בלאט 1 פון 1
האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 4:57 am
דורך צוויבל קניפער
איז מיר איינגעפאלן אזא פראגע, אונז זעה מיר דאָך אז אַסאך פיליזאפישע ביכער רעדן וועגן די מיסטישע בעלי חיים וואס פלעגן עקזיסטירן די "דיינעסאורס" וועס פלעגן באלעבאטעווען אויפ'ן וועלט און זינט דאן זענען זיי אַלע אויסגעשטארבן (עקסטינקט) דאס איז אלעס לויט די "גויישע" היסטאריע, האבעך אמאל געפרעגט איינער פון מיינע מחנכים וואס דאס איז און פארוואס מען רעדט נישט דערװעגן עכ"פ אין היסטאריע, האט ער מיר געזאגט אז עס איז כפירה, פארוואס? ווייל עס שטייט נישט אין די תורה! זייט דעמאלטס וואונדער איך מיך פארוואס אויב עס שטייט נישט אין די תורה מיינט עס איז כפירה?? אפשר איז עס געווען בעפאר די מבול און עס האט אויסגעשטארבן אזויווי אסאך חיות עופות ודגים וואס מ'זעט גיין א גאנג, איי עס שטייט נישט אין די תורה? רוב חיות שטייען נישט אין די תורה! אויב איינער קען אריין קומען מיט א ענטפער אָדער חקירה, תבוא עליו ברכה.
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 7:17 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 7:31 am
דורך צוויבל קניפער
יישר כח!
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 1:06 pm
דורך berlbalaguleh
צוויבל קניפער: איך האב נישט געליינט דעם לינק וואס חת"ם סופר האט צוגעברענגט. אבער ס'איז דאך זייער פשוט. דינאסאורס ווערן יא דערמאנט אין די תורה. אין חומש פ' בראשית זאגט דער פסוק..."את התנינים הגדולים"... מיין רבי ע"ה (תרתי משמע) אין חדר האט געטייטשט..."די גרויסע פיש"...אבער די ריכטיגע טייטש איז די גרויסע סערפענטס... דאס מיינט מען דיינאסאורס. וועלכע זענען צוזאמען מיט אנדערע משונה'דיגע ברואים פארשווינדן געווארן ביים מבול...!
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 8:33 pm
דורך היסטאריע
איין פראבלעם, די תורה לויטעט מכל החי מכל בשר, אלעס האט איבערלעבט די מבול.
Re: האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 8:44 pm
דורך צוזאמגעדרייט
וויזלטיר
Re: האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 8:48 pm
דורך כרם זית
היסטאריע האט געשריבן:איין פראבלעם, די תורה לויטעט מכל החי מכל בשר, אלעס האט איבערלעבט די מבול.
דאכט זיך אז די תורה גייט אז די דיינאסארסעס זענען געווען מישלינגען וואס די פארדארבנע דור המביל האט צוזאמענגעשטעלט (אגב שוין לאנג וואס איך דמיון אז דאס גייט פאר אין עריא 51...), ממילא האט עס נישט געהאט קיין זכות קיום.
און דאס וואס ר' בערל האט שפעקעלירט אז 'התנינן הגדולים' זענען די דיינארסארסער'ס, וואס דאס איז שוין זיכער מעשה הקב''ה, קען מען אפשר אויך זאגן אז עס איז אויסגעראטן געווארן נאטורליך נאך פאר די מביל. און אפשר איז דאס פשט אין די מדרש אז שחטן הקב''ה לתנינן הגדולים...
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 12:28 am
דורך berlbalaguleh
לפי די שפעקולאציעס פון כרם זית, וועט מען (אפשר) סערוווירן דינאוזאור פלייש ביי די גרויסע סעודה וואס דער אייבישטער וועט מאכן פאר די צדיקים. נאר אויב זיי האבן א דין פון פיש, וועט מען אויך סערווירן יין המשומר, צווישן די פיש און פלייש פונ'ם שור הבר.
האט אמאל איינער פון די צדיקים געזאגט אויף א געוויסן אנדער'ן צדיק מיט וועים ער איז נישט געווען שוה בשוה...יענער צדיק פסל'ט אפ א יעדן. קומט אויס אז ער איז דער איינציגער צדיק. און אויב נאר ער וועט טרונקען פון יין המשומר (נישט קיין פילטער) וועט ער שיכור ווערן...!
Re: האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 3:16 pm
דורך כרם זית
די וואך איז די באקאנטע נצי''ב אז די געביין וואס מען געפינט זענען איבערבלייבענישן פון די מישלינגן פון די דור המבול.
ער זאגט אז דער אייבערשטער האט עס באהאלטן ביז אונזער דור כדי מחזק צו זיין די אמונה. וכ''כ תלמידו הגריא''ה קוק זצ''ל ב'אורות'.
צוויי שאלות:
לכאורה טוט עס בכלל נישט מחזק זיין די אמונה בײ געוויסע?
אויב איז עס מישלינגן פון די דור המבול, דאן קען מען דאך עס היינט נאכמאכן. לכאורה איז דאס בכלל נישט מעגליך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 4:42 pm
דורך סקעפטיקער
עס עקזיסטירט שוין נישט דארט (ממש ווי די דיינאסאורס), נאר דא
viewtopic.php?p=303620
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:איין פראבלעם, די תורה לויטעט מכל החי מכל בשר, אלעס האט איבערלעבט די מבול.
אלעס. אבער נישט די משונה'דיגע ברואים...!
Re: האבן דיינעסאורס אמאל עקזעסטירט??
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:49 am
דורך פיניע
צי זיי האָבן עקזיסטירט פאר מיליאנען יאָרן צוריק קאן איך נישט וויסן ווייל איך בין נאך נישט געווען אראונד. אבער דאס ווייס איך יא, נישט קיין חילוק וואס איינער האלט איבער די נושא, ברויך מען באזיכן די בראנקס זו דיינעסארס אויסשטעלונג.