אין יענעם’ס שיך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
אין יענעם’ס שיך
אל תדין את חברך את שתגיע למקומו.
אסאך מאל וויל זיך דווקא יא יענעם דן זיין, אבער צו ווילט זיך אייך אויך אריינגיין אין יענעם’ס פלאץ?
פיל מאל וואונדערט מיך וואס וואלט איך געטאן אין אזא פאל? קומט זיך טאקע פאר יענעם אזא dudement?
די אשכול איז געעפענט צו דן זיין שטיקלעך פון אונזער רייכע היסטאריע, וואס וואלסטו געטאן ווען די לעבסט אין יענע תקופה, די האסט די ניסיונות פון יענע דור, ווי אזוי וואלסטו זיך געספראוועט?!
לאמיר זיך אריינקוועטשן אין א spacex און זיך נעמען צוריק פליען אין צייט פון - כסלו תש"ד, מיר האבן געלאנדעט טיף אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה.
אונגארן.
טונקל. קאלט. א שרעק. הונט בילן פון אלע זייטן אזש די אויער איז שוין פארטויבט. ניין. נישט פון הונט שרעקט זיך מרים היינטיגע נאכט, נאר פון אירע מחשבות. דארטן דרייען זיך די רעדער אין א ווילדן גאלאפ. זי פילט ווי זי האט מער נישט קיין שליטה אויף זיך, מאכטלאז פאלט זי אריין אין איר מאן’ס שויס, זי קען נישט מער.
משה שעפשעט זי וואס וועט טאקע זיין, וועלן לאה’טשו און שרה’קע טאקע גיין מיט די פויערטע? אוי, ניין. לאז עס נישט צו, צו וויינט זי זיך ווען אירע הייסע טרערן מישן זיך אויס מיט די קאלטע שניי, שאפענדיג צוזאמען א טייכל נעבן אירע פיס.
מרים מיין טייער’נקע, שושקעט ער שטול אין זיין ווייבס אויער. איך זאג דיר, לאז די מיידלעך גיין מיט לענא, עס וועט זיי זיין גוט. ביז א קורצע תקופה און מיר נעמען זיי צוריק. פארוואס זאלן זיי אויסגיין פון הונגער און שרעק, די פיין איז גרויס דא. זיי זענען צו איידל און צארט פאר די אומשטענדן דא. נישטא וואס צו איבערטראכטן זאגט משה, שוין מיט א פעסקייט. די פויערטע וועט זיי נעמען צום קלויסטער, און מיר וועלן צוזאמען דא אלעס אדורך טראגן.
מרים די האסט אפילו נישט צייט צו פארדייען משה’ס ווערטער, הערטסו אין איר מח זשומזשערייען. אבער ווי קען זיין אז אלס פלעגט זי זיך פארלאזן אויף איר מאן מיט אזא רואיגע געוויסן. אבער היינט, היינט איז זי נישט זיכער און וואס משה זאגט איר, איז ער יא זיכער אין זיין אייגען ווארט?
מרים שטעלט זיך אויף, משה נאך איר. זיי זעהן איר פון דערווייטענס, יא, זי האלט צוויי קוישן אזוי ווי מען האט אפגעשמועסט. צו וועלן טאקע אונזערע מיידלעך דארטן אריינגיין? משה דערפילט איר פאניק, ער לייגט אריין זיין רעכטע האנט אין איר לינקע, פירט אריבער ווארעמע בליקן פון טרייסט. מרים שטארק דיך, קום לאמיר צוזאמען געבן הייסע קושן פאר אונזערע מיידלעך.
לאה’טשו און שרה’קע שטופן זיך אריין אונטער די מאמעס פארטעך, אפשר וועלן זיי בלייבן באשיצט?
מאמעשי, רופט זיך לאה אן, איך זאג דיר צו, איך וועל אכטונג געבן אויף שרה’קע. זאגטס מיר צו אז ענק וועלן געדענקן אז ענק זענען יודישע קינדער, רופט זיך דער טאטע אן. מיר זאגן צו, הערט מען די דינע קול’כעל פון די צוויי יעריגע שרה.
נישט דא קיין צייט, קריכטס אריין אין די קוישן, הערן זיי די באסעווע שטומע פון די לענא. נאך איין בליק. איין קוש. א שטארקע האלז ארום, און, די מינוט איז אנגעקומען.
ליגענדיג צוקוועטשט אינעם קויש פילט לאה’טשו גארנישט אזוי זיכער אז זי איז גרויס. יא זי איז גאנצע דריי יאר, אבער ווי לאנג וועל איך נישט זעהן מאמעשי? טאטע האט צוגעזאגט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. דאמיניק דער גלח, וועט אונז געבן עסן און א בעט. און שנעל שנעל און אלעס וועט צוריק גיין צו נארמאל.
ניייייייייייייייין, וויל זיך ארויסרייסן פון איר האלז, אבער אירע שטום בענדער האבן זיך פארהאקט. די נאציס וועלן אונז נאך אנדעקן, און דעמאלס וועט גאר נישט זיין בעסער.
פון דערווייטענס שטייט זי מרים, ווען טרערן גיסן פון אירע אויגן. משה ווישט אפ אירע טרערן מיט זיין ליבליכע האנט, ווען טרערן נעמען זיך אויך גיסן פון זיינע, און מישן זיך צאם מיט אירע.
א שניי פאלט. זיי פילן יעצט גארנישט. זיי טיילן זייער גורל מיט אלע יודען אינאיינעם. ווייסע שניי טשיפס פאלן אויף זייערע דינע קליידער, ווען א סאדיסטישע נאצי באמערקט זיי. האלט! הילכט אפ אין גאנצען געגנט.
זייערע קערפער’ס ווערן פארגליווערט אויפן ארט. מיר לויפן אונטער די זיבעטע בוים, שעפשעט משה. ווי געיאגט מיטן שניי שטורעם צוזאמען, טרייבט זיי דאס ענדרעלין ארויף און גיבט זיי כח ווייטער אנצוגיין.
אבער, אנקומענדיג צום בערגל פארשנייטע בלעטער, באמערקט משה ווי מרים האט גענומען א לינקס צום זיבעטן בוים, בשעת ווען ער האט גענומען א רעכטס. אך, צו וועט די משפחה זיך נאך אמאל פאראייניגען?!
וואס איז דיין מיינונג - וואלטן זיי געדארפט איבערגעבן זייערע קינדער אין קריסטליכע הענט,מיט א שטארקע מעגליכקייט אז זיי וועלן בלייבן קריסטן? אדער אויסגיין מיטן שמע ישראל אינאיינעם?!

אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
מילא ס'איז דא א מצוה פון קידוש השם און א חיוב זיך לאזן הרג'נען אויף די ג' חמורות וכו' אבער בשום אופן איז רציחה נישט וויכטיגער ווי עבודה זרה. מ'קען דן זיין לגבי עבודה זרה וגילוי עריות ווי די גמרא זאגט אחורי ארי ולא אחורי אשה, אחורי אשה ולא אחורי ע"ז.
איינער זאל פסק'נען אז הארגענן א קינד למען השם איז נישט רציחה? ס'ממש רציחה איר נישט צו ראטעווען ביים קריסט. און דאס קינד איז נישט קיין בר מצוה נאך און ס'איז אפילו נישט שייך איר מחייב צו זיין אויף קידוש השם און ווען זי וועט אויפוואקסן וועט זיין פטור פון מצוות סייווי משום תינוק שנשבה. אויך איז עס א ריזיגע סגולה צו ווערן געראטעוועט פון די נאציס ימ"ש. די באשעפער האבן אן אינסענטיוו אים צו גיבן נסים אזוי וועט ער קענען ראטעווען זיין טאכטער פון שמד. און אז אידן זענען מחויב צו ראטעווען איינעם פון שמד, וועט דיך גאט זיכער זיכער מאכן זיין אידישע מיידעלע ווערט נישט גויעש כן הוא דעת בעל בית שלי. און מ'דארף נישט קיין שלחון ערוך דערויף ווייל ווען מ'האלט באמת מ'טוט ריכטיג קוקט מען נישט אין מחבר אויב די הלכה איז אנדערש.
אבער די אמת איז פלענטי עלטערן הרג'נען זייערע קינדער און 2022 גייסטיש און נאמען פון באשעפער. מילא ווענט זיך עס וועלכע קרייז ער איז. אפשר זיין רבי איז יא מקריב קינדער למולך און זייער מנהג איז יא צו הרג'נען קינדער.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
עלטערן האבן געטוהן פיל ערגער ווי איבערגעבן צו קריסטען. רח"ל וואס מען קען טוהן אונטער אזעלכע אומשטענדן.
צו פארשטיין די מצב אין אונגארן אין דער צייט ווען אין פוילין האט מען גע'הרג'ט אידן, און אין אונגארן האט מען נישט געוויסט אדער געגלייבט, איז כדי צו ליינען דער ביכל דער וועלט האט געשוויגן, מען קען עס ליינען אויף אידיש.

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דא איז א לינק צו דער בוך, וואס מען קען הערען געליינט אויף אידיש.
https://archive.org/details/elie-wiesel ... t-geshvign
https://archive.org/details/elie-wiesel ... t-geshvign
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: אין יענעם’ס שיך
האָאָ! דו האסט א הימלישע פעדער, ברענג נאך וואַרע.
#ארטיסט!
#ארטיסט!
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
אונזער spacex האט זיך ב’’ה צוריק געקערט מיט פיל אידישע קינדערלעך. דאנקען זי גאט, אז דער גלח דאמיניק האט זיי ענדליך באפרייט.
און פארשטייט זיך אז די לעכטיגע קינדערלעך, וואס זענען דעמאלס אריין אין אוישוויץ, דרייען זיך ב’’ה היינטיגן טאג ארום פריי, און שטייצעך אז זיי שרייבן אויף קאווע שטיבל.
מאכטס ענק באקוועם אויף אונזער אויסגעבעטענע וואגן, וואס צוויי ווייסע פערד וועלן ענק ארום פירן אויף זיכן אונזער מרים און משה.
יארק. ז’ ניסן, ד’ תתק’נ.
סאיז ענק הייס? די שווייס רינטעך? יא, אויך אריבער די ציגעלנעם וואנט איז דערשטיקט. דארט רינט אויך, אבער דארטן רינט גאר עפעס אנדערש, די קאליר פון דעם איז רויט.
נישט גרינג איז אנגעקומען פאר מרים עס צו טוהן. ניין, זי האט עס נישט געטאהן אליין מיט אירע טרייסלענדיגע הענט. זי האט אבער יא מיט אירע בלויע ליפן געגעבן ערלויבעניש פאר איר ברידער חיים עס צו טוהן. איר מאן משה האט נישט געוואלט, ער האט געהאלטן ווי אלעמאל, אז עס וועט זיין גוט.
נאר אפאר שעה צוריק איז עס געווען, ווען שרה מרים’ס עלסטע טאכטער האט זיך צוריק געקערט פון אסתר די שניידערין. נישט צום גלייבן ווי די יארן לויפן. נאר נעכטן האבן מרים און משה זיך ארום געדרייט מיט געשוואלענע אויגן, פון די שלאפלאזע נעכט, וואס שרה האט אפגעציינדעלט. און היינט, היינט איז איר שוהל-פירן קלייד שוין אט אט גרייט.
און אזוי אינמיטן רעדן פון וויפיל פערעלעך די קליינע חוה’לע זאל צוקויפן, פאר שרה’ס חופה קלייד, האט פעטער חיים אריין געשטורעמט אין הייזקע. די דאך האט זיך געגעבן א שאקל, און די פירהענג זענען כמעט אראפ געפלויגן פון זייערע רעלסן. און מיט א דונערדיגע שטילקייט געקוקט צו די מאמע.
מרים’ס אויגן זענען מיט וואס א סעקונדע מער געווארן גרעסער און גרעסער. וואס, וואס האט פאסירט חיים? ’’די קרייצוגלער!’’ ער קען נישט מער רעדן. ער האלט שוין ביי די צוועלעפטע הויז איבער זאגן די זעלבע שרעקליכע ווערטער.
אונטער א מינוט האט זיך משה באוויזן ביים שוועל. מרים, חיים, שרה, און חוה’לע, שנעל נעמט צאם די איבריגע קינדער און טאנצט ארויף אויף מיין וואגן.
נאך א מזל משה איז דער בעל עגלה פון שטעטל, יעצט וועלן מיר האפנטליך ווערן געראטעוועט, טראכט זיך חיים.
גאטעניו א דאנק, פארן מיר געבן אזא מאן ווי משה, טראכט זיך מרים. ווער נאך ווי ער, קען אלעמאל מיט אזא רואיגקייט טוען די ריכטיגע שריט, ווען יעדעם’ס אדערן זענען געפרוירן.
און אזוי פארענדיג ארויס פון שטאט, צום ריכטונג פון די וואלד, הערן זיי געשרייען. ’’מיר האבן א פעסטונג’’ ’’מיר האבן א רעטונגס פלאץ’’. שנעל שנעל געבן זיך די רעדער א דריי ארום און די דארע פערדל פראבירט צו לויפן די שנעלסטע וואס מען טרייבט איר, צום ריכטונג פון רידטשארט’ס פעסטונג. ער האט צוגעזאגט צו געבן שוץ פאר די אידן.
פון אלע זייטן לויפט מען. אפאר ברעכן אונטער שוין אינמיטן וועג, און אסאך זענען אריין אונטערן ציגעלנעם פעסטונג. סטעפאן די דיקליכע באדינער האט הערמאטיש פארמאכט די טויערן.
מיט איינמאל האט מען זיך דערזעהן מיט מענער פרויען און קינדער גרעסערע און קלענערע, אן קיין טראפן טרינקען, ווער רעדט נאך פון עסן.
’’מילך דארפט עטס!’’ הערן זיי דעם רב’ס דונערדיגע שטומע איבערן גאנצן פעסטונג. אט אט, איך זעה שוין פון פענסטערל די קרייצוגלער. מיר האבן יעצט א געלעגענהייט וואס מיר ווארטן שוין אויף דעם אונזער גאנצע לעבן. מיר גייען מאכן קבלת עול מלכות שמים אינאיינעם. לאזט נישט די רשעים טוען די ארבעט, לאמיר אליינס ארויף ברענגען אונזערע נשמות צום אייבירשטן.
ביז אפאר סקונדעס האט זיך בלוט גענומען שפריצען אויף אלע זייטן.
’’מרים מיין טייער’נקע, ניין!’’ שעפשעט משה איר עקסטער שטיל. ער זעהט ווי שרה הערט זיך צו, ס'איז גארנישט. זי וועט סיי ווי טוען וואס זי האלט עס איז ריכטיג פאר איר. ווי אלעמאל האט איר משה געגעבן די פלאץ, צו לאזן מאכן אירע באשלוסן אליין.
וואס ניין, מורמעלט מרים צוריק, משה דו כאפסט וואס די טוהסט? און נאך ווי, איך זאג דיר, די טוה גארנישט און איך אויך נישט. איך האב א פלאן ווי אזוי זיך צו ראטעווען.
’’משה מיין טייערע’’ , בעט זיך מרים ביי אים, פאר איר לעבן, פאר איר נשמה. ווי שטארק איך ליב דיר, און אזוי שטארק ווי די ביסט מיך געטריי, מיין איך אז מיר דארפן טוען וואס עס איז ריכטיג. די מוזט עס נישט טאהן אליין, די קענסט איבערגעבן אונזערע טייערע אין חיים’ס הענט. קוק וויפיל זענען שוין געפלויגן פון אונטער זיינע פינגער און די לעצטע צוויי מינוט. ’’ווער זאגט דיך אז דיין פלאן וועט ארבעטן’’?
’’מרים’’ , בעט זיך משה, איך האב דיך אמאל פארלאזט? פארלאז דיך אויף דער וואס האט אלעמאל געזוכט דיין גוטס.
און אזוי אינמיטן איבערצייגן מרים, אז עס וועט זיין גוט, זעהט ער נישט מער און נישט ווייניגער, ווי מרים - געבט א שטילע אקעי פאר חיים.
ניין, משה איז נישט ברוגז אויף איר. ער ליבט איר ווייטער. זיינע קינדער זענען פונקט אזוי אירע. ווייל ווער זאגט טאקע אז זיין פלאן וועט געלונגען? מעג איך דען הייסן מיינע קינדער זיך שמד’ן?
זייענדיג אזוי פארזינקען יעדער אין זיינע געדאנקען,האט זיך דער טויער דורך געבראכן...
’’מרים’קע ריר דיך נישט’’ , אזוי וועלן זיי מיינען אז מיר אטעמען מער נישט.
און אזוי דורך וואקענדיג אלע קדושים, זעהן זיי, צוויי פאר טונקל ברוין און ווייסע ריזיגע באליס קוקן אויף זיי.
’’אט, עפעס איז געבליבן’’ שרייט א פעשליכע אויס. ’’געגאנגען חברה’’ האקט אים א צווייטער איבער.
משה טראכט נישט קיין סך,ער גיבט זיך א גליטש ארויס. ער האט נישט קיין צייט צו קוקן אויף וועמען ער וואקט יעצט. ער מוז, ער מוז זיך ראטעווען. מען רעדט דאך פון זיין לעבן, מיט מיך וועלן זיי זיך נישט אנהייבן.
’’איינער לויפט’’ ! הערט זיך א געשריי. ’’כאפטצעם’’!
משה זעהט דאס איז עס, קיין סאך מינוטן איז אים נישט געבליבן. ער גיבט א בליק אויף זיינע ליבע קינדערלעך, אלע געטונקען אין זייער אייגענע בלוט. יא, שרה זיין עלסטע טאכטער איז אויך דארט. אז מיין אייגען קינד האט געקענט מאכן איר איר אויסוואל פארן לעבן, צו זיין פון די קדושים - קען איך אויך.
משה זעהט נישט זיינע קינדער יעצט טויט, ער הערט נישט יעצט רידטשארט’ס האנעגדיגע קול, צו ער וויל זיך שמד’ן. ער זעהט אבער יא זיין העלדישע ווייב, ליגן אום באוועגלאז. ער הערט יא זיין נשמה רעדן צו אים.
ער געבט א כאפ ארויס פון איינעם זיין בלוטיגע שניידער. נאך פאר דעמיטרי האט געכאפט וואס דא גייט פאר, איז ער געלעגן צוטיילט אין צוויי, אויף א טייכל אידיש בלוט.
דריי קעפ איז אים געלונגען צו מאכן פליען, צום אנדערן עק פעסטונג - ביז זיינס איז אויך געפלויגן, לאנדענדיג צופיסענס פון מרים’ן.
מרים פילט ווי זי טראגט עס נישט אריבער. קיינמאל האט זי נישט געקענט זעהן בלוט. ווער רעדט נאך יעצט, ווען משה האט זי שוין נישט. אוןשרה ליגט איר אויפן לינקע זייט, און חוה’לע ביים רעכטן זייט. זי פילט ווי באלד וועט שוין נישט זיין וועמען צו שטעכן.
’’גאטעניו דערבארעם זיך’’, בעט זי שטום. און אויפן מינוט איז געווארן א שטיקעדיגע שטילקייט אין גאנצן פעסטונג. ’’ זיי זענען געגאנגען ’’, זאגט זי שוין מיט איר קול.
מרים שטעלט זיך אויף. שטאטעלעך פראבירט זי צו פארמיידן די קערפער’ס, ווי כאילו עפעס וועט אויסמאכן אויב זי טרעט זיי אן.
זאל איך געבן נאך א בליק, פרעגט זי זיך שוין שטייענדיג ביים גרויסן אפענעם טויער. איז דען דא וועם צו אראפלאזן א הייסן קוש? ... ...

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
גאש! דאס איז גוט געשריבן, אייזן!
קום מיט נאך.
עכשיו, ווען מ'איז לא עלינו איינעם מנחם אבל איז די לשון, 'המקום ינחם אתכם', כ'דענק נישט פון וועם מ'זאגט עס נאך, פארוואס קען מען נישט זאגן 'אני מנחם'? ווייל קיינער קען זיך נישט אריינלייגן אין יענעם'ס שיך, אפילו די האסט געהאט- וואס מ'רופט בלשון בני אדם- די זעלבע טראגעדיע, איז נישט במציאות אז ס'זאל זיין אקוראט די זעלבע מצב, סא ס'נישט מעגליך צו ענטפערן דיין שאלה.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
קוק איבער וועסטו זעהן, אז מען האט גענומען א שניידערין אסתר.berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווייס אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. נאר איך (אזא גולם ווי דער שטעטלשער בעל עגלה) פארשטיי נישט. מרים האט גענייט שרה'לעס חופה קלייד. אבער זי איז דאך אוועק מיט אלע אנדערע קדושים אין די פעסטונג...?! ס'איז דא נאך קשיות. אבער מיר 'עללן דאס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט...!
פון וועמען רעדסטו איז אוועק, מרים? זי איז די איינציגסטע איבערלעבערין.
וועלכע נאך קשיות האסטו, סאיז מיך גראדע אינטערסאנט צוהערן. איך פלעג קיינמאל נישט שרייבן, איך האלט מיך נאך אינמיטן לערנען. סוי איך וויל וויסן וויאזוי צו פיקסן זאכן.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
ג' תת'ל
חורבן בית שני
מרים טאפט און ציילט, פילט און רעכנט נאכאמאל. צען קליינע באלי פינגערס אונטן, און צען עטוואס לענגליכער אויבן.
" ניייייייין ! " הערט זיך א געשריי , פון די אויבערשטע חצירות.
" עפעס האט פאסירט? " פרעגט משה מיט א מאדנע רואיגקייט.
" עהעהעהעה סאיז אלס פיין " זאגט זי ווי נישט מיט איר קול.
מרים גייט אריין אונטערן פארהאנג ביים צווייטן ווינקל פון הויז. א שטילע אבער הארצרייסענדע כליפע גליטשט זיך ארויס פון איר טרוקענע האלז. אך, ווער וואלט געגלייבט אז איך מרים בת חנה זאל בכלל קומען אויפן געדאנק צו, צו אפקא - " נייייייין! " אפילו טראכטן וועל איך נישט נאכאמאל.
" שוין דיין צווייטע 'ניין' שריי וואס איך הער און די לעצטע פאר מינוט, איך פאדער יעצט אן ערקלערונג. " העכערט שוין משה אביסל זיין צוקראצטע שטומע.
" און סתם אזוי פארוואס איז עסן נישט גרייט אויפן טיש, איך בין הונגעריג. הא מרים ווי באהאלסטו דאס עסן? "
מרים דריקט שטערקער צו זיך איר מיידעלע. " ווארעם דיך נאך אביסל נעבן דיין מאמע, שרה מיין קרוין. נישט געזארגט מיין טייערע - די וועסט עס איבערלעבן. "
משה ווערט ווייעכער, צוויי טרערן גליטשן זיך אראפ אויף זיינע מאגערע באקן. ער זעצט זיך אויף דער ערד נעבן זיינע ליבסטע. ער לייגט אריין זיין אדערדיגע האנט אין מרים'ס, קוקט איר ליבליך אריין אין אירע שיינע אויגן, " מרים, איך האב נישט דאס געמיינט. ניין, אויסדריקלעך נישט. מיר וועלן עס אלע דריי אדורך שוויצן. "
מרים שטעלט זיך אויף, שאקעלט אפ איר זיידענע קלייד פון אן אומזעהבארע פלעק. משה נעמט איבער דאס קליינע און לייגט עס שטילערהייט אריין אין איר ווייעכע בעטל.
" איך גיי! " זאגט שוין מרים שטייענדיג ביים טיר. ער פרעגט נישט ווי, זייט דאס ברומעריי פון אינעווייניג האט זיך אנגעפאנגען, פרייט ער זיך אז זי נעמט קעיר דאס צו שטיל מאכן.
אנקומענדיג צום קרעמל, זעהט מרים נאך שאטענעס אין געשטאלט פון לעבעדיגע. פלוצלינג טרעפט זי זיך שטיין קעגענאיבער איר פריינדינ'ס מאן, " טוה נישט די נארישקייט וואס מיין טייערע האט געטאהן" מרים קען נישט פרעגן וואס, די ליפן האבן זיך איר אויסגעטרוקענט. אבער ווען זי הייבט אויף אירע אויגן פון דער ערד, און קוקט באשיידן ארויף צו אים, זעהט זי שוין אלעס. די נאסע פיינפולע אויגן פון מרתא בת ביסוס'עס מאן זאגן שוין אלעס אויס. נישטא קיין צייט, רופן צו איר אלע גלידער, מיטן לעצטן ביסל כח וואס זי האט נאך, נעמט זי זיך שפאנען פון קרעמל צו קרעמל ווער וועט נאך אפשר האבן אביסל מעהל.
נישט קוקענדיג וואס ירוחם האט איר איינגעפאקט, נעמט זי עס איבער און ריכטעט אירע טריט צו איר היים. משה ווארט אויף איר, נאר טראכטענדיג פון אים, וואסערע פיינע ברויט זי וועט אים מאכן, נעמט איר שוין ארום א ווארימקייט אין איר צארטע קערפער.
א שטילע קלאפ הערט זיך, משה עפנט. " דאנקען זי גאט, דו האסט עס באוויזן! " יעצט איז פאר משה שוין אויך ווארעם אין די אדערן. " קום לאמיר צוזאמען צושטעלן א טייגל, זאגן זיי ביידע מיט עטוואס שפייעכטס אין מויל.
"אבער ווי אזוי?" זאגן זיי נאכאמאל אינאיינעם. לאמיך אריבערגיין צו רבקה אונזער בעקערין, דאך האט זי געארבעט ביי אונז אלע יארן, איך בין זיכער זי וועט אונז עס צוגרייטן. נעמט מרים דאס טייער פעקל און גייט מיט לייכטע טריט אריבער.
אנקומענדיג צו רבקה זעהט זי איר א אויסגעשטרעקטע אויפן ערד. " רבקה איך האב מעהל, ביטע אפשר קענסטו אונז עס צוגרייטן? " רבקה הייבט זיך אויף שוואכערהייט, מיט טיפע קרעכטצען אינמיטן. " וואס מיינסטו, איך וועל ענק אנגרייטן פרישע זעמעלעך, און מיך וועלן ענק לאזן דאס בויך פלאצן, בשעת די ריח וועט זיך פארשפרייטן? "
מרים פילט ווי איר מח שפאלט איר, ווי האב איך נישט געטראכט פון דעם פארן אהערקומען. סאיז ניטאמאל דא גענוג זיך צו צוטיילן. "גאט בריך הוא, וואס טוה איך דא?" שעפשעט זי שטיל.
" הער מיך גוט צו רבקה! דו וועסט עס אפבאקן, און נעמען האלב פאר דיך, די אנדערע האלב וועסטו טראגן צו מיין מאן. סאיז קלאר? און ביטע פרעג נישט איבער, ווייל איך ווייס נישט וואס איך וועל דיך דעמאלס ענטפערן. "
יעצט פילט שוין רבקה ווי אירע קישקעס נעמען זיך דרייען, איך גיי עפעס קענען אריינלייגן אין מיין מויל? זי ציטערט איר צו איבער פרעגן צו זי מיינט עס ערנסט, זי קען זיך נישט ערלויבן צו הערן אנדערע ווערטער.
מרים זיצט פארזינקען אין אירע הונגעריגע מחשבות, ווילאנג האב איך שוין נישט געגעסן עפעס נארמאל? און יעצט, יעצט האב איך איר מוותר געווען מיין ביסן וואס איך בין געגאנגען זוכן, מיט מיין לעצטע אטעם. " נייייייין! " געבט זי שריי, מיט מיין לעצטע אטעם האב איך געטאהן א געוואלדיגע זאך, מחיה זיין א פריינדין איז עפעס א קלייניקייט, סייווי וועט יעדער גיין. נאך מעהל איז שוין נישטא. וועל איך מרים אשת משה גיין אפאר מינוט פארדעם...
" יאאאא! רבקה קענסט עס רואיג אויפעסן! " געבט מרים א שריי, און פאלט אנידער א געענדיגטע מיט א זעץ אויף דער ערד.
" וואס יא? וואס ניין?" קומט רבקה צו לויפן פון צווייטן צימער, אפווישענדיג דערווייל די לעצטע ברעקלעך פון איר מויל. רבקה'ס נאסע ברעקלעך פון איר צונג פאלן ארויס, צוזאמען מיטן שאק זעענדיג מרים א אויסגעצויגענע. זי געבט א כאפ די צווייטע זעמל און לויפט אריבער צו משה'ן.
נאך אפאר קלעפ אויפן טיר, כאפט זי מיט שרעק אז קיינער וועט איר היינטיגע נאכט שוין נישט עפענען...
זי גייט אריין שטילערהייט, משה זעהט זי האט שוין נישט געקענט ווארטן. באלד, באלד וועל איך קלאגן נאך ענק צדיקים. אבער יעצט, יעצט מוז איך כאפן א בליק אויפן קליינעם.
רבקה ריקט אוועק די דיקע פארהאנג, און צוויי קליינע אויגעלעך נעמען זיך בלינקען. רבקה לויפט קוקן ווי זי קען טרעפן עפעס וואסער, אפס, פונקט אין משה'ס הענט, זי ציטערט צו אנכאפן זיין קאלטע האנט, נישטא קיין ברירה זי מוז ראטעווען דאס שייניקע שרה. טראפ נאך טראפ און דאס פנים'ל באקומט צוריק א קאליר. שטאטעליך נעמט זי ארויס דאס טייערע פעקל עסן, און לייגט אריין פיצינקע ברעקעלעך אויפן צינגעלע.
רבקה פאקט איין דאס זיסינקע, און נעמט זיך שפאנען מיט איר צו רבקה'ס הייזקע. אנקומענדיג אהיים קען זי נישט גלייבן איר גליק, נאך אזויפיל יארן ווארטן וועל איך איינעם האלטן אין מיינע הענט?
כדי צו מאכן זיכער אז זי האלט נישט אינמיטן שלאפן, שטעלט צו זיך אויף, גייט צו צום קליינעם און נעמט זיך ציילן - יא, סאיז דא צען ווארימע באליס אונטען, און צען ווארימע עטוואס לענגליכער אויבן.