נייעס באריכטן וואס דרייען א קאפ.
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2022 7:17 pm
כ'בין זיכער ווער עס האט נאר אמאל געליינט א נייעס ארטיקל האט זיך שוין אנגעטראפן אין אזא סיטואציע.
נאכן ענדיגן ליינען די ארטיקל פרובירנדיג צו מאכן א שטיקל סך הכל וואס דער באריכט וויל דא דערציילן.. הייבט אייך אן די קאפ שווינדלען און מיטן גאנצן מח זאפאס קראצענדיג די האנט אויפן שטערן... פרובירנדיג צו פארשטיין וואס גענוי דא איז געשטאנען. אפשר דאך.. אבער אן ערפאלג.. שוין העמיר מיזן איבער ליינען א צווייטער מאל, אבער וואונדער איבער וואונדער.. אפילו נאכן זינגען אודך איז נאכאלץ דא א צומישעניש.. טאקע עפעס א שטיקל קלארקייט אבער א קלארקייט אז כ'בין צומישט.. גיימער שלישי, הגבה, גלילה, אה! עפעס מאכט זיך... ענדליך נאך 3 ציגארעטלעך און א האלבן ביר-באטל דערגרייכט מען א שטיקעלע תמצית פון די א.ג. נייעס רעפארט.
אבער. איין מינוט.. די שורות פונעם סך הכל זענען זיך סותר איינס מיטן אנדערען.. בין איך דיזי צו וואס? אדער אפשר האט דער שרייבער דאס געשריבן נאך א שאכטל פון די ריכטיגע בּראַוני.
אדער אפשר, איז דאס גאר דער ציל? צו פארדרייען דער קאפ? נעה! קענישזיין.
איהר כאפט די נקודה. איא?
העמיר פרובירן מאכן א שטיקעלע תמצית פון אזאנע באריכטן.
דער ערשטער וואס כ'דערמאן מיר איז גלייך אנפאנג פון די רוסלאנד אוקריינע קאנפליקט. דאס איז שטארק בולט ווייל דאס א גאר גאר קורצע באריכט
רויטערס:
מערק וועט אפשטעלן איהר אינוועסטירונגן אין רוסלאנד.
- מערק וועט אויפהערן טוהן ביזנעס מיט רוסלאנד.
- מערק האט קיינמאל נישט געהאט קיין איינריכטונגען אין רוסלאנד.
- מערק וועט יא טוהן ביזנעס מיט רוסלאנד. פאר לעבענס-וויכטיגע סופלייס.
**
דעילי מעיל:
יונגע געזונטע מענטשען שטארבן פליצלונג און אומערווארטעט:
וואס געשעהט - יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג.
פון וואס – זיי שטארבן פון יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג סינדראם
זייט געווארנט - יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג סינדראם, קען זיין פאטאל, אפילו פאר יונגע געזונטע מענטשען.
א מעשה: א 31 יעריגע פרוי וואס איז פלוצלינג געשטארבן אינמיטן שלאף, האט אפשר געליטן פון יונגע ערוואקסענע שטארבן פליצלונג סינדראם.
וואס מיר טוהן – מיר (אוסטראליע) מאכן א דאטע בעיס מיט די נעמען פון אלע מענטשען וואס זענען געשטארבן פליצלונג.
וואס איהר זאלט טוהן: איהר זאלט זיך גיין סקרינען ביים הארץ דאקטאר.
אויך: איהר האט גארנישט פון גיין צום דאקטאר, ווייל מיר ווייסן נישט וועלכע גענע (gene) איז דער גורם.