. אונז האמיר ענק מסביר געווען אז איר זענט שולדיג אין די נסיונות פון די מענער! איר פארשטייט? איר הערט ווערטער? אונז מענער קענען נישט ביישטיין אונזערע נסיונות, ממילא זענען מיר גוזר אויף ענק בייצושטיין ענקערע נסיונות! אונז וואס קיין איין נסיון זענען מיר נאכנישט בייגעשטאנען, קיין איין קליינע נסיון האבן מיר נישט דעם כוח צו ביישטיין, פארלאגן פון ענק פרויען בייצושטיין איינע פון די גרעסטע נסיונות פאר א פרוי!
דער אינטערנעט ברענגט נישט אונטער אידישקייט, אלעס אין זכות פון די אידישע מאמעס
מאמע טייערער, מיר האבן געגרייזט! עס איז געקומען די צייט אז איר זאלט זיין די וואס פירן דעם חינוך פון ענקערע קינדער. עטץ טוטס א געוואלדיגן ארבעט.
דער היינטיגער דור איז אן ערליך, לעכטיג דור! א דור ווי א הויכע ניינציג פראצענט קינדער בלייבן על דרך התורה והעבודה. ווי כמעט יעדעס קינד בלייבט א שומר שבת. דאס איז אלעס צו פארדאנקען ענקער טרערן און ארבעט, אידישע מאמעס.
חטאנו וטעינו. מיר זענען מודה אין אונזער טעות! שוין צוויי-צענדלינג יאר וואס מיר רבנים שרייען אז דער אינטערנעט גייט אראפפירן ענקערע קינדער פון אידישן וועג. געלויבט קודשא בריך הוא ושכינתי' אז דאס איז נישט געשען. פארקערט גאר, אסאך טענה'ן אז במשך די לעצטע צוויי-צענדלינג יאר פאלן ווייניגער קינדער אראפ פון דרך! מען קען זיך דינגען דערויף, און דאס דארף א טיפערע באהאנדלונג, ואי"ה עוד חזון למועד, אבער דאס איז זיכער אז דער מאסן אויסוואנדערונג מיט וואס מיר האבן אייך דערשראקן, איז קיינמאל נישט געשען.
מאכט אויף אייערע אויגן און קוקט אויף די קינדער וואס זענען אראפ פון דרך און איר וועט דארט טרעפן קינדער פון שטובער ווי די עלטערן האבן קיינמאל נישט באזוכט דעם אינטערנעט און קינדער וואס די עלטערן האבן אינטערנעט צוטריט טאג טעגליך. א טייל קומען פון שטובער ווי די מאמע גייט אנגעטאן אפ טו דעיט, און טייל פון שטובער ווי די מאמע גייט אנגעטאן מיט א שפיצל און שמירט זיך קיינמאל נישט. מיר האבן נישט קיין הארטע באווייזן, אבער עס זעהט נישט אויס אז די קינדער פון איין מין שטוב פארן אפ מער פון די קינדער פון אנדערע מינע שטובער. אויב עפעס יא, זעהט אויס אז עס זענען דא מער קינדער פון פארמאכטע שטובער וואס זענען ליידער אראפ פון דרך. קען זיין אז עס איז נישט אזוי. אבער דאס איז זיכער אז קיינער קען נישט ווייזן אז קינדער פון מאמעס וואס האבן אינסטעגרעם פארן אפ מער ווי די קינדער פון די מאמעס וואס האבן נאר דעם צאינה וראינה.
נביאיך חזו לך שוא. מיר רבנים, די עיני העדה, האמיר זיך טועה געווען. דער אינטערנעט האט נישט אינטערגעברענגט אידישקייט. און דאס איז אלעס צו פארדאנקען ענק אידישע מאמעס!
מיר רבנים האבן נישט גוט אפגעשאצט דעם עתיד. איר אידישע מאמעס האבן געוויזן אז איר האט די כלים און כוחות מחנך צו זיין ערליכע אידישע דורות, נאמנים להשם ולתורתו, נישט קיין חילוק די נסיונות הדור!
איר האט דעם ריכטיגן שליסל פון חינוך!
עס איז געקומען די צייט וואס אונז רבנים גיימיר זיך טוישן. פון היינט און ווייטער גייען מיר מער ענק נישט זאגן וואס צו טאן. און ענגליש איז דא א ווארט: If it ain't broken, don't fix it. דער אידישער חינוך פון ענק מאמעס איז נישט צובראכן. אויב עפעס איז דער חינוך און די בתי חינוך פון אונז רבנים עפעס וואס דארף א תיקון גדול.
גזירות וחרמות פון מענער אויף פרויען איז א טעות
הייליגע מאמעס, בבושת פנים קומען מיר צו ענק בעטן מחילה. מיר זעהן איין אז די אלע גזירות וחרמות פון די אלע יארן זענען געווען א טעות. בפרט דארפן מיר ענק איבערבעטן פארן ענק טריטען אויף א נידעריגערן שטייגער ווי מענער.
מיט די אינטערנעט תקנות האמיר מיר מער מחמיר געווען אויף פרויען. עס זענען אפילו דא קהילות וואס לאזן בכלל נישט קיין פרויען האבן סמארטפאונס. דער פרוי מעג פירן א שטוב, מעג אפילו פירן א ביזנעס, אבער זי טאר נישט האבן די כלים איר צו העלפן. דער מאן? ער מעג. ווייל ער אוודאי האט דאך אסאך ווייניגער נסיונות פונעם פרוי...
מיר לאזן אייך נישט דרייווען, ווייל איר וועט דאך אוודאי גיין אויף טריפה פלעצער. מענער גייען פשוט נישט אויף אזעלכע פלעצער...
אויב האבן חשובע רבנים מתקן געווען אן עירוב אז איר זאלט קענען ארויסגיין פון דערהיים שבת, האבן מיר עס אוודאי גע'אסר'ט. נאך אלעם, קען דאס אונז רבנים, מענער, ברענגען נסיונות! מיר זענען נישט גרייט זיך צו שטארקן אויף אונזערע נסיונות, דעריבער דארפן ענק חשובע פרויען זיך שטארקן אויף ענקערע נסיונות.
מענער גייען ארויס יעדע נאכט צו "מנחה מעריב", גייען צום שיעור ווי מען לערענט און פארברענט. זיי האבן וואכנאכטס, קומזיצן, פארן אויף קברי צדיקים, ועוד ועוד, בשעת פאר ענק פרויען האבן מיר גע'אסר'ט יעדע סארט פארברענג. יעדער פלעי איז אסור, יעדער קאנצערט איז מעכב ביאת משיח צדקינו. אויב ווילן ענק קוקן סטעטוס פון "שעף חיה", ווארפן מיר ארויס ענקערע קינדער פון די מוסדות.
בשעת מיר רבנים פארן אויף וועקאציע בארבע פינת העולם, און מיר זיצן אין הערלעכע פאלאצן אין רייכע געגנטער, ווי מיר רוהן זיך אויס פון די שווערע ארבעט פון ענק זאגן מוסר, זענען ענק מאמעס פארנומען אינדערהיים מיט די שווערע ארבעט פון זיך אפגעבן מיט ענקערע טייערע קינדערלעך. בשעת מיר מיט אונזערע קינדער וואוינען אין גרויסע שיינע דירות, זיצן ענק אין קליינע דירות מיט קינדער-געבענטשטע משפחות, אבער מיר האבן נאך די העזה ענק צו זאגן אז זיך גיין אפרוהן אפאר טאג אין פלארידע איז א דבר אסור — בו בזמן ווען מיר רבנים זיצן טאקע אין דעם גע'אסר'טען פלארידע אדער די אלפן בערג.
דער גורל וואס מיר האבן באשלאסן פאר אייך פרויען איז צו זיצן אינדערהיים און זיך פלאגן מיט די קינדער. אבער אויב דארפט זיך אויסלופטערן אביסל, האבן מיר זיכער געמאכט אז איר זאלט נישט קענען.
איר דארפט אונז פארשטיין. די אלע תקנות ווערן געמאכט פון רבנים, מענער. מיר פארשטייען דעם מאן, מיר פארשטייען אז א מאן דארף האבן זיין אַוטלעטס. אבער איר פרויען? זיצט אינדערהיים און האט נישט קיין שום הנאת עולם הזה.
דער היינטיגער כינוס איז א סעמפל דערפון. דער כינוס איז פאררופן געווארן דורך מענער, דער ועד פון דער אסיפה איז מענער, אפילו די רעדנער פון היינט נאכט זענען נאר מענער! קיין איין פרוי האט נישט דעם זכות הדיבור צו פרויען! ווייל איר פרויען זענען נישט גענוג קלוג, איר פארשטייט נישט, איר ווייסט נישט. מענער האבן באשלאסן אז מען גייט רופן פרויען צו א כינוס, כדי די מענער זאלן ענק קענען זאגן וואס צו טוהן. מיר מענער וועלן אייך מחנך זיין און הייסן וואס איר מעגט און וואס איר טארט נישט.
צעברעכן אידישע שטובער מאכט אז קינדער זאלן ליידער אפפארן
אבער עס גייט נאך אביסל טיפער פון דעם.
א חלק פונעם פלאן פון היינט נאכט, דער תוצאה וואס מיר ערווארטן איז, אז איר נשים צדקניות זאלן אהיים גיין פון דא דערשראקן און צורידערט, כדי איר זאלט נעמען עקשאן. מיר דארפן אייך דא מסביר זיין אז פאר די עתיד פון ענקערע קינדער, קען אייער מאן נישט האבן קיין סמארטפאון.
איך רעד שוין נישט פונעם שקר וואס ליגט אונטער דעם, ווי אויבן דערמאנט, אבער דער חוצפה פון אייך אנהעצן אויף ענקערע מענער אונטער דעם מאנטל פון עתיד דורותינו איז עד אין לשער.
נאך יארן פון פראפגענדירן אנטקעגן סמארטפאונס, נאך אלע כינוסים, נאך אלע ווארענונגען, נאך אלע סטראשונגען, האבן נאך אלץ דער גרויסער רוב פון די מענער סמארטפאונס. נאכן פראבירן צו נוצן די קינדער אלץ שטעקן, גייט מען היינט נאכט נוצן אייך פרויען. דער פלאן איז אז נאך אלא שרעקעדיגע דרשות גייט איר אהיים גיין און לייגן פרעשור אויף אייער מאן אוועקצולייגן זיין סמארטפאון.
וואס מיינט איר גייט פאסירן דערנאך? שלום בית'ער גייען זיך צוברעכן. אייער היים גייט ווערן א war zone. איר גייט פארלאגן פון אייער מאן עפעס וואס ער גייט אייך נישט נאכגעבן. איר גייט ווערן צובראכן און ער גייט ווערן פארווייטונגט. צום בעסטענס פאל, גייט אייער מאן באהאלטן דעם סמארטפאון פון אייך. אבער א סמארטפאון גייט ער האבן. ער גייט נישט אויפגעבן אויף קוקן סטאטוס, זיין אויף גרופעס מיט זיינע חברים, און דעם צוויי-מינוטיגן טעגלעכן חיזוק קליפ פון זיין משפיע. אנדערע וועלן זיך סתם אזוי אנפייפן און נוצן דעם סמארטפאון אפענערהייט, און דער שלום בית אין ענקער שטוב גייט גיין אגאנג.
דער היינטיגער כינוס איז פאררופן אונטערן מאנטל פון עתיד דורתינו. מען גייט ראטעווען די דורות. עס איז נישטא קיין גרעסערער חורבן הדורות פון האבן שטיבער ווי עס הערשט נישט קיין אהבה ואחווה.
קינדער וואקסן אויף געזונט ברוח ובנפש ווען זיי וואקסן אויף אין א ווארעמע אטמאספער. ווען זיי זעהן עלטערן וואס רעספעקטירן איינער דעם אנדערן. ווען זייער היים איז א פלאץ ווי זיי פילן זיך רואיג. ווען זייער היים איז א סעיף זאון, ווי זיי פילן זיך באקוועם און אפגעווארט. ווען זייער טאטע און מאמע האבן זיך ליעב אהבת נפש.
דאס גייען מיר היינט צו ברעכן. אונטער דעם נאמען עתיד דורתינו גייען מיר שאפן מחלוקת אין ענקערע שטובער, אזוי אז ענקערע קינדער גייען וועלן אנטלויפן.
פארן עתיד פון ענקערע דורות, גייען מיר צוברעכן אייער שלום בית!
אנשטאט אונז רבנים זאלן זיין פארנומען מיט זאגן דרשות און האבן כינוסים אויף ריכטיגע שלום בית, וואס איז דער יסוד פון האבן גוטע קינדער, אנשטאט מיר רבנים זאלן האלטן אין איין אויפאדערן אז אין ענקער שטוב זאל הערשן הארמעני, אנשטאט מיר זאלן רופן פראפעשינאלס וואס זאלן ענק געבן די כלים ווי אזוי מחנך צי זיין די קינדער, זאגן מיר דרשות וואס גייט דאס אלעס צוברעכן.
וויפל ווארעמקייט גייט שוין זיין אין א שטוב ווי דער מאמע איז ברוגז אז דער טאטע האט א סמארטפאון און דער טאטע איז ברוגז אז דער מאמע דרייט אים דעם קאפ? וויפל שלום בית קען זיין אין א שטוב ווי דער מאן באהאלט פונעם ווייב זיין סמארטפאון און צווינגט אים צו לעבן א באהאלטענעם לעבן פון איר? און פון אזא הויז, ווילן מיר אז עס זאלן ארויסקומען געזונטע ערליכע קינדער!?
און מיר פארקויפן דאס גאר אלץ ראטעווען דעם דור!
אויב עפעס, דארף מען ראטעווען דעם דור פון אונז רבנים! מען דארף ענק ראטעווען פון אונז כדי איר זאלט האבן די גראדע געדאנקענגאנג און די כוחות הנפש מחנך צו זיין ענקערע קינדער מיט א נארמאלען חינוך.
מיר גייען זיך טוישן
דאס טוישט זיך היינט. פון היינט מאל אן, גייען מיר זיך אריינלייגן ראשו ורובו ווי אזוי אייך צו העלפן מחנך זיין אונזערע קינדער. פון היינט און ווייטער גייען מיר אויפהערן מיטן ענק נעמען אויף א כסדר'דיגען גילט טריפ. פון היינט מאל אן גייען מיר אייך נאר געבן חיזוק. מיר גייען אייך געבן די כלים צו קענען אויפציען א דור נאמן.
מיר רופן דא אויס מיט פאטאס: יעדע מאמע וואס זיצט דא גייט אריין אין גן עדן תחת כסא הכבוד. קיינער דא גייט נישט זעהן דעם טיר פון גיהנום, נישט קיין חילוק ווי אזוי זי גייט אנגעטאן אדער מיט וואספארא כלים זי באנוצט זיך גרינגער צו מאכן איר לעבן. די צער און עגמות נפש, די פלאגענישן און לאנגע נעכט, די כוחות הגוף והנפש וואס עטץ האטס געגעבן פאר די קינדער, דאס אלעס גייט גראד ארויף אין הימל. דאס גאנצע פמליא של מעלה שטייט און קוקט ווי אזוי איר הייליגע מאמעס טוהן ענקער שליחות בשלימות. יעדער מינוט וואס איר זענט אויף ביינאכט, איז נאך א מלאך. יעדע באטל וואס איר געבט פאר א קינד געבט אייך צו נאך גן עדן. יעדן סאפיר וואס איר קאכט, יעדע פעמפער, יעדעס מאל גיין צום דאקטער, יעדעס קיש פאר א קינד, די שווערע ארבעט יעדן צופרי צו גרייטן די קינדער צו כאפן דעם באס, אלעס וועט אייך אקעגן קומען אויף יענע וועלט.
ווען איר אידישע מאמע גייט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט דער בית דין של מעלה ארויפלייגן אויף די רעכטע זייט פונעם וואגשאל אלע אייער פלאג און מיה, שוועריקייטן און מיטמאכענישן, דאס ליעבשאפט און איבערגעגעבקייט צו די קינדער, צענדליגער יארן הארעוואניע, כוח און מוח, געוויין און געבעט, די לאנגע טעג און וואכן, חדשים און יארן, אלע מצות ומעשים טובים פון אייערע קינדער און קינד'ס קינדער. אויף דער לינקער זייט גייט זיין אייער סמארטפאון מיט אייער שייטל, און אפשר אפאר לשון הרע'לעך. דער וואגשאל וועט אראפקנאקען אויף דער רעכטער זייט פון דעם שווערן וואג! דער בית דין של מעלה וועט פסק'נען גן עדן אן טראכטן צוויי.
גלייבסט מיר טייערע אידישע מאמעס, מיר רבנים קענען אפילו נישט משיג זיין דאס שווערע ארבעט וואס איר טוט. עס איז נישט מעגליך פאר אונז וואס זיצן על מי מנוחות דאס צופארשטיין. אונז וואס מיר זענען פארנומען מיט מיך, זיך און איך קענען זיך נישט פארשטעלן וואס עס מיינט זיין א מאמע וואס איז פארנומען יומם ולילה מיט יענעם. צוליב דעם גייען מיר אויפהערן ענק צו קריטיקירן, און אנהויבן ענק צו העלפן מיט וואס מיר קענען.
כדי מחנך צו זיין געזונטע ערליכע קינדער, דארף מען האבן א רואיגע מאמע. אויב עפעס איז דער גורם פאר קינדער זיך צו זיכען אנדערע דרכים, איז עס אנגעצויגענע שטובער. אויב עפעס איז דער גורם אז אונזערע קינדער בלייבן ביי אידישקייט, איז עס רואיגע שטובער. ווי מער אידישקייט איז שיין, אלץ מער ווילן די קינדער בלייבן. ווי שווערער אידישקייט איז, אלץ מער ווילן זיי אנטלויפן דערפון.
פארן עתיד פון די קומענדיגן דור, דארפן מיר האבן מאמעס וואס האבן די כוחות הגוף והנפש צו טוהן די שווערע ארבעט פון מחנך זיין די קינדער אין א באטעמטע אטמאספער. כדי דאס צו האבן, מוזן מיר זיכער מאכן אז די הייליגע מאמעס באקומען זייערע געברויכן. זיי קענען ניצן אלע מיטלן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן זיך צו פארגרינגערן דאס לעבן, בתוכם דער אינטערנעט. זיי דארפן זיך קענען אויסבלאזן אויף גרופעס, ליינען סטעטוס, גיין אנגעטאן ווי אזוי עס מאכט זיי פילן גוט, זיך באטייליגן ביי מסיבות און קאנצערטן וואס נעמען זיי אביסל אוועק פון די אנגייענדיגע פרעשור.
מאמעס דארפן קער נעמען פון זיך כדי זיי זאלן קענען קער נעמען פון די קינדער!
רעזאלוציעס פונעם כינוס
צוליב דעם האבן מיר רבנים באשלאסן די פאלגענדע החלטות פונעם היינט נאכטיגן אסיפה:
1. מיר גייען ענק מער נישט איינטיילן אויב איר מעגט האבן אינטערנעט אדער א סמארטפאון. אדרבה, אויב א מאמע דארף עס האבן זיך צו פארגרינגערן דאס לעבן, כה לחי. אויב א מאמע דארף עלי עקספרעס צו קויפן קליידער פון דערהיים פאר אירע קינדערלעך און נוצן די צייט וואס עס וואלט גענומען צו גיין צום געשעפט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, איז אוודאי חשוב און טייער אז זי זאל נוצן דעם אינטערנעט. אויב דארף די מאמע וואטסעפפ כדי צו פארברענגען אויף גרופעס זיך ארויסצובלאזן נאך א שווערן טאג, איז אודאי רעכט אז זי זאל אזוי טוהן.
2. איר זענט מער נישט שולדיג אויף די טראגעדיעס וואס געשען ליידער פון צייט צו צייט. איר זענט דאס טייערסטע וואס כלל ישראל פארמאגט און ענקער אויפפירונג פארמיידט גאר טראגעדיעס. פון היינט און ווייטער, נאך יעדן טראגעדיע, גייען מיר פארלערנען דעם משנה אין אבות: חרב באה לעולם על ענוי הדין, ועל עיוות הדין, ועל המורים בתורה שלא כהלכה; מארד קומט אויף דער וועלט צוליב רבנים וואס האלטן אפ א פסק דין, צוליב רבנים וואס פארדרייען דעם דין, און צוליב רבנים וואס פסקענען נישט ווי די הלכה — רבנים וואס זענען מתיר אן איסור אדער אסר'ן א זאך וואס איז מותר! מיר וועלן פילעווען אין די גמרא (שבת) וואס זאגט: אם ראית דור שצרות רבות באות עליו, צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל; אויב זעהט מען א דור וואס האט אסאך צרות, דארף מען זיכן ביי די דיינים, ווייל אלע טראגעדיעס וואס קומען אויף דער וועלט, קומט נאר צוליב די דייני ישראל!
3. מיר גייען זיך מער נישט ווארפן מיט ענקערע נשמות. מיר געבן ענק א גארענטי אז אלע ענקערע קינדער גייען קענען זיין אין ישיבה. מיר וועלן מאכן זיכער אז יעדע ישיבה איז צוגעשטעלט פאר יעדן בחור. אין ספעציעלע פעלער, וועלן מיר זיכער מאכן אז אייערע קינדער קומען אן צום ריכטיגען פלאץ. אבער איר האט אונזער הבטחה אז כי לא ידח ממנו נדח, מיר גייען נישט אוועקווארפן קיין איינעם פון ענקערע קינדער. יעדעס קינד וועט ווערן באגלייט מיט אלעם וואס ער דארף.
און איך וויל מסיים זיין מיט די גמרא (שבת) וואס זאגט: ואין הקדוש ברוך הוא משרה שכינתו על ישראל עד שיכלו שופטים ושוטרים רעים מישראל; דער אייבערשטער וועט נישט מאכן רוהן זיין שכינה אויף כלל ישראל ביז עס וועלן זיך ענדיגן די שלעכטע שופטים ושוטרים ביי כלל ישראל. אין וועמענס זכות וועלן מיר יא אויסגעלייזט ווערן, בזכות נשים צדקניות נגאלו, דער גאולה שלימה גייט נאר קומען בזכות די הייליגע מאמעס פון כלל ישראל, וואס זענען מחנך א דור וואס איז ראוי מקבל זיין פני משיח צדקנו בקרוב בימינו אמן.

פאר קאמענטארן שרייבט צו: baalbamov@gmail.com