בלאט 1 פון 1
בענין: מוחה זיין אין שטיבל
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 10:06 pm
דורך פראפעסאר שפירא
gehlungen האט געשריבן:Look what time your nik was posted

משה געציל האט געשריבן:קודם כל איז 7:45 געווען פינף מינוט פארן שקיעה אין ניו יארק. והשנית אפשר איז ער אין פלארידא. והשלישית והוא העיקר, דו ווילסט מוחה זיין? גיי אין וומס״ב ב״פ שריי שבת! דא לאז פליז געמאכט.
איך וואלט געזאגט אז די ערשטע זאך וואס די שרייבסט אז ס'געווען פאר די שקיעה איז די עיקר נישט די דריטע, דאס הייסט אז פאר מ'טוט מוחה זיין דארף מען זיין זיכער אז יענער האט עס טאקע געטוהן,
ס'הייסט אזוי טאמער איז מען זיכער אז ס'עכטע חילול שבת דאן איז דא א חויב צי מוחה זיין, ווייל ס'עכטע חילול שבת בפרהסיה,
דאס אז ס'דא מענטשען אין וויליאמסבורג וואס שרייען שבת אויף זאכען וואס איז נישט חילול שבת דאס איז זייער פראבלעם, דאס נעמט נישט אוועק די לגיטימע מוחה זיין אויף חילול שבת דארט ווי ס'איז טאקע לעגיטים,
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:12 am
דורך נולד מאוחר
איך ווייס נישט די טעם פין מצות מוחה.
מסתמא איז דא כמה.
אויב די טעם איז אז יענער זאל זיך דעשרעקן און סטאפען טון די עבירה, גלליב איך נישט אז סאיז דא דא די מצות מוחאה.
יענער שעמט זיך נישט און אפשר גאר שמייכעלט זיך אונטער ווען דח ביסט מוחאה דא.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:38 am
דורך געפילטע פיש
הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא, פון די אנדערע זייט שטייט אבער כשם שמצוה לומר דבר הנשמע, כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:10 am
דורך פראפעסאר שפירא
געפילטע פיש האט געשריבן:הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא, פון די אנדערע זייט שטייט אבער כשם שמצוה לומר דבר הנשמע, כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע.
יא דאס איז בסתר, אבער ווען א עבירה ווערט געטוהן ברבים איז עס נישט דוקא אז יענער וואס האט עס געטוהן זאל אויפהערען, נאר אויך אז אז ס'זאל נישט ווערען א "נארמאלע זאך" עס צי טוהן, ווען א עבירה ווערט געטוהן ברבים איז עס אסאך הארבער, אין אין ס'האט אין זיך אויך א חילול השם,
ס'הייסט דער באשעפער זאגט אז מען זאל דאס נישט טוהן, אין טאמער איינער גייט ברבים אין טוט עס יא, איז אזוי ווי ער ווייזט פאר יעדען אז דער באשעפער האט געהייסען אזוי , אין ער פייפט זיך אויס אויפען באשעפער, אין דעמאלץ דארף מען מוחה זיין נישט קיין חילוק צי עס וועט העלפען פאר דעם יחיד ער זאל מער נישט טוהן, ס'וועט אבער זיין א קאנטער באלאנס צום חילול השם,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:13 am
דורך יידל
וואס איז מטעם דן זיין לכף זכות אז אפשר איז יענער אין קאליפארניע אדער אין אוסטראליע?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:19 am
דורך פראפעסאר שפירא
יידל האט געשריבן:וואס איז מטעם דן זיין לכף זכות אז אפשר איז יענער אין קאליפארניע אדער אין אוסטראליע?
דאס האב איך געשריבען אין די ערשטע תגובה פין דעם אשכול,
"דאס הייסט אז פאר מ'טוט מוחה זיין דארף מען זיין זיכער אז יענער האט עס טאקע געטוהן,"
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:34 am
דורך דוד בער
שבת מיטאג 1:00 ניו יארקע צייט, איז שוין מוצ"ש אין אייראפע, אדער ארץ ישראל, צו אויסטראליע?
(ביי איינעמס פראפייל איז געשטאנען צוויי וואכן צוריק אז ער האט באזוכט צום לעצט אום שבת 1:04 מיטאג).
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:42 am
דורך יידל
דוד בער האט געשריבן:שבת מיטאג 1:00 ניו יארקע צייט, איז שוין מוצ"ש אין אייראפע, אדער ארץ ישראל, צו אויסטראליע?
(ביי איינעמס פראפייל איז געשטאנען צוויי וואכן צוריק אז ער האט באזוכט צום לעצט אום שבת 1:04 מיטאג).
יא, אין אוסטראליע
איז שוין זונטאג 3 פארטאגס דאן. און א"י שבת פרשת ואתחנן איז מוצאי שבת אין ירושלים געווען 8:13, ווען אין ניו יארק איז 1:14 נאכמיטאג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:46 pm
דורך געפילטע פיש
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא, פון די אנדערע זייט שטייט אבער כשם שמצוה לומר דבר הנשמע, כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע.
יא דאס איז בסתר, אבער ווען א עבירה ווערט געטוהן ברבים איז עס נישט דוקא אז יענער וואס האט עס געטוהן זאל אויפהערען, נאר אויך אז אז ס'זאל נישט ווערען א "נארמאלע זאך" עס צי טוהן, ווען א עבירה ווערט געטוהן ברבים איז עס אסאך הארבער, אין אין ס'האט אין זיך אויך א חילול השם,
ס'הייסט דער באשעפער זאגט אז מען זאל דאס נישט טוהן, אין טאמער איינער גייט ברבים אין טוט עס יא, איז אזוי ווי ער ווייזט פאר יעדען אז דער באשעפער האט געהייסען אזוי , אין ער פייפט זיך אויס אויפען באשעפער, אין דעמאלץ דארף מען מוחה זיין נישט קיין חילוק צי עס וועט העלפען פאר דעם יחיד ער זאל מער נישט טוהן, ס'וועט אבער זיין א קאנטער באלאנס צום חילול השם,
איך האב געמיינט אז מ'רעדט דא פון מוחה זיין אויף עירוב טראגערס, דאנט עסק מי וויי.
אבער לענינינו, איז דא אמאל א צייט ווען ס'איז שבת אין די גאנצע וועלט? לכאורה ווען ס'ווערט שבת אין האוואי, גלייך פארן קן התאריך, איז הארט פארן זמן מוצ"ש גלייך אויבן אנדערע זייט קו התאריך. אבער נענטער צו צפון אדער דרום פאולס איז די שקיעה סאך פריער, איז שוין דאמאלס מוצאי שבת אין סיביר למשל, יא?
און אפילו אויב מ'וועט עסטעבלישען אז ס'יא דא אזא צייט, קען מען אטאמיזירן און אנשטעלען אז די פאוסט זאל זיך פאוסטען אום שבת, אדער ע"י גוי, סא א אנליין פאוסט איז נישט דוקא חילול שבת, קען אויך זיין ער האט גענוצט צה"לס שבת קאמפיוטער.
מיט די אלע זאכן צוזאמען, מיין איך אז מ'קען עסטעבלישען אז ס'קיינמאל נישט קיין זיכערער חילול שבת און ס'פעלט נישט אויס קיין מחאה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:02 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אין טאמער ס'דריי טעג יו"ט אדער פיר טעג פורים,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:11 pm
דורך איך אויך
מיין גראבע טיטשר פלעגט צו זאגן, ווען עס וועט זיין דריי טעג ראש חודש און ווען דער שווארצר מיט א האלבע ברעין וועט באקומן א גאנצע ברעין.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:21 pm
דורך געפילטע פיש
יא, דריי טעג יום טוב, דאס הייסט אז די ערשטע טאג יו"ט און שבת זענען קאנעקטעד לפניו או לאחריו, דעמאלס איז דא א צייט ווי אין די גאנצע וועלט איז חל א איסור מלאכה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:30 pm
דורך איך אויך
טאקע וועגן דעם פלעגט מיין גראבע טיטשר זאגן דריי טעג ר"ח ודו"ק.