בלאט 1 פון 1

דר. בולמאש פון בארא פארק דערקלערט זיך אנטי-וועקסער

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
דער באקאנטער קינדער דאקטער דר. בולמאש פון בארא פארק טרעט היינט צום ערשטען מאל אויף ביי א אנטי-וועקס איווענט אין בארא פארק ווי ער גייט רעדן וועגן די "שרעקליכע שעדליכקייט" פון די וואקסינס און וויפיל מענטשן ס'האט שוין געהרגעט.

בולמאש איז גאר באקאנט אין בארא פארק און איז אפילו געווארן אינטערוויו'ט אין די "וועקער" אלץ א חלק פון די קאראנא דעקונג.

ער איז אויך באקאנט אלץ גרויסער טראמפ שטיצער וכו'.

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 7:29 pm
דורך קרעפלעך
דיין לעצטע שורה הארגעט אוועק דעם דאקטערס קרידענטשילס

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2022 8:18 pm
דורך קורקלענד
די קאוויד וואקסין איז טעכניש בכלל נישט קיין וואקסין. און איינער וואס איז קעגן א געוויסע וואקסין ווערט נישט קיין כלליות'דיגע אנטי וואקסער. רוב וועלט איז דערווייל אקעגן געבן די קאוויד וואקסינאציעס פאר קינדער. און סייענטיפיש מאכט עס נישט קיין סענס.

Re: דר. בולמאש פון בארא פארק דערקלערט זיך אנטי-וועקסער

נשלח: מיטוואך יוני 22, 2022 3:05 am
דורך אונטער חכם
למעשה ווייסט איינער וואס דער בולמאש האט געזאגט?