טייוול'נישע טעראפיסטן

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
צוויבל קניפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

טייוול'נישע טעראפיסטן

שליחה דורך צוויבל קניפער »

איך וואוין אין איינער פון די געדעכט באוואוינטע אידישע געגנטן אין ניו יאָרק, און אזויווי אלעס אכשר דרא ספּעציעל בענין מענטל און עמאציאנעלע הילף, איז דא א וויכטיגע פוינט וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן, דאס אז אזויווי עס איז דא מלאכים בלבוש טעראפיסט פסיכאלאגן מחנכים וכדו' איז אויכעט דא מלאכי מוות, חיות רעות, נשמה עסער'ס וואס זעען א פעט ביינדל אין דעם אינדוסטריע און ווילן אויך נעמען זייער טייל אין דעם, אלזא דארף מען זייער אבאכט געבן אין וועמענ'ס הענט איר לייגט אריין אייער קינדער אָדער אייך אליינס ווייל א טעראפיסט קען אפטון מיט איין סעסיע מער וואס א פסיכאלאג קען אויפטון אין 10, אזויווי די באוואוסטע "דר" און "ראביי" פון מאנסי ר. פר.(פרעגט אין פרטי אויב נוגע) וואס איך אליינס ווייס פון מענטשן וואס זענען שוין כּמעט געווען בעולם שכולוַ טוב פון די מעדעצינען וואס ער האט געגעבן פאר אפאר פיאסטער ווען מען האט עס נישט געדארפט, אלזא, רבותי, טעראפיסטן זענען נישט קיין פערפעקט מלאכים, סך הכל זענען זיי מענטשן מיט די ריכטיגע טול (tool) צו פאררעכטן, א דריל קען ווערן געניצט צו אויפבויען אין פאררעכטן אבער א דריל איז אויכעט א טויט מאַשין אין די נישט ריכטיגע הענט, זייט פארזיכטיג!

Sent from my Pixel 6 Pro using Tapatalk
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: טייוול'נישע טעראפיסטן

שליחה דורך טאמבל סאס »

.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
צוויבל קניפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: טייוול'נישע טעראפיסטן

שליחה דורך צוויבל קניפער »

.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: טייוול'נישע טעראפיסטן

שליחה דורך טאמבל סאס »

.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

זייער א וויכטיגע נושא. יישר כח פאר’ן עפענען די שאכטל. טעראפי איז א מתנה וואס איז געגעבן געווארן פאר אונזער דור און עס ווערט כסדר בעסער און בעסער. הלואי וואלט עס שוין געווען פריער, אסאך מענטשן היינט וואלטן זיך ווייניגער געמוטשעט. אבער, ווי יעדע פעלד, איז עס אויסגעמישט פון גוטע און בעסערע און נאך בעסערע און די פארקערטע. אין ווייניג תחומים קען א שוואך געלערנטער מאכן א פונדעמענטאלע שאדן ווי אין עניני רפואה. אונז האב מיר טאקע גאנץ גוטע רעפערעל עידזשענסיס וואס פרובירן צו טון א גוטע דזשאב. אבער מען וועט שנעלער אננעמן וואס א קרוב/ה, שכן/ה זאגט אדער האט געטון ווי א רעפערעל עידזשענסי. חבל.

תכלית גערעדט. דער עולם דא וואס איז אויפגעוואקסן אין די פארמאכטע חסידישע וועלט און געווארן נאכדעם ברייטער און, סא קאלד, אויפגעקלערט האבן אלע עקספיריענסד טראומא טא סאם עקסטענד. יעדער איינער אויף זיין וועג אבער יעדער איז דאס דורך. און ביי טייל איז עס נאך עקטיוו טראומא. איש את רעהו יעזורו. ביטע שעירט אייער עקספיריענס וויאזוי איר האט געדיעלט מיט עס און וואס האט יא אדער נישט געהאלפן.
פארשפארט