בלאט 1 פון 1
ווי אלט איז די וועלט?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 4:46 pm
דורך צוויבל קניפער
אין ערגעץ אין די תורה שטייט נישט וועלכע יאר די וועלט איז באשאפן געווארן, ווארום וויאזוי ווייסען אונז מיט א קלארקייט אז די וועלט איז 5,782 יאר אלט?
Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 4:57 pm
דורך היסטאריע
וואס הייסט עס שטייט נישט? ווען די וועלט איז באשאפען געווארען איז געוועהן דער ערשטע יאר. וואס האסטו געוואלט, דער תורה זאל שרייבן דער וועלט איז באשאפען געווארען נאך פינף מיליאן יאר?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 4:59 pm
דורך סבא דבהתא
דא קענט איר זען א שיין שטיקל ארבעט פון הגאון ר שמעון שוואב איבער די נושא
ער רעדט בעיקר פון די באקאנטע 168 יארן וואס פעלן
Re: ווי אלט איז די וועלט?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 5:00 pm
דורך צוויבל קניפער
האסט מיר נישט געענטפערט, איך האב נישט געפרעגט ווען יאר 1 איז געווען, איך האב געפרעגט ווי לאַנג צוריק יאר 1 איז געווען און ווער עס האט חשבון אויף די יאָרן למשל בין אדם לנח, עס פעלן יאָרן וואס עס שטייט נישט אין די תורה
Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk
Re: ווי אלט איז די וועלט?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 5:01 pm
דורך צוויבל קניפער
סבא דבהתא האט געשריבן:דא קענט איר זען א שיין שטיקל ארבעט פון הגאון ר שמעון שוואב איבער די נושא
ער רעדט בעיקר פון די באקאנטע 165 יארן וואס פעלן
גראסיאס אמיגאו
Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 5:05 pm
דורך היסטאריע
צוויבל קניפער האט געשריבן:האסט מיר נישט געענטפערט, איך האב נישט געפרעגט ווען יאר 1 איז געווען, איך האב געפרעגט ווי לאַנג צוריק יאר 1 איז געווען און ווער עס האט חשבון אויף די יאָרן למשל בין אדם לנח, עס פעלן יאָרן וואס עס שטייט נישט אין די תורה
Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk
און אויב עס פעלט איז וואס? דער תורה איז עפעס א היסטאריע ביכל?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 5:12 pm
דורך צוויבל קניפער
הרב "היסטאריע", איך בין נישט געקומען אפפרעגן אייער אמונה בתורה וואס מען מעג נישט פרעגן קיינע פראגעס, איך בין דא צו אויסשמועסן א קושיא וואס איך האב געהאט און איר האט מיך נאָך אלץ נישט געענטפערט עפּעס בטעם. וואס איר האט געטון איז פרובירט מיך צו פירן אויף די קושיא בתורה=אפיקורס כפירה ראולער קאוסטער, וואס ווי היסטאריע האט געוויזן אַרבעט נישט צו גוט אוועקצונעמען קושיות.
א יישר.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 6:28 pm
דורך שמן למאור
קלאר שטייט עס טאקע נישט. אין גמרא ע"ז דף ט. שטייט אזוי: תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי העולם. און חוץ מזה קען מען אויסרעכענען לויט די יארן וואס די תורה גיבט אהן ביי די מבול ועוד מקומות, וויפול יאר עס איז פון די ששת ימי בראשית ביז היינט.
די שאלה איז אויב די ששת ימי בראשית זענען געווען אזעליכע טעג וואס אונז קענען היינט, אדער יעדע טאג איז געווען מיליאנען יארן פון אוועלושן. און אויך צו די גמרא פון ששת אלפים שנה מיינט כפשיטו.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 6:46 pm
דורך חדשים
צוויבל קניפער האט געשריבן:סבא דבהתא האט געשריבן:דא קענט איר זען א שיין שטיקל ארבעט פון הגאון ר שמעון שוואב איבער די נושא
ער רעדט בעיקר פון די באקאנטע 165 יארן וואס פעלן
גראסיאס אמיגאו
Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%94% ... 7%95%D7%AA
Re: ווי אלט איז די וועלט?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 7:00 pm
דורך קל וחומר
עצי שטים האט געשריבן:קלאר שטייט עס טאקע נישט. אין גמרא ע"ז דף ט. שטייט אזוי: תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי העולם. און חוץ מזה קען מען אויסרעכענען לויט די יארן וואס די תורה גיבט אהן ביי די מבול ועוד מקומות, וויפול יאר עס איז פון די ששת ימי בראשית ביז היינט.
די שאלה איז אויב די ששת ימי בראשית זענען געווען אזעליכע טעג וואס אונז קענען היינט, אדער יעדע טאג איז געווען מיליאנען יארן פון אוועלושן. און אויך צו די גמרא פון ששת אלפים שנה מיינט כפשיטו.
די שאלה קען אויך גיין ווייטער, צו דאס וואס די גמרא זאגט אז איינער וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים מה"ת אין לו חלק לעוה"ב מיינט כפשוטו וכהנה רבות.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 7:59 pm
דורך מי אני
קל וחומר האט געשריבן:די שאלה קען אויך גיין ווייטער, צו דאס וואס די גמרא זאגט אז איינער וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים מה"ת אין לו חלק לעוה"ב מיינט כפשוטו.
איה"נ. דער
עיקרים האלט אז אמונה בתחיית המתים (וביאת המשיח) זענען נאר ענפים און נישט עיקרים אדער שרשים (ועיין ג"כ בסוף מאמר א בפכ"ו). ולגבי די משנה בסנהדרין צ. שרייבט ער שם בפ"י אז עס גייט ארויף אויף אמונה בשכר ועונש בכלליות. וז"ל:
ואלו הן שאין להם חלק לעולם הבא, האומר אין תחיית המתים מן התורה, כלומר שמכחיש השכר והעונש האלהי הנרמז בתחיית המתים, שהוא פעל אלהי אם לנפשות ואם לגופות לכלול כל מיני השכר, וזהו שנמצא לרבותינו ז"ל שם דברים שמורים בהם כי תחיית המתים שם נאמר בכללות ויחוד, אם על תחיית המתים בפרט ואם על עולם הנשמות והעולם הבא ויום הדין בכלל, וגם שם ביארו ענין המשיח שהוא שכר גופיי לרמוז על כל מיני השכר.
ולגבי די אשכול בכלליות עיין באשכול
זו.
Re: ווי אלט איז די וועלט?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 9:38 pm
דורך צוזאמגעדרייט
עצי שטים האט געשריבן:קלאר שטייט עס טאקע נישט. אין גמרא ע"ז דף ט. שטייט אזוי: תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי העולם. און חוץ מזה קען מען אויסרעכענען לויט די יארן וואס די תורה גיבט אהן ביי די מבול ועוד מקומות, וויפול יאר עס איז פון די ששת ימי בראשית ביז היינט.
די שאלה איז אויב די ששת ימי בראשית זענען געווען אזעליכע טעג וואס אונז קענען היינט, אדער יעדע טאג איז געווען מיליאנען יארן פון אוועלושן. און אויך צו די גמרא פון ששת אלפים שנה מיינט כפשיטו.
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין פון ווי עס קומט דעם מוח-בליץ אז די ערשטע זעקס טעג זענען געווען אנדערע סארט טעג, פארוואס עפעס? ס'שטייט טעג מיינט עס טעג.
אז די תורה שטימט נישט מיט סייענס, האבעך פאר דיר עטליכע אפציעס
1) אָדער choose a side
2) אָדער קום אויף מיט א נאָרמאלען תירוץ
3) אָדער פרעג נישט קיין קשיות...
Re: ווי אלט איז די וועלט?
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 9:42 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך האב גראדע אויסגעוועלט #3 אבער לא עלתה בידי... זעיט זיך אויס אז כ'בין נישט דער אין קאנטראל
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 10:08 pm
דורך היסטאריע
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:קלאר שטייט עס טאקע נישט. אין גמרא ע"ז דף ט. שטייט אזוי: תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי העולם. און חוץ מזה קען מען אויסרעכענען לויט די יארן וואס די תורה גיבט אהן ביי די מבול ועוד מקומות, וויפול יאר עס איז פון די ששת ימי בראשית ביז היינט.
די שאלה איז אויב די ששת ימי בראשית זענען געווען אזעליכע טעג וואס אונז קענען היינט, אדער יעדע טאג איז געווען מיליאנען יארן פון אוועלושן. און אויך צו די גמרא פון ששת אלפים שנה מיינט כפשיטו.
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין פון ווי עס קומט דעם מוח-בליץ אז די ערשטע זעקס טעג זענען געווען אנדערע סארט טעג, פארוואס עפעס? ס'שטייט טעג מיינט עס טעג.
אז די תורה שטימט נישט מיט סייענס, האבעך פאר דיר עטליכע אפציעס
1) אָדער choose a side
2) אָדער קום אויף מיט א נאָרמאלען תירוץ
3) אָדער פרעג נישט קיין קשיות...
גראדע איז יא דא א קלארע מדרש אז די ערשטע טעג ביז שבת זענען אנדערע סארט טעג, לענגערע טעג, אסאך לענגער, עס שטייט נישט פונקטליך, אבער גענוג צו קענען זאגען אז לויט אונזערע טעג שטייט שוין די וועלט מיליאנען יארען.
נשלח: דינסטאג יולי 05, 2022 10:21 pm
דורך היסטאריע
צוויבל קניפער האט געשריבן:הרב "היסטאריע", איך בין נישט געקומען אפפרעגן אייער אמונה בתורה וואס מען מעג נישט פרעגן קיינע פראגעס, איך בין דא צו אויסשמועסן א קושיא וואס איך האב געהאט און איר האט מיך נאָך אלץ נישט געענטפערט עפּעס בטעם. וואס איר האט געטון איז פרובירט מיך צו פירן אויף די קושיא בתורה=אפיקורס כפירה ראולער קאוסטער, וואס ווי היסטאריע האט געוויזן אַרבעט נישט צו גוט אוועקצונעמען קושיות.
א יישר.
אנטשולדיגט מיר כבוד הרב. דו פרעגסט נישט קלאר, עפעס זעהט אויס ווי דו פרעגסט אין עולם התוהו אריין, באקומט איר פון מיר אזעלכע סארט תירוצים, צו האפן אז איר וועט כאפן און אויסקלארן אייערע שאלה, און אזוי ארום אייך צו קענען ענטפערן. אויב איר מיינט צו פרעגן עפעס בעסער ווי אייער שאלה, אדרבה פרעגט, אויב איר ווילט נישט, נאר איר האלט איר האט שוין יוצא געוועהן מיט אייער שאלה, פרעגט נישט.
אבער דאך וועל איך פרובירן מסביר זיין.
איר פרעגט:
אין ערגעץ אין די תורה שטייט נישט וועלכע יאר די וועלט איז באשאפן געווארן, ווארום וויאזוי ווייסען אונז מיט א קלארקייט אז די וועלט איז 5,782 יאר אלט?
איז משמע אז דו האלסט דער פאלגענדע
א. מען ווייסט נישט ווען די וועלט איז באשאפען.
ב. מען ווייסט מיט א קלארקייט ווי אלט די וועלט איז.
און אויף דעם,
א. מען ווייסט יא. וויאזוי זאל שטיין? און פון ווי ווייסטו אז עס פעלט יארן צווישן אדם און נח?
ב. על כולם, ווען מען זאגט ביי אונז 5782 איז עס געבויעט אויף דער סדר עולם ווי באקאנט. דאס איז א ברייתא. געבויט אויף תורה שבעל פה, אסאך חשבונות שטייען טאקע נישט בפירוש אנגעהויבן מיט די יארען פון די אבות, און דערנאך נאך. אויב דו האסט קשיות אויף א פרט פון די חשבונות, אדרבה, פרעג. אויב דו ווילסט סתם האקען א טשייניק, פראביר נאר.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 5:15 am
דורך שמן למאור
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:קלאר שטייט עס טאקע נישט. אין גמרא ע"ז דף ט. שטייט אזוי: תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי העולם. און חוץ מזה קען מען אויסרעכענען לויט די יארן וואס די תורה גיבט אהן ביי די מבול ועוד מקומות, וויפול יאר עס איז פון די ששת ימי בראשית ביז היינט.
די שאלה איז אויב די ששת ימי בראשית זענען געווען אזעליכע טעג וואס אונז קענען היינט, אדער יעדע טאג איז געווען מיליאנען יארן פון אוועלושן. און אויך צו די גמרא פון ששת אלפים שנה מיינט כפשיטו.
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין פון ווי עס קומט דעם מוח-בליץ אז די ערשטע זעקס טעג זענען געווען אנדערע סארט טעג, פארוואס עפעס? ס'שטייט טעג מיינט עס טעג.
אז די תורה שטימט נישט מיט סייענס, האבעך פאר דיר עטליכע אפציעס
1) אָדער choose a side
2) אָדער קום אויף מיט א נאָרמאלען תירוץ
3) אָדער פרעג נישט קיין קשיות...
די בליץ שטייט שוין בעצם אין תהלים, "כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול" און כמובן מיינט עס לאו דוקה פינקט טויזנט יאר.
עס איז זייער מסתבר אז ווען די באשעפער רעדט אין די תורה פון טעג, פאר סיי וועליכע מענטש האט באטרויטן די ערד, רעדט ער פון "זיינע" סארט טעג.
און צו זאגן אז געוויסע זאכן אין די תורה מיינט נישט כפשיטו און עס איז נאר לשבר את האוזן, איז אויך בכלל נישט קיין בליץ, און עס איז דברים פשוטים מאוד, און אזוי נעמט מען אהן ביי פסוקים ווי די תורה רעדט פון די באשעפערס גוף וכדומה.
אלזא, אז די תורה שטימט נישט מיט סייענס, (דהיינו אז מען האלט שוין נאכן פרעגן קשיות, ובזה נפל אפציע 3) מוז מען נישט דוקה אויסוועלן א זייט אויב ביידע קענען שטימען. און ווי מסביר געווען אויבן איז די תריץ לאו דוקה אזוי אבנארמאל.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 7:40 am
דורך היסטאריע
די תורה מיינט נישט כפשיטו און עס איז נאר לשבר את האוזן, איז אויך בכלל נישט קיין בליץ, און עס איז דברים פשוטים
יא אדער נישט?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 10:48 am
דורך יאסל ראקאווער
וואס מיינט וועלט? די גאלאקסיע? די אוניווערס? די פלענעט ערד מיט אירע גלגלים? ממש נאר די פלאנעט אינטער די וואלקענעס? אדער די געגענט פון אזיע און מאסעפעטאניע הייסט וועלט און ערגעץ אנדערש איז אינו מן המידה?
וואס מיינט די ווערטער "ווי אלט". אויב ס'איז געווען א שטיק גאז, רעכנט מען די עידזש פון די גאז יארן אדער בריאה (פאר דיין קשיא) פאנגט זיך אן נאך די גרויסע ביג בענג וואס גאט פארציילט און די תורה? אויב ס'איז געווען גאז תוהו ובוהו פאר טויזענט ביליאן יאר און נאכדעם בערך זעקס טויזענט יאר צוריק האט גאט געמאכט סדר מיט די אור וחושך, וואסער ערד, וכו' איז עס גערעכנט פאר ווי אלט?
,ַ
,ַ
Re: ווי אלט איז די וועלט?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 12:01 pm
דורך צוזאמגעדרייט
לכאורה רעדט מען פונעם גאנצע בריא, דאס נעמט אריין אין זיך מקום וזמן, און פיזישע מאטריאל
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 12:25 pm
דורך אלע צוזאמען
גראדע איז יא דא א קלארע מדרש אז די ערשטע טעג ביז שבת זענען אנדערע סארט טעג, לענגערע טעג, אסאך לענגער, עס שטייט נישט פונקטליך, וואגנער גענוג צו קענען זאגען אז לויט אונזערע טעג שטייט שוין די וועלט מיליאנען יארען.[/quote]
קענסטו פליז צוצייכענען די מדרש?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 12:36 pm
דורך היסטאריע
אלע צוזאמען האט געשריבן:גראדע איז יא דא א קלארע מדרש אז די ערשטע טעג ביז שבת זענען אנדערע סארט טעג, לענגערע טעג, אסאך לענגער, עס שטייט נישט פונקטליך, וואגנער גענוג צו קענען זאגען אז לויט אונזערע טעג שטייט שוין די וועלט מיליאנען יארען.
קענסטו פליז צוצייכענען די מדרש?[/quote]
פאר די ריכטיגע פרייז
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 1:34 pm
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:די תורה מיינט נישט כפשיטו און עס איז נאר לשבר את האוזן, איז אויך בכלל נישט קיין בליץ, און עס איז דברים פשוטים
יא אדער נישט?
דאס אז די תורה איז אסאך מאל נישט כפשיטו, דאס איז אז דבר פשוט.
פארשטאנען?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 2:43 pm
דורך היסטאריע
עצי שטים האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:די תורה מיינט נישט כפשיטו און עס איז נאר לשבר את האוזן, איז אויך בכלל נישט קיין בליץ, און עס איז דברים פשוטים
יא אדער נישט?
דאס אז די תורה איז אסאך מאל נישט כפשיטו, דאס איז אז דבר פשוט.
פארשטאנען?
נישט אפילו א פאראדאקס?