השכלה מהו? די דורות פראבלעם, און צו איז "קאווע שטיבל" השכלה?
נשלח: דאנערשטאג יוני 23, 2022 12:27 pm
די נושא קען אפשר אויפרעגן אדער ארויסברעגן בייז בלוט ביי געוויסע חברים וידידים דא, נישט יעדן טאג עפענט זיך אן אשכול וואס ברענגט אינטער פראגע צייכן די אויסגעהאלטנקייט פון אונזער באליבטע פלאטפארמע דא, אבער איך מיין באמת קיינעם נישט צו טריגערן, איך וויל פשוט דורכטון א נושא וואס באדערט מיר שוין באמת פאר א שיינע שטיק צייט, און איך וויל בלויז הערן וויאזוי מען קען עס אנקוקן פון א צווייטע קוק ווינקל, איז לאמער גראד ציגיין צום נושא
שוין פון אלטס אינג בחור'ל, ווען איך האב נאר געליינט אין די היסטאריע ביכער איבער די תנועת ההשכלה, האט מיר אייביג געבאדערט דעם קשיא, וואס האבן זיי געהאט צו פארקויפן?
מען ליינט די געפערליכע נסיונות וואס האט דאן געבאשזעוועט, גאנצעטע שטעט זענען פארכאפט געווארן אין השכלה, פארשטעלטע משכילים גרויסע תלמידי חכמים זענען אין געהיים געגאנגען אין ישיבות און פארשפרייט זייערע ביכער, און גאר די גוטע קעפ זענען געווען די וואס זענען ערשט פארכאפט געווארן, די צדיקים פונעם דור האבן געפירט א מלחמה כבידה, און די חתם סופר האט געמאכט דעם באקאנטן טיילונג
און איך שטיי אין איך שטוין? וואס האט שוין געקענט שטיין אין זייערס א ספר, וואס זאל אזוי אויפשאקעלען די יסודות הדת? אביסל ווייסט מען וואס זיי האבן געוואלט, די עולם זאל לערנען אביסל שפת המדינה, גיין מער גויאישע קליידונג, מאכן א געהעריגע אוועקגעשטעלטע חדר פאר אינגלעך, און א בית חינוך לבנות פאר מיידלעך, איינפירן אידישע צייטונגען, לערנען נ"ך מיט דיקדוק, מיט נאך אפאר שנוים, נו... וואס איז די גרויסע השכלה דא? ווי מאנכע ווייזן אהן, איז די היינטיגע חסידישע עולם גאנץ נאנט צו וואס משה מענדלסאהן און נפתלי הירץ וויזל האט געוואלט איינפירן
@יידל האט דא געשריבן
נו זעמער דאך היינט אלע משכילים, טא וואס האט אויסגעפעלט די טיילונג? איז דאס טאקע געווען אלעס וואס זיי האבן פארקויפט? אביסל צוצעפיצן אידישקייט? ארויפברענגען די ניווא פון אינטעליגענטס ביים עולם צו א העכערע דרגה? דאס איז געווען אזא חורבן הדור?
זאל היינט איינער אריינקומען אין א ישיבה מיט א רבנישע געשטעל, און צאמנעמען אפאר בחורים'לעך, נאך דערצו די מציונים פון די ישיבה, און אנהייבן צו האקן א קאפ, אז זיי זאלן גיין שטאדירן אין קאלעדזש, אדער זיך אנטון דזשינס הויזן, ניטאמאל וועלן זיי שענקן א האלבע בליק אויף יענעם, ניטאמאל וועלן שוואכע בחורים אויסהערן אזא איינעם, וואס האסטו צו פארקויפן? פארוואס זאל א מצליח'דיגע בחור אפלאזן אידישקייט און ווערן א משכיל??
און מיר ווייסן אויך אז צעווישן די משכילים זענען געווען אסאך גאר ערליכע אידן תלמידי חכמים, וואס האבן טאקע בלויז געזיכט די איינע מטרה צו פארבעסערן אידישקייט, אבער מיר ווייסן אז רוב פון זיי, איז גארנישט געבליבן פון זייערע דורות, אונז היימישע חסידישע אידן און אפילו די ליטווישע קרייזן שטאמען אלע פון ארטעדאקסן, וואס האבן זיך בפירוש אפגעטיילט פון די משכילים אויף די ראט פון די צדיקים ומנהיגים פון יענע דור, אבער די קינדער און איינעקלעך פון די משכילים זענען שוין היינט גאר ווייט פון זייערע זיידעס, גאנצעטע שטעט זענען געווארן אפגעווישט פון אידישקייט אדאנק די תנועת ההשכלה
און איך שטיי ווייטער און איך וואונדער זיך, פארוואס דארף מען אפפארן אויב די מטרה איז נאר צו פארבעסערן געוויסע קלייניקייטן? פארוואס האבן זיך די דורות פון די משכילים נישט געהאלטן פינקט אזוי ווי די ערשטע דור פון די ערליכע פרימע משכילים?
וואס איז שוין געשטאנען אין די געפערליכע ביכער?
און נישט פשט אז די טיילונג האט עס גורם געווען, מען האט זיי אויסגעשפיגן פון כלל ישראל, ממילא האבן זיי זיך געשפירט אויסגעשפילט און האבן זיך נישט געקענט האלטן, בכלל נישט! זיי האבן געהאט א גאנצע אייגענע אידישקייט, גאנצע שטעט פון טויזענטע אידן האבן זיך געפירט אויפן דרך ההשכלה, זיי האבן געהאט שולן, מוסדות, אייגענע רבנים, פאלעטישנס, א גאנצע פארנעם, אויב עפעס זענען זיי אין א געוויסע זין געווען בעסער אוועקגעשטעלט ווי די ארטעדאקסן, און דאך, מיט דעם אלעם, איז פון אלעס גארנישט געבליבן.
איך האב געכאפט א שמועס לעצטנס מיט מיינס א אלטע גוטע חבר נאך פון ישיבה, ער איז א שטארקע פרימער אבער האט דאך א גלאטע קאפ און מען קען כאפן מיט אים א אויפריכטיגע און אינהאלטסרייכע שמועס,
ווען מען קומט טאקע אהן צו פארבאטענע שטחים ווי מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור, פארמאכט זיך טאקע זיין קאפ... וואס מען טאר נישט טאר מען דאך נישט..., אבער ביז דארטן קען מער ריהוג שפאצירן און דורכטון מכל הבא ליד
הכלל, האב איך ארויפגעברענגט פאר אים די וועבזייטל "קאווע שטיבל" און איך האב אים פארציילט וויפול שעות ע"ג שעות איך פארברענט מיט א תענוג רוחני דורבלעטערנדיג אלטע באלערענדע אשכולות, ווי עס איז דא אן אוצר רחבה מני ים פון חכמה מדע ותבונה אין ממש יעדע הינזוכט וואס איז נאר דא תחת השמש, און איך פארצייל אים אויך אז איך זעלבסט שרייב אויך אמאל אין שטיבל...
ער קוקט מיר אהן אזוי מיט גרויסע אויגן, "קאווע שטיבל"?!?!? א שטיק השכלה!! דאס האט דאך די חתם סופר גע'אסר'ט, די וועקער איז געהעריג פון די ספרים חיצונים וואס מען דארף פארברענען!!!
די גייסט ווערן א געהעריגע משכיל!!!
איך האב מיך צירוקגע'טענה'ט און עס איז געגאנגען אהער און אהין
און דא האט ער אראפגעלאזט דעם באמבע.. ווייסטו אז פון די דורות פון די משכילים איז גארנישט געבליבן? ווילסטו אויך אז פון דיינע אייניקלעך זאל גארנישט בלייבן? ווילסטו אז בשעת'ן פירן דיין סדר פסח ביינאכט אלטס עלטערע איד זאלן דיינע איר אייניקלעך אריינשפאצירן מיט זייערע סמארטפאונס און מיט זייערע גויאישע גירלפרענדס?
דא האט ער מיר געכאפט, ניין! איך זיך נישט קיין אפגעפארענע דורות, איך קען באשטיין אז זיי זאלן בלייבן ערליכע אידן, אפשר טאקע נישט אריינגעטינקן אינעם סיסטעם, אבער דאך זאלן זיי זיין וואוילע אידן,
איך פרעג אים, ביסטו נעריש? דאס איז השכלה? השכלה האט פארקויפט ביכער מיט זאכן וואס האבן באמת געקענט פארכאפן די נשמות פונעם דור, אבער וואס האט דאס אלעס א שייכות מיט קאווע שטיבל, א פשוטע זייטל ווי מען טוט דורך כל מני שיינע ענינים?
און דא איז אונזער פריערדיגע נושא ארויפגעשווימען, מיין חבר שרייט חי וקיים, אז די השכלה ביכער האבן טאקע נישט פארקויפט עפעס מער ווי די וועקער, זיי האבן אסאך חוזק געמאכט פון די מנהיגים און פון די ערליכע רבנים, זיי מיינען נאר זיך, זייער כבוד און טרוים, די רבנים זארגן זיך נישט פאר אונז, זיי זוכן נאר צו געוועלטיגן אויפן עולם מיט זייערע איבריגע חימרות און איבעגעטריבענע גזירות, זיי האבן אוועקגעמאכט יעדע מנהג, א שטייגער ווי תגלחות נשים ועוד, זאכן וואס האט טאקע נישט קיין געהעריגע מקור, זיי האבן אסאך געהאקט אויפן פארקרימטן סיסטעם וואס איז פארהאנען, זיי האבן אויגעוויזן מיט שכל און באווייזן אז אסאך פשוטע אנגענומענע זאכן ביי אונז זענען פשוט פאלטש, ממש ווי... קאווע שטיבל, און וואס איז געווען די עיקר? אז עס האט אריינגעברענגט א לצנות און א קאלטקייט צי כל הקדוש לנו,
נישט פשט אז זיי זענען געקומען מיט א קורצע מאנעפעסטא פון פופצן סעיפים פון וואס מען דארף פארבעסערן ביי אידישקייט, און זייער ביכער האבן בלויז באשריבן עצות מיט מהלכים וויאזוי אויסצופירן די פארבעסערונגען, בכלל נישט, עס איז געווען פיל מיט ביטול און שפעט אויף כל הקדוש לנו,
איינער וואס האט געליינט די משכילישע ביכער איז קאלט געווארן, פארפאלן, ער האט געקענט בלייבן א ערליכע איד, ווייטער האלטן תורה ומצות, ער האט ווייטער געקענט האלטן אז מעמד הר סיני איז יא באמת געשען, און אז גאט האט טאקע באשאפן די וועלט ביי בריאות העולם... אבער.. ער איז שוין געווען קאלט, וויאזוי קען ער ציטערן פון א עבירה? איז עס דען זיכער...? מען קען זאגן פארקערט? טשארלס דארווין'ס שיטה איז דאך אויך נישט אוועקצומאכן... האט דען נישט שפינוזה אויך א שטיקל פוינט? עפעס א חכם איז ער דאך אויך געווען... איך קען זיך טאקע דינגען... אבער צו ברענען און זיין ווארעם דערפאר? קען איך דען ארויפצווינגען אויף מיינע קינדער אזא פאנאטישע מהלך? איך בין דאך אויך נישט ממש זיכער...
בקיצור, די קינדער וואס וואקסן אויף ביי אזא טאטע... זעהן שוין ווי וויכטיג אידישקייט איז, יעדע זאך וואס די רב זאגט מאכט די טאטע אוועק מיט א ליצנות, "די רב איז קליינקעפיג, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט" יעדע אנגענומענע הייליגע מנהג, שרייט די טאטע אז עס האט נישט קיין מקור, עפעס איינער האט עס אויפגעטראכט און געצווינגען די עולם צו גיין דערמיט.., די קינד כאפט שוין גאנץ שנעל אויף וואס ער האט אליין צו טון.., די עיקר יסוד פון חינוך איז דאך, וויאזוי די טאטע פירט זיך אליין אויף, ווי ערנסט ער אליין נעמט די זאך, נא וואס קען מען שוין פאדערן פון אזא קינד וואס די גאנצע אידישקייט ביי זיין טאטע איז שוין אזא קאלטע זאך, אזא מהיכא תיתי,...ער גייט שוין א טריט ווייטער פונעם טאטן... און זיין זון גייט שוין צוויי טריט ווייטער... ביז זייערע אייניקלעך זענען שוין היינט טשאק שומער אדער בערני סענדערס...
איך בין געבליבן שטיל אין טיף אריינגעטראכט צו וואס מיין חבר האט מיר געזאגט... האט ער נישט קיין פוינט? איז נישט דאס ממש געווען דאס וואס האט אפגעווישט גאנצעטע שטעט פון אידישקייט? די קאלטקייט די קרירות די אויפגעקלערטקייט?
צו לוינט זיך מיר צו שטאדירן נייע זאכן, צו ליינען די אמת איבער די רבנים, נאכצוגיין די מקור פון מנהגים, צו ליינען איבער אוועלושן וכדומה, אויב עס קען מיר קאסטן מיינע דורות?
נו, וואס זאגט דער עולם דערצו? איז מיין חבר גערעכט? זאל איך אויפהערן צו ליינען און שרייבן אויף קאווע שטיבל?

און איך וועל צילייגן אז אין אסאך חדרים לערנט מען שוין היינט אויך נ"ך, און געוויסטע פלעצער לערנט מען אפילו דיקדוק...דער זעלבער אינגערמאן וועלכער קען זיך אויסדרוקן אויף משה מענדלסאן און נפתלי הירץ וויזל מיט א ברייטן, שוימיגן "ימח שמו וזכרו", פערסאניפירט - אין א זין - דעם אידיאלער איד וואס מענדלסאן און וויזל האבן געוואלט זען. איך האב שוין געשריבן דעם נקודה אפאר מאל דא אין קאווע שטיבל אז פון די צענדליגע זאכן וואס די משכילים האבן געוואלט איינפירן אין כלל ישראל, האבן זיי געווינען מיט כמעט אלעס. פון א ארגאניזירטער חינוך סיסטעם ביז בתי חינוך לבנות, פון ספרים אין אידיש ביז ספרים אין ענגליש, פון צייטונגען און מאגאזינען און אידיש און אין ענגליש, ביז זייגערס אין שולן, פון שאוערס אין מקוה ביז כשר'ע רעסטוראנטן, פון אידישע פיקציע און נאוועלן ביכער ביז לימודי חול למחצה לשליש ולרביע פאר די קינדער, פון א כמעט-גענצליך-אייראפעאישער לבוש ביז דאס אפלאזן מנהגים א שטייגער ווי שמש-קלאפן און פון חינוך מעטאדן ביז שלום בית מעטאדן