דראַפּ באקסעס - דזשיאָוה טרעקינג - צוויי טויזענט מיוּלס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

דראַפּ באקסעס - דזשיאָוה טרעקינג - צוויי טויזענט מיוּלס

שליחה דורך עולם הזה »

פאריגער חודש איז ארויסגעקומען א פילם דורך מאווי-פרודוצירער דיינעש דעסאזע געריפען 2000 Mules

אלזא, וואס איז דער ציל דערפון? וואס זענען די געפינסן? און וויאזוי איז מען צוגעקומען דערצו?

דער ציל פון דער פילם איז צי געבן א נענטערע בליק אויף די דראפ-באקסעס צוזאמען מיט
Geo tracking
טעכנאלאגיע

מיול = איז אן אן אייזל, דאס שפריכווארט ווערט געניצט אלס א צונאמען ביי דראג-טראפיקערס צו אנריפען דעהם וואס מ'באצאהלט פארן ליפערן די סחורה. דא ווערט עס געניצט פאר די וועלכע טראנספארטירן שטימען באצאהלטערהייט צו דראפ-באקסעס

דראַפּ -באקסעס
אין די 2020 פרעזידענטליכע וואלן זענען אין געוויסע שטעט איבער אמעריקע געווארן פלאצירט שטימע דראפ-באקסעס (נישט אויסמישן מיט פאסט/מעיל אין שטימען) ווי וויילער האבן אין די טעג און וואכן פאר די וואלען געקענט אריין ווארפן זייער שטימע. אנשאטאט דאס שיקן דורך די פאסט אדער דארפן ווארטן און שטימען אויף אלעקשאן טאג.

אין געציילטע שטעט איבער אמעריקע קען דער וואס וויל שטימען - אןן נאר ער – גיין און אריין לייגן זיין שטימע אינעם דראפ-באקס, אבער אין רוב שטאטן קען מען דאס אויך שיקן מיט א משפחה מיטגליד אדער לעגאלע גארדיען.
אבער אויף קיין שום פאל אין קיין איין סטעיט מעג מען דאס שיקן מיט א פרעמדע, און אוודאי איז אומלעגאל אין אלע 50 שטאטן צו צאהלן געלט פאר איינעם צו טראנספארטירן א שטימע.

וידיאו
לויט די אלעקשען אסיסטענס קאמישן, האבן אלע דראפ-באקסעס (אן איינגשטעלטע) געדארפט האבן אפיציעלע סעקיורעטי קאמארעס, איז פאר טראָ-טאָ-וואָוט (געגרינדעד אין 2010) געלונגען צו באקומען ווידיאו פאטעדזש פון פארשידעדנע דראפ-באקסעס (וואס בדרך אגב קען סיי ווער אריינגעבן א ביטע דערפאר, אבער דאס איז א גאר לאנגע און קאמפלעצירטע פרוצודור)

און וואס זיי האבן דארט געפינען האט זיי אויסגעגזעהן פארדעכטיגט.

צום ביישפיל:

מ'זעהט דארט מענטשן פלאצירן מערערע שטימען אויפאמאל, געוויסע קומען טיעף אינדערנאכט אריין, געוויסע טוען אויס מעדיקל הענטשוך גלייך דערנאך, און אנדערע נעמען א בילד ווי זיי פלאצירן די שטימען אלס באווייז אז זיי האבן עס דעליווערט.
טרא-טא-וואויט האט באקומען 4 מיליאן מינוט קאמארע פאטעדזש, אין אריזאנע האבן די קאמארעס פון פארשידענע דראפ-באקסעס נישט געארבעט. אין וויסקאנסען איז בכלל נישט געווען קיין קאמארעס. אין דזשרדזשע ווען זיי האבן געבעטן די קאמארע פאטעדזש איז די ענטפער צוריקגעקומען "כ'קען עס נישט געבן פשוט ווייל דאס עקזעסטירט נישט"

זייענדיג אזיפיל יארן אין די ליין פון נאכקוקן שטימע פעלשעריי האבן זיי פארשטאנען אז די סיסטעם פון שטימען-טראפיקינג (באצאעלטע שטימע דעליוועריס) גייט בערך אזוי. מ'נעמט אפ די שטימען פון א נאנ-פראפיט ארגאנאזאציע, מען ליפערט די שטימען, און דערנאך ווערן זיי באצאהלט דערפאר.

וועלענדיג זעהן אויב אין די 2020 וואלן איז דאס פארגעקומען, האבן זיי באשלאסן דאס צוזמצושטעלן מיט די דזשיאוה טרעקינג טעכנאלאגיע.

Geo racking טעכנאלאגיע
דער טעכנאלאגיע איז א וועג צי וויסן א געוויסע מענטש'ס לאקאציע-פונקט אין א באשטומטע צייט, און דאס ווערט געניצט צו באקומען א בילד פון א מענטש'ס הלוך ילך, און קען אויך פאראויסזאגן ווי ער וועט זיך געפינען אין א באשטימטע צייט אין טאג.
וויאזוי דאס ארבעט איז אז גאר אסאך עפפ'ס האבן אין זיך די דזש.פי.עס. טרעקינג-טעכנאלאגיע און די עפפ פראוויידער טוט זאמלען און אוועקלייגן די לאקאציע איפארמאציע פון אלע אירע באניצער. גרויסע קאמפאניס טון אפקויפן די דאטע, און ניצן די איפארמאציע פאר עדווארטייזמענט צוועקן. למשל האל-פאדס ניצט דאס פאר אייננוואוינער וועלכע פארן אדורך זייערע געשעפטן אבער גייען נישט אריין איינקויפן טיט האל-פאדס צילן זייערע סעלפונס מיט עדס צו שטיפן האל-פאדס פראדוקטן.

קען מען זיך פארלאזן דערויף?

ווי געזאגט טון גרויסע פירמעס זיך באניצן דערמיט, אבער עס גייט נאך ווייטער, די פעדעראלע רעגירונג טוט דאס אויך ניצן און טוט זיך פארלאזן אויף די אינפארמאציע, די יאנואר 6 קאמיטע האט געניצט די דאטע און זיך פארלאזט אויף די לאקאציע-פונקט צי וויסן ווער אקוראט ס'האט זיך געפונען אינעווייניג פון די קאפיטאל געביידע. דער סי.די.סי. פארלאזט זיך דערויף און האט געזאמעלט און נאכקוקט די לאקציע דאטע צו זעהן אויב מ'פאלגט די "בלייבן אינדערהיים ארדער"

איז טרא-טא-וואויט געגאנגען און אפגעקויפט די סעלפאון לאקאציע דאטע פון אפאר סיטיס אין געציילטע וויכטיגע שטאטן כדי צו אנאלאזירן די לאקאציע אינפארמאציע און זעהן אויב מענטשען זענען געגאנגען פון איין נאנ-פראפיט ארגאנאזאציע צום צווייטן אפצונעמען די גרייטע שטימען. און אויב די זעלבע פארשוינען זענען דערנאך געלאפן צו מערערע דראפ-אףף פלעצער צו פלאצירן אט די שטימען. און אויב דאס איז טאקע פארגעקומען צי איז דאס אליינס געווען גענוג צו איבער וועגן פון איין קאנדידאט צום צווייטן.

די דאטע איז פון אקטאובער 1 ביז נאך די וואלן (אין דזשרדזשע ביז נאך די איבערלויף פארמעסט)

כדי צו זיין זיכער אז מ'רעדט דא טאקע פון מיולס (באצאלטע שטימען-טראפיקערס) האבן זיי באשלאסן צו אבזארווירן און צוזאמרעכנען די לאקאציע נאר פון די פאלגענדע חשבון: איינער מוז באזוכן צום ווייניגסטענס 10 דראפ-באקסעס, און א מינימום פון 5 נאן-פראפיט ארגאנאזאציעס.
האבן זיי געמאכט אזא טעסט אין אטלאנטע דזשרדזשע צו זעהן אויב די דאטע וועט עפעס ברענגען.

אלזא דאס זענען די געפינסען:
אטלענטע: 424 פארשוינען וועלכע זענען געגאנגען אויף א דורכשניט פון 24 דראפ-באקסעס און 8 נאן-פראפיט ארגאנאזאציעס.
אין בילד איז א מאפע פון דזשרדזשע פון בלויז איינער וואס איז געגאנגען באזוכן 5 נאן-פראפיט ארגאנאזאציעס. 28 דראפ-באקסעס. דאס אלעס איז איין מענטש אינעם זעלבן טאג.
מאפע.png
נאך אן אינטערסאנטע זאך וואס זיי האבן געטראפן איו דזשרדזשע אז איבער 60 פון די מיולס האבן זיך אויך באטייליגט אין די דזשארדזש פלויד ראיטען.

זעהנדיג אז דאס זענען די געפינסען פון דזשרדזשע, זענען זיי געגאנגען און נאכגעקוקט די דאטע פון נאך שליסל שטאטן.

פינעקס אריזאנע: אריבער 200 מיולס
מילוואקי וויסקאנסען: 100 מיולס און יעדער איינער א דורכשניט פון 28 דראפ -באקס באזוכן
מישיגן: איבער 500 מיולס, אין דעטרויט זענען געוויסע גאגאנגען צו איבער 100 דראפ-באקסעס
פענסלוועיניע: פילידעלפיע אליינס איז געווען איבער 1100 מיולס ווי יעדע איינע איז גאגאנגען נאנט צו 50 דראפ-באקסעס. (געוויסע זענען געפארן פון ניו דזשערסי אהין און צוריק)
אין איין קאונטי אין דזשרדזשע האט איין געוויסע דראפ-באקס באקומען 1962 בעלאטס (10 מאל מער ווי די געווענליכע דורכשניט). און דאס אלעס ביי 271 מענשען אין א צייט אפשניט פון בלויז 25 שעה.

**
סך הכל: 2000 מיולס – יעדע איינס א דורכשניט פון 38 דראפ-באקס באזוכן – יעדע באזוך 5 אומלעגאלע שטימען – דאס קומט אויס צו 380,000 אומלעגאלע שטימען. איז דאס גענוג צו איבערוועגען די 2020 פרעזינטליכע וואלן? לאמיר קוקן אויף די פאלגענדע וויכטיגע שליסל שטאטן.

מישיגן: 500 מיולס - 50 דראפ-באקס באזוכן – יעדע באזוך 5 אומלעגאלע שטימען = א ס"ה 125,000 אומלעגאלע שטימען. נישט גענוג פאר די ביידן איבער טראמפ 154,000 שטימען.

וויסקאנסען: 100 מיולס - 28 דראפ-באקס באזוכן - 5 אומלעגאלע שטימען = 14,000 אומלעגאלע שטימען. נישט גענוג פאר די ביידן איבער טראמפ 20,000 שטימען.

דזשרדזשע: 250 מיולס - 24 דראפ-באקס באזוכן - 5 אומלעגאלע שטימען = 30,000 אומלעגאלע שטימען. אסאך מער ווי די ביידן איבער טראמפ 12,000 שטימען.

אריזאנא: 200 מיולס - 20 דראפ-באקס באזוכן - 5 אומלעגאלע שטימען = 20,000 אומלעגאלע שטימען. אסאך מער ווי די ביידן איבער טראמפ 10,000 שטימען.
פענסעלוועניע (פילידעלפיע אליינס): 1100 מיולס - 50 דראפ-באקס באזוכן - 5 אומלעגאלע שטימען = 275,000 אומלעגאלע שטימען. אסאך מער ווי די ביידן איבער טראמפ 80,000 שטימען.

פון די קרייטעריע אליינס פון 2,000 מיולס איז גענוג צו געבן פאר טראמפ א באקוועמע אויבערהאנט, אבער אויב גייט מען מיט א נידעריגערע קרייטעריע און אנשטאהט 10 קוקט מען אויף א מינימום פון 5 דראפ-באקסע באזוכן און ווייניגסטענס 3 שטימען פער-וויזיט קומט ארויס די שטוינענדיגע רעזולטאטן.

די ציפער שפרינגט ארויף צן 54,000 מיולס און אריבער 810,000 אומלעגאלע שטימען

מישיגן: 226,590 אומלעגאלע שטימען
וויסקאנסען: 83,565 אומלעגאלע שטימען
דזשרדזשע: 92,670 אומלעגאלע שטימען
אריזאנא: 207,435 אומלעגאלע שטימען
פענסעלוועניע: 209,505 אומלעגאלע שטימען

***
חברה, בּיל בּאַרר לאכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עולם הזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קוקט אויס זייער אינטערסאנט. גיימיר אלעס ליינען. אבער נאר א הערה א "מיול" איז נישט א געהעריגע אייזעל, נאר א קינד פון א פערד און א אייזעל, פרד איז לשה"ק.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

די מאווי איז פארשטייט זיך אראפגעריסן געווארן אין די מידיא פארן נישט זיין קראנט,
דא האסטו ווי די רעכטע בען שפירא לאזט הערן זיינע פראבלעמען מיטן מאווי
https://youtu.be/BnYWx2Ozahk
איך האב עס געזען בשעתו ווען עס איז ארויסגעקומען, עס איז זיכער א זאך וואס דארף אויסגעפארשט ווערן, אבער פון די מאווי אליין קען מען נישט זאגן קלאר אז עס איז געווען געניג פראוד איבערצודרייען די אלעקשאן, זיי ווייזן נישט און האבן אייגנטליך נישט געניג ווידיא פון די מיולס, לכאורה וואלטן זיי געוויזן נאך ווען זיי האבן ווען
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

טראמפ האט נישט קיין אייזלען?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פערינא האט געשריבן:טראמפ האט נישט קיין אייזלען?
דאס איז אויך בעצם א שטארקע טענה, הגם די פרעגסט עס ציניש
זיי האבן בלויז געזיכט אין סווינג סטעיטס, ווער זאגט אז אין רויטע שטאטן טון זיי נישט די זעלבע זאך, טשעק עס נאך,
ועוד, אפילו אין די סווינג שטאטן, זיי בודק אויך די מיולס וואס האבן זיך געדרייט ביי רופאבליקאנע הופקווארטירן און דערנאך ביי מערערע דראפבאקסעס, אפשר וועט מער טרעפן די זעלבע זאך,
לכאורה זענען ביידע זייטן די זעלבע שווינדלערס
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אז טראמפ איז אזא שלומיאל אז ער קען נישט שווינדלען אזוי ווי די דעמאקראטן קומט זיך אים טאקע נישט די פרעזידענטשאפט..... ער טויגט דאך נישט.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די מאווי איז נישט פון די שטערקערע ראיות פאר פראוד. ס'איז אבער יא איינע פון אדער גאר די איינציגסטע וואס האט אויפגעטריבן עטוואס דעקונג.
פארשפארט