בלאט 1 פון 2

א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 9:04 pm
דורך קהל'ס נער
אין די לעצטערע יארן איז געווארן א אויפוואכונג איבער מסרבי גט אדער גט ריפיוזער'ס בלע"ז, ס'נישטא קיין עכטע עצה דערצו, אמאל פרובירט מען מיט גוטן אמאל מיט שלעכטן, אבער צופיל פייניגן קען מען אויך נישט ווייל דערנאך קען עס זיין א גט מעושה.
איז מיר היינט איינגעפאלן א פשוטע עצה, כדלהלן,

רב וואזנער האט דאך גע'פסק'נט אז איינער מיט א סמארטפון איז פסול לעדות, מילא זאל מען צוריקגיין קוקן ווער די עדי קידושין זענען געווען, און אויב איינער פון זיי האט א סמארטפון האט די קידושין קיינמאל נישט חל געווען, און די פרוי איז מותר להינשא לשוק.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ס'איז נאר דא איין פראבלעם. איך האב דורכגענישטערט אין די אלע שו"ת ספרים פון הרב וואזנער זצוקללה"ה, און איך האב נישט געטראפן אז ער זאל פסק'נען אז איינער וואס האט א סמארטפאון איז פסול צו געבן צדקה, אדער אז מ'זאל נישט נעמען ביי איהם געלט. איך האב געטראפן תשובות אז איינער וואס האט א סמארטפאון איז נישט באגלייבט אויף כשרות, מ'טאר נישט עסן ביי איהם אין שטוב, אבער אז מ'טאר נישט נעמען געלט ביי איינעם וואס האט א סמארטפאון, אזא תשובה האביך נאכנישט געטראפן. אויך אז די עדי קידושין וועלכע פארמאגן א סמארטפאון (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) זענען פסול'ע עדים, און די קידושין זענען נישט תופס.

ס'נאר א שאד אז ביי די פרשה פון די לאנגער ממזרים וואס האטציך אפגעשפיעלט אין ארץ ישראל מיט ארום פערציג יאר צוריק און הרב שלמה גורן ז"ל האט געניצט א קאמפליצירטן, אבער אמת'ן, היתר, דורך מפקיע זיין די קידושין פון דעם ערשטן מאן. א שאד. ער וואלט געקענט נוצן דעם היתר פון קהל'ס נער, אדער רב וואזנער...!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 1:10 am
דורך יאסל ראקאווער
איך האב א בעסערע עצה. די רבנים קענען מפקיר זיין די מאנ'ס נכסים ועני חשוב כמת מילא איז זי שוין נישט קיין חתונה געהאטע פרוי.

ער איז פסול פאר עדות מיינט אזויווי מ'זאל זאגען אויף איינעם א עכטע גוי. קיינמאל נישט געווען א עכטע גוי וואס איז נישט א איד. בערך אזויווי סאטמאר רב האט געזאגט אויף איינעם אפיקורס אדער רבי משה פיינשטיין זאל זאגען אויף איינעם עם הארץ. סאיז א גוזמא צו זאגן ווי ווייניג ער איז כלפי א צווייטע איד וואס האט נישט א סמארטפאן.

פסולַ לעדות איז א אויסדריק ווי א בעל תפילה דארף זיין זקנו מגודל און א אתרוג מיט א בלאט פלעק. ס'איז א עדות מיט א פסול אבער נישט געניג צו פטרן די פרוי פון דארפן א גט.

גראדע רוב מענטשען וועלן ענדערש נישט געווען קיין עד קידושין א גאנץ לעבן ווי איידער אויפצוגעבן די עדיקשאן פון סמארט פאון.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 1:39 am
דורך דוד שריפטליך
דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 5:01 am
דורך [NAMELESS]
קהל'ס נער האט געשריבן:אין די לעצטערע יארן איז געווארען א אויפוואכונג איבער מסרבי גט אדער גט ריפיוזער'ס בלע"ז, ס'נישטא קיין עכטע עצה דערצו אמאל פרובירט מען מיט גיטן אמאל מיט שלעכטן, אבער ציפיל פייניגען קען מען אויך נישט ווייל דערנאך קען עס זיין א גט מעושה, איז מיך היינט איינגעפאלן א פשוטע עצה, כדלהלן, רב וואזנר האט דאך גע'פסק'נט אז איינער מיט א סמארטפון איז פסול לעדות, מילא זאל מען ציריק גיין קיקען ווער די עדי קידושין זענען געוועין און אויב איינער פון זיי האט א סמארטפון האט די קידושין קיינמאל נישט חל געווען, און די פרוי איז מותר להינשא לשוק.
נו פארדעם האמיר דאך אן אינטערנעט רבי, דארף מען אים פרעגן לכאורה נישט קיין שאלה, די קידושין איז אוודאי נישט חל והראיה אז אפי' לאחר מאה ועשרים גייט מען נישט זאגן קיין קדיש נאך זיי

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 8:01 am
דורך היסטאריע
מען דארף נעמען דער מסרב גט, מאכן פאר א גוי גמור זעלבסט, ממילא איז אויס קדושין. ער איז מן הסתם טאקע א גוי גמור. איי א גוי גמור איז געוועהנליך א איד? אבער זיין קדושין איז דאך נישט חל.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 8:03 am
דורך היסטאריע
דוד שריפטליך האט געשריבן:דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 8:41 am
דורך פערינא
היסטאריע האט געשריבן:
דוד שריפטליך האט געשריבן:דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
שאנטאזשירן די רבנים צו טרעפן היתירם האט בעסערע אויסזיכטן

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 8:53 am
דורך היסטאריע
פערינא האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דוד שריפטליך האט געשריבן:דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
שאנטאזשירן די רבנים צו טרעפן היתירם האט בעסערע אויסזיכטן
פאר רבנים איז גרינגער זיך אנצונעמען פאר דער מסרב גט.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 3:27 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:מען דארף נעמען דער מסרב גט, מאכן פאר א גוי גמור זעלבסט, ממילא איז אויס קדושין. ער איז מן הסתם טאקע א גוי גמור. איי א גוי גמור איז געוועהנליך א איד? אבער זיין קדושין איז דאך נישט חל.
אבער מ'קען ווייטער פשט'ל'ן. בשעת די קידושין איז ער דאך נישט געווען קיין מסרב גט. ממילא איז ער דאך נישט געווען קיין גוי. גמור או לא.ממילא איז דאך די קידושין חל געווען דעריבער דארף זיין ווייב א גט. מוז מען בעל כרחך אנקומען צו דעם היתר פון הרב קהל'ס נער. און הרב וואזנער זצוקללה"ה...!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 5:54 pm
דורך שמעקעדיג
היסטאריע האט געשריבן:
דוד שריפטליך האט געשריבן:דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
דאס האט מען שוין פרובירט, און די שלעגער זענען געווארן ארעסטירט.

איך האב די בעסטע עצה, עס וועט זיכער העלפן פאר לכה"פ 90% פעלער: די פרויען (און זייערע סופפארטערס) זאלן נישט פייניגן, באשמוצן, טעראריזירן זייערע מענער, זיי געבן יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און אלעס וועט זיין גוט בעז"ה. די מענער וועלן פלוצלינג ווערן אויס "רשעים".

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 5:58 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב דורכגענישטערט אין די אלע שו"ת ספרים פון הרב וואזנער זצוקללה"ה, און איך האב נישט געטראפן אז ער זאל פסק'נען
פשיהא רבותי, מיר האבן דא בתוכינו אן ערנסטן ת"ח! לאמיר זעהן אביסל רעספעקט פאר כבוד התורה!

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 6:19 pm
דורך berlbalaguleh
:D

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 1:52 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דוד שריפטליך האט געשריבן:דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
דאס האט מען שוין פרובירט, און די שלעגער זענען געווארן ארעסטירט.

איך האב די בעסטע עצה, עס וועט זיכער העלפן פאר לכה"פ 90% פעלער: די פרויען (און זייערע סופפארטערס) זאלן נישט פייניגן, באשמוצן, טעראריזירן זייערע מענער, זיי געבן יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און אלעס וועט זיין גוט בעז"ה. די מענער וועלן פלוצלינג ווערן אויס "רשעים".
ווייזט אויס אז דו ביסט נישט באקאנט מיט די 90% פעלער. די מציאות איז ביי 90% פון די פעלער: די פרויען פייניגן נישט, באשמוצן נישט, טעראריזירן נישט זייערע מענער, געבן זיי יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און די מענער זענען "רשעים", (ע"פ רוב אונטער די איינפלוס פון די פרידריך-שטערן-לעפקאוויטש קליקע) געבן נישט קיין "טשיילד סופארט", לאזן די פרוי אן עגונה אן קיין שום בארעכטיגונג, אפילו ווען עס איז נישטא קיין שום אויסזיכט אז מ'זאל זיך צוריק פאראייניגן.

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 2:36 am
דורך שמעקעדיג
אמת, איך בין טאקע נישט באקאנט מיט 90% אבער יא מיט א גרויסע פראצענט. איך בין אויך מודה צו דיר אז די קליקע הנ"ל טוט אסאך שאדן (הגם נישט אלץ), אבער אין זייער אסאך פעלער זענען די מענער נישט רשעים סתם אזוי, נאר ווען די ווייבער זענען רשע'נטעס. עס גייט עין תחת עין, רגל תחת רגל. דער פראבלעם איז נאר אז היינט איז א פעמיניסטישע וועלט און רוב מענטשן נעמען זיך אן פאר די "צעבראכענע" פרויען, און גלייבן נישט וואספארא שוידערליכע אביוזער'ס פרויען קענען זיין צו זייערע מענער.

די עיקר וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען, שוין נישט די ערשטע מאל, אז מען דארף זיין באלאנסירט, גענוי ווי אין יעדע נושא. נישט יעדע מאל א מאן גיבט נישט קיין גט איז ער א רשע (כאטש אפאר חברה דא אין שטיבל האלטן נישט ווי מיר...). מען דארף דן זיין יעדע קעיס באזונדער, און נישט יעדער מאן דהוא פון גאס קען אריינרעדן, כאטש זיי מיינען אז זיי ווייסן פונקטליך וואס עס גייט פאר.

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 12:07 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: קוק ווער ס'געט דיר אלץ לייקס (דערווייל). אז דו זאגסט א זאך וואס איז שווה לכל נפש. איז (כמעט) א יעדער צופרידן...!

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 12:55 pm
דורך מרדכי מרדכי
דוד שריפטליך האט געשריבן:דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
דאס נישט געבן קיין גיטין איז נישט קיין מהלך

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 2:02 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:אמת, איך בין טאקע נישט באקאנט מיט 90% אבער יא מיט א גרויסע פראצענט. איך בין אויך מודה צו דיר אז די קליקע הנ"ל טוט אסאך שאדן (הגם נישט אלץ), אבער אין זייער אסאך פעלער זענען די מענער נישט רשעים סתם אזוי, נאר ווען די ווייבער זענען רשע'נטעס. עס גייט עין תחת עין, רגל תחת רגל. דער פראבלעם איז נאר אז היינט איז א פעמיניסטישע וועלט און רוב מענטשן נעמען זיך אן פאר די "צעבראכענע" פרויען, און גלייבן נישט וואספארא שוידערליכע אביוזער'ס פרויען קענען זיין צו זייערע מענער.

די עיקר וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען, שוין נישט די ערשטע מאל, אז מען דארף זיין באלאנסירט, גענוי ווי אין יעדע נושא. נישט יעדע מאל א מאן גיבט נישט קיין גט איז ער א רשע (כאטש אפאר חברה דא אין שטיבל האלטן נישט ווי מיר...). מען דארף דן זיין יעדע קעיס באזונדער, און נישט יעדער מאן דהוא פון גאס קען אריינרעדן, כאטש זיי מיינען אז זיי ווייסן פונקטליך וואס עס גייט פאר.
דא האסטו א screenshot פון א טוענת לעניני גיטין (מן הסתם די איינציגסטע היימישע טוענת דא וואס קומט אפעציעל אין בי"ד. זי איז א פרוי, און געווענליך נעמט זי זיך אן פאר די פרויען רעכטן)

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 2:03 pm
דורך יין שרף
ועוד

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 3:37 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך האב געהערט א אינטערוויו מיט איר אויף א פאדקעסט
זי זאגט אז זי האט אסאך מענער קלייענטס

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 11:26 pm
דורך קידוש
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איך האב געהערט א אינטערוויו מיט איר אויף א פאדקעסט
זי זאגט אז זי האט אסאך מענער קלייענטס
ווי קען מען הערען די אינטערוויא / פאדקעסט?

Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:53 am
דורך שמעקעדיג
פורים קטן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
דוד שריפטליך האט געשריבן:דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך

גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
דאס האט מען שוין פרובירט, און די שלעגער זענען געווארן ארעסטירט.

איך האב די בעסטע עצה, עס וועט זיכער העלפן פאר לכה"פ 90% פעלער: די פרויען (און זייערע סופפארטערס) זאלן נישט פייניגן, באשמוצן, טעראריזירן זייערע מענער, זיי געבן יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און אלעס וועט זיין גוט בעז"ה. די מענער וועלן פלוצלינג ווערן אויס "רשעים".

ווייזט אויס אז דו ביסט נישט באקאנט מיט די 90% פעלער. די מציאות איז ביי 90% פון די פעלער: די פרויען פייניגן נישט, באשמוצן נישט, טעראריזירן נישט זייערע מענער, געבן זיי יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און די מענער זענען "רשעים", (ע"פ רוב אונטער די איינפלוס פון די פרידריך-שטערן-לעפקאוויטש קליקע) געבן נישט קיין "טשיילד סופארט", לאזן די פרוי אן עגונה אן קיין שום בארעכטיגונג, אפילו ווען עס איז נישטא קיין שום אויסזיכט אז מ'זאל זיך צוריק פאראייניגן.

איך ברענג ארויף דעם אלטן אשכול נאך קרוב צו 2 יאר וואס עס שלאפט שוין, פשוט אלס דברים העומדים על הפרק.
איך האב יעצט געהערט א קליפ פון הצדיק ר' יונתן שווארץ, ווי ער זאגט אז לויט זיין אינפארמאציע זענען 90% פון די פערענטל איליענעישאן פעלער מצד די פרוי!

די גאס דרייעט זיך איבער נאך די שוידערליכע מעשה וואס א יונג בחור'ל האט געטון נאך די מחלוקת פון די עלטערן, און הערנדיג צוביסלעך מער און מער וואס געוויסע פרויען טוען פאר זייערע מענער מיט איליענעישאן און בלבולים וכו' וכו'.

איך בין שוין ממש מיד געווארן פון שרייען דא אין שטיבל אז רוב פעלער פון "נישט געבן א גט" קען מען פארמיידן ווען מען מאכט א יושר'דיגע אגריעמענט און ביידע רעספעקטירן דעם צד השני. נישט וויבאלד מען מוז זיך ליידער גט'ן דארף מען זיך יעצט רצח'ענען ביי יעדע סטעפ-אף-די-וועי ווי מאנסטערס. אז מען גייט מיט יושר און רעספעקט, קומט מען אן פיל ווייטער און פיל געזונטער.

אמת, די פרידריך/לעפקאוויטש קליקע קומט זיך אויך גוטע רבי געלט, ווייל קיין איין עקסטריעם איז נישט ריכטיג, אזוי ווי איך טענה שוין לאנגע יארן. אבער דאס מיינט נישט אז די וואס נעמען זיך אלץ אן פאר די פרויען זענען יא גערעכט. זיי זענען גארנישט בעסער, אפשר גאר געמיינער.

ליידער ברענג איך מיר א ראי' פון אזא ביטערע מעשה. הלואי וואלט דאס נישט פאסירט. אבער השתא דאתית להכי, לאמיר הערן די וויי געשריי פון הונדערטער טאטעס וואס קענען נישט זעהן זייערע קינדער פאר לאנגע יארן, אן קיין שום סיבה! דאס איז א שרעקליכע פארברעכן און טאר נישט פאסירן בשום אופן שבעולם! עס איז גארנישט ווייניגער (אויב נישט נאך ערגער) ווי נישט געבן א גט פאר א ווייב, אזא קינד וואקסט נעבעך אויף צומישט און צע'מזיק'ט, קען קיינמאל נישט חתונה האבן נארמאל און האבן א פרייליך לעבן, זיין לעבן איז אים חרוב ונחרב, פיזיש און גייסטיש!

יעצט נאך די ביטערע פאסירונג קומט ארויס די דערשטיקטע וויי געשריי פון אזויפיל משפחות. די שערים האבן זיך פלוצים געעפנט, עס פליסט איין מעשה נאכ'ן צווייטן!! די קינדער ווערן באשיינפערליך חרוב דורך זייערע "מאמעס", ידי נשים (רחמניות?) בשלו ילדיהן, במלא מובן המלה!

ווער עס האט נאכנישט געהערט, זאל ביטע אויסהערן די אלע קליפס פון ר' יונתן זינט שבת. די הארץ קען צושפאלטן ווערן...
כ'וועל אויספירן מיט יונתנ'ס ווערטער: "אידן, וועקטס אייך אויף"!

Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:32 am
דורך סבא דבהתא
ווי קען מען הערן זיינע קליפס?