בלאט 1 פון 1

נייע סאטמארע מוסד אין לינדען

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 2:53 pm
דורך פרנס החודש
אויף קומענדיגעס יאר עפנט סאטמאר מהר״א א מוסד אין לינדען. דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר קהילת מהר״א וויבאלד עס גייט זיין די ערשטע שטאט ווי זיי האבן א מוסד אבער נישט מהרז״ל, ווידעראום אין לעיקוואד און בלומינגבורג איז כהיום נאר דא מוסדות מהר״יי. דאס וועט שטארק צו העלפן קהילת מהר״א אויך געזען צו ווערן אלס ״אויטענטישע סאטמאר״.

Re: נייע סאטמארע מוסד אין לינדען

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 2:54 pm
דורך פרנס החודש
IMG_0154.jpg

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 3:07 pm
דורך קרעפלעך
דאס קוקט ענדערש אויס ווי מהר''יי

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 4:11 pm
דורך [NAMELESS]
פרנס החודש האט געשריבן:אויף קומענדיגעס יאר עפנט סאטמאר מהר״א א מוסד אין לינדען. דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר קהילת מהר״א וויבאלד עס גייט זיין די ערשטע שטאט ווי זיי האבן א מוסד אבער נישט מהרז״ל, ווידעראום אין לעיקוואד און בלומינגבורג איז כהיום נאר דא מוסדות מהר״יי. דאס וועט שטארק צו העלפן קהילת מהר״א אויך געזען צו ווערן אלס ״אויטענטישע סאטמאר״.
איז שוין דא אנדערע מוסדות התורה אין לינדערן? איך מיין אז אויטענטישע סאטמאר ווערט מען נאר אויב מקען זאגן "אינז זעמיר געווען די ערשטע"

Re: נייע סאטמארע מוסד אין לינדען

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 4:20 pm
דורך פרנס החודש
ביזדערווייל איז נאכנישט דא קיין מוסד וואס פירט זיך מיט די יסודות פונעם רבין זכרונו לברכה

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 6:27 pm
דורך berlbalaguleh
קרעפלעך האט געשריבן:דאס קוקט ענדערש אויס ווי מהר''יי
ס'קוקט אויס. אבער ס'איז נישט...!

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 6:27 pm
דורך signout
פרנס החודש האט געשריבן:אויף קומענדיגעס יאר עפנט סאטמאר מהר״א א מוסד אין לינדען. דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר קהילת מהר״א וויבאלד עס גייט זיין די ערשטע שטאט ווי זיי האבן א מוסד אבער נישט מהרז״ל, ווידעראום אין לעיקוואד און בלומינגבורג איז כהיום נאר דא מוסדות מהר״יי. דאס וועט שטארק צו העלפן קהילת מהר״א אויך געזען צו ווערן אלס ״אויטענטישע סאטמאר״.
נערישע הגדרה, מהר''א איז טאקע נישט געזעהן אלס אויטענטישע סאטמאר ווייל ער האט נישט קיין חדר אין בלומינבורג....(גראדע אין מאנסי האט מהרז''ל אויך נישט קיין מוסד, די וואס מענטשן וואס ער האט דארט שיקן ביי מהרח''ש, תורך אמך, ליזענסק אדער אין יטב לב חדר)

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 6:30 pm
דורך berlbalaguleh
ייטב לב איז בני יואל...!

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 6:41 pm
דורך מיליאנער
א איבערוויגענדע מיאריטעט דארט איז ארוינים, מהר''א שטיפט שטארק זיינע חסידים וואס פרעגן אים, אהינצוגיין, די סאטמארע רב הרב סופר איז א חסיד מהר''א, און אברהם בראך - וואס האט אינוועסטמענטס אין די געגנט - האט זיך אריינגעלייגט אין גרינדן דעם מוסד.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 5:58 pm
דורך קלוגע יודל
אויטענטיש סאטמאר! א נייע דערהער

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 6:55 pm
דורך berlbalaguleh
קלוגע יודל: ארוינים, זאלונים, בני יאסל,בני רעבעצין, און בני יואל איז שוין (דערווייל) דא. יעצט קומט א נייע קאטעגאריע... אויטענטיש/אריגינאל סאטמאר...!

Re: נייע סאטמארע מוסד אין לינדען

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 7:31 pm
דורך פרנס החודש
איך מיין אז די אויטענטישע סאטמאר דארף צו רעדן אונגאריש, נישט יודיש[emoji21][emoji21][emoji21]