בלאט 1 פון 1

א' ל'יידיגע ו'ועלט ל'יידער

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:27 pm
דורך זר זהב
פון שמועסערייען דא אין קאווע שטיבעל אפילו פון אזעלעכע וואס האבן זיך נאך נישט דערקלערט אלץ אויפגעקלערטע, נעם איך ארויס
אז די אזויגערופענע אכשר דרא'דיגע דור איז אינגאנצן נישט דאס.

מ'גייט אנגעטוהן ווי חסידישע אידן אבער אלעס איז פון סאציאלע פרעשור. מיינט דאס טאקע אז ווען נישט די פרעשור וואלט'ן די יעניגע זיך אנגעטוהן
א דאשיק'ל? און אפילו אויב יא וואס וואלט דען געשעהן?

וואלט ר' טודרוס זילבער געגאנגען מיט א דאשיק וואלט איך נישט געמעגט גיין מיט א ביבער היט?

פארוואס איז מען נישט גענוג קלוג געווען נישט צו מאכן א דרעסס קאוד?

אימעדזשין ר' זלמן לייב פילעפ וואלט געגאנגען מיט א ווייט ענד ווייט העמעד לינקס אויף רעכטס. (און דו קענסט אים אזוי פון געבורט)
ר' חיים מערץ וואלט געשטינקען א גאנצן טאג פון דיאריענט און אלע סארטן סממנים.(" " " " " " ")
ר' פישל הערשקאוויטש וואלט געגאנגען מיט די שפיציגסטע שיך וואס נאר שייך. (" " " " " " ")
ר יחזקאל ראטה וואלט געגאנגען מיט אזא ווייסן העמד/אונטער העמד. (" " " " " " ")
ר' יושע באנדא וואלט געגאנגען מיט א דאשיק. (" " " " " " ")

וואו וואלט זיך דער אויפגעקלערטער אהינגעטוהן? ער וואלט נישט געהאט מיט וואס זיך צו דערקלערן אלץ אן אפגעפארענער
ס'וואלט געווען א בעסערע וועלט.

איז נישט דער מאור ושמש געגאנגען מיט א דאשיק'ל ווען ער האט פארקויפט זיינע בייגעלעך?
שיטה וויל אבער נישט גלייבן די מעשה. פארוואס טאקע? אפשר שטייט עס אים אין
וועג פון זיך דערקלערן אויפגעקלערט?
א גוטן חודש אלע.

ענטפער צו זר זהב

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:52 pm
דורך berlbalaguleh
ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו. נאר דאס אז אידן מוזן זיך קליידן א ספעציעללן וועג. (למשל די היינטיגע חסידיש'ע סטייל, שמונה בגדים וכדו' דאס איז אפילו נישט מדרבנן. ווען מיר וואלטן געוואוינט אין א קאמוניסטישע מדינה ווי רומעניע אדער רוסלאנד וואלט ר' טודרוס זילבער און ר' ז.ל. פיליפ געגאנגען מיט א דאשיק היטל. (און זיי וואלטן געווען די זעלבע גאונים וצדיקים(. אויף ר' בונם מ'פשיסחא איז באקאנט אז ער האט זיך געקליידט "מאדערן" געשעיווט און אן אראפגעבויגענעם הוט און נעקטייא. מיט קיין פלאכן ביבער הוט און צולאטשעטע פיאות (ווי דער יונגערמאן אויף די קרויס שטריימלעך פלעגט ביז לעצטנס זיין אראפגעמאלן( איז ער נישט געגאנגען. צו ער האט גענוצט דעאדאראנט קען מען היינט נישט וואוסן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:03 pm
דורך זר זהב
און פארוואס דא אין אמעריקע דארף מען יא גיין מיט שמונה בגדים צו הייסן א נישט אויפגעקלערטער איד?
מיט'ן גיין בלויז מיט א ווייסן העמעד און א וועסטעל דערויף איז מען דאך שוין נישט ווי דער גוי!

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:31 pm
דורך יידל
berlbalaguleh האט געשריבן:ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו.

ר' בערל, אזא גאנצע ריזיגע מחלוקת הראשונים, און איר געט דאס אזא וויש אראפ מיט א בלויזע מאך מיט די הענט?
פארוואס נעמסטו אן מיט אז פשטות אז ובחוקותיהם = זיך קליידן אנדערש ווי גויים?

ענטפער צו יידל

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו.

ר' בערל, אזא גאנצע ריזיגע מחלוקת הראשונים, און איר געט דאס אזא וויש אראפ מיט א בלויזע מאך מיט די הענט?
פארוואס נעמסטו אן מיט אז פשטות אז ובחוקותיהם = זיך קליידן אנדערש ווי גויים?

איך האב נישט נאכגעקוקט. אבער ס'ליגט מיר אין זכרון אז דער רמב"ם לערנט דאס ארויס פון דעם פסוק. אבער זר זהב'ס קשיא איז געווען פארוואס דווקא מיט'ן אנגענומענעם סטייל? א שטיקל תירוץ מיין איך אז מען קען טרעפן אויף דעם. "סאשיעל פרעשער" אמאהל איז עס א גוטע זאך. לאמיר זיך פארשטעלן ווען א יעדער קען גיין אנגעטוהן מיט א הוט און רעקל וואס זיין שכל דיקטירט איהם. צו מנחה-מעריב וואלטן אריינגעקומען אין ביה"מ"ד. יאסל מיט א גרינעם הוט. בענט דאון. פייוול מיט א ברוינע הוט און א קורץ, רויט רעקל און א באו טיי. און אזוי ווייטער. איך ווייס אז איך וואלט מיך זיכער צולאכט איבער דעם פורימ'דיגן אנגעטועכץ. איז דאך אוודאי בעסער אז מענטשן וואס געהערן צום זעלבן קרייז זאלן גיין אנגעטון בערך אייניג. דרך אגב. איך קען א חשוב'ן איד מיט א לאנגע בארד וואס ביי די ארבעט גייט ער מיט א רויט'ן "קעפ" רבותי. א יעדעס מאהל וואס איך באגעגן דעם איד וויל איך אויסשיסן אין א געלעכטער. :lol:

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:19 pm
דורך געפילטע פיש
דו כאפסט נישט אז ווען יעדער וואלט ווען געגאנגען מיט גרינע רויטע פערפעל הוטן און באו טייס וואלט עס נישט געווען פאני, פונקט ווי די שטריימליך און ווייסע זאקן איז דיר יעצט נישט פאני.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:17 pm
דורך חאצקל
מורי ורבותי, עס איז נישט קיין נפ"מ וועלעכע לבוש מיר וואלטן היינט געגאנגען, ווילאנג דער לבוש איז פארצייטיש און שווערליך, טוט עס דער אויפגאבע פון קייטן אויף א מענטש און עס איז ווי א תפיסה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:35 pm
דורך פרוקער טראק
נאך א ר"ת פון אלול האב איך געהערט
א'לע ל'אבוסעס ו'וערן ל'ייט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:01 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:דו כאפסט נישט אז ווען יעדער וואלט ווען געגאנגען מיט גרינע רויטע פערפעל הוטן און באו טייס וואלט עס נישט געווען פאני, פונקט ווי די שטריימליך און ווייסע זאקן איז דיר יעצט נישט פאני.

לאו דוקא. ס'דארף זיין א געוויסע מאס פון אייניגקייט און נארמאלקייט. אפילו קוקנדיג אויף אלטע פיקטשערס פון די פארצייטיגע שטריימלעך וואס זעען אויס ווי "הערינג וויידלעך" רופט אויך ארויס א געלעכטער. נאר בשעתו האט קיינער נישט געלאכט ווייל ס'איז נישט געווען עפעס בעסער. :lol:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:16 pm
דורך געפילטע פיש
במחילת כבודך הרמה והנשגבה, יו דאנט מעיק עי ביט אוו סענס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:33 pm
דורך איך אויך
דאז הי מעיק עיאלאט אופ סענס?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:36 pm
דורך געפילטע פיש
בעצם וואלט מען אמאל געלאכט פון די אלטע קאצען קעם שטריימלעך נאר ס'נישט געווען בעסערס האט מען זיך איינגעהאלטן? איי מין קאם אן! הגע בעצמך!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:49 pm
דורך לחיים
מיר זענען דער עם הנבחר, מיר מאכן יעדן טאג די ברכה שלא עשנו גוי.
דאנק גאט אז מיר גייען אזוי מיט די סטייל אזוי דערקענט מען א נפקא מינה צווישן די איד מיטן גוי.
ווייל ווען מען גייט אריבער צו אונזערע ברודער אפאר גאסן אוועק אין קראון הייטס,
זיי גייען אנגעטון יעדער לויט זייער גוסטע. זונטאג מיט א גרינע קאפל און ברוינע שיך,
און מאנטאג פארקערט. און דינסטאג מיט א פערפל קאפל און א געלע געשטרייפטע הויזן און מיטוואך פארקערט....

אין ליבאוויטש האבן זיי א מעלה זיי לערנען תניא יעדן טאג חק ולא יעבור, ווייסן זיי דעם כלל פון "מח איז שליט על הלב", קענען זיי גיין ווי אזוי זיי ווילן, במילא וואו זיי דרייען זיך האבן זיי מיט זיך זייערע מצוות מיט וואס זיי זענען מזכה אנדערע. במילא דערקענט מען זיי. אבער מיט וואס וואלט מען דיך דערקענט ווען דו גייסט אנגעטון ווי זיי?????

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:52 pm
דורך חכם מחוכם
לחיים’ל, די רבינו תם’ס וועט זיך ארויסשטעקן אזוי וועט מען אים דערקענען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:03 am
דורך לחיים
אז דאס וועט זיין דיין מח משליט על הלב פרעג דיין רבי אויב עס איז גיט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:29 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:בעצם וואלט מען אמאל געלאכט פון די אלטע קאצען קעם שטריימלעך נאר ס'נישט געווען בעסערס האט מען זיך איינגעהאלטן? איי מין קאם אן! הגע בעצמך!

שקויעך פאר'ן מסביר זיין. ס'איז נישט אז מען האט זיך איינגעהאלטן פון לאכן. נאר מען האט נישט געוואוסט פון עפעס בעסער. דאהי אין אמעריקע האט דער עולם אויך געטראגן די "קאצן שטריימלעך" פאר קעפעטש איז אריין אין ביזנעס. איך געדענק וואס פאר א שטריימל מיין טאטע ע"ה האט געהאט אין א"י ביז ער האט געקויפט א שטריימל פון "קעפעטש".