בלאט 1 פון 1

.

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 4:08 pm
דורך פרנס החודש
מאלעסטירן קינדער, אויסגעהאלטן אדער נישט?

היות איינער האט לעצטענס אויפגעברענגט אן אשכול: ״ איבערלייגן און פראקן קינדער, אויסגעהאלטן אדער נישט?״ האב איך באשלאסן צו עפענען אן אשכול צו זען אויב דער עולם וועט אויך סובל זיין אזא מין קעפל ביי אנדערע פארמען פון פיינוגונג.
עס עסט מיר פשוט די גלייכגילטיגקייט מיט וואס מען פארנעמט זיך מיט physical abuse ווי כאילו דאס איז בכלל א זאך וואס איז אפען פאר דעבאטע.
איך האב א קוזין וואס מען האט געפיינוגט אין חדר, איך האב זיך געבעטן ביי זיין מאמע אים ארויסצונעמען פון יענעם קלאס, איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז עס איז נישט קיין שפיל, ליידער לא עלתה בידי. נישט קיין לאנגע צייט דערנאך איז ער אוועקגעפאלן מיט א מיסטריעזע מח קראנקהייט און ער איז ברעין דעמעדשד עד היום הזה. וכהנה רבות, איך בין זיכער אז ווער עס האט אמאל עוסק געווען אין child bullying וועט מעיד זיין אז עס מאכט ממש חרוב קינדער וכל שכן אויב עס ווערט געטון מיט די גאנצע אפיציעלקייט דורך א רבי אדער מנהל.

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 4:43 pm
דורך שמן למאור
הגם די פרעגסט דיין שאלה אויף א מאדנע וועג. זעט עס נאכאלטס אויס ווי די ווילטס באמת פארשטיין, וועל איך דיר פראבירן צו ענטפערן בקיצור.

מאלעסריטן קינדער איז קיינמאל נישט אויסגעהאלטן, און עס ברענגט נישט קיין שום גוטס כמובן נאר שלעכטס. און פון בלויז איינמאל מאלעסטערן א קינד קען ער זיין פינישט פאר לייף

שלאגן קינדער, אדער אפילו שטארק שלאגן קען אסאך מאל זיין א תועלת. יא, ביסט גערעכט אז פיזישע אביוז איז געפערליך, און איך מאך עס בכלל נישט אוועק. באליען א קינד איז אויך א געפערליכע זאך. אבער אז א מלמד גיבט אמאל אמאל א פעטשעלע פאר א ווילדע אינגל אים צו האלטן אין די ראמען איז נאכנישט עק וועלט און עס וועט נאכנישט ציגרינד לייגן די קינד לעולמי עד, פארקערט גאר, אסאך מאל איז עס א שטארקע ניצן פאר א קינד. איך אליין האב אסאך געכאפט פעטש אלטס קינד, און איך האב נישט קיין טענות אויף מיינע מלמדים, ווייל איך ווייס אז איך בין נישט געווען אומשילדיג, און עס האט מיר בכלל נישט געשאדט.
גאר אנדערש וואלט איך גערעדט אויב וואלט איך געווארן מאלעסטירט אפילו איינמאל דורך א מלמד.

אודאי איז די אמאליגע מהלך פון אנרייסן די קינדער מחמת כעס און אהן קיין חשבון מופרך לגמרי (הגם מיין טאטע און אסאך אנדערע האבן עס גאנץ פיין איבערגעלעבט, האט עס אבער טאקע געלאזט געוויסטע קינדער מיט שלעכטע נאכפאלגן פארן לעבן) און די פאקט אז געוויסע מלמדים קענען פיקן אויף א שוואכע כאראקטער און אים בוליען און אויס'רודפ'ן פאר לאנגע חדשים אהן קיין חשבון, איז אויך א הימל געשריי, און עס טאר נישט פאסירן. און א מלמד וואס טוט עס יא דארף מען ארויסווארפן פון חדר.

אבער דאס מיינט נישט אז א פראסק דא דארט און מיט א חשבון, קען מען בכלל פארגלייגן צו א מאלעסטעישן דא דארט רח"ל.

עס איז ממש הימל אין ערד.

און דיין קעפל פארן אכשול דא האט ממש נישט קיין פשט. אבער די אשכול וואס וויל דן זיין איבער די אויסגעהאלטנקייט פון שלאגן קינדער האט יא א פשט.

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 5:07 pm
דורך היסטאריע
ביסט גערעכט.

אבער פרנס ווען פרעגן, געבן א קליינע מאלעסט דא אין דארט, נישט בקביעות, וואס קען שוין געשעהן.

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:ביסט גערעכט.

אבער פרנס ווען פרעגן, געבן א קליינע מאלעסט דא אין דארט, נישט בקביעות, וואס קען שוין געשעהן.
א פיצעלע מאלעסט דא און דארטן איז אזוי ווי א ציגארעטל א טאג?

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 7:08 pm
דורך חדשים
נעקסט קומט,
הרגנ’ן קינדער, אויסגעהאלטן אדער נישט?

כ’מיין די קעפל איז צו שארף פאר דיין נקודה. ביטע מאדיציפירן.