סדום ועמורה - עין רואה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 20, 2021 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

סדום ועמורה - עין רואה

שליחה דורך מאן »

"אה, א גוטן, שלום עליכם..."
מיין ברודער ענטפאנגט מיר מיט אזא הארציגער שלום-עליכם. איך בין נאר וואס אנגעקומען אויף א שבת צום רבי'ן שליט"א און ער וואונטשט מיר אן מיטן גרעסטן געשמאק, אז איך זאל הנאה האבן שבת און קונה זיין אלע גוטע השפעות טובות. נו, איך ענטפער אוודאי "אמן" אויף זיינע ברכות און איך האף אויך א געשמאקער רואיגער שבת. נאך וואס ער פרעגט מיר אויס וואו איך שטיי איין, און צי אלעס איז מיר באקוועם, לאדענט ער מיר איין אויף א טעלער טשאלנט צו זיך אין אפיס, צו כאפן א געשמאקער שמועס און לערנען א שטיקל אור-החיים הק' אויף די פרשה.

מיין ברודער איז נישט סתם א ברודער. קודם כל זענען מיר זייער נאנט, מיר רעדן כסדר טעלעפאניש, און מיר לערנען אמאל בחברותא דורכ'ן טעלפאן. אויסער דעם איז ער דער אדמיניסטראטאר פון בית-המדרש, ער האט אינזינען אלע טעכנישע חלקים פונעם הויף און מאכט זיכער אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב. מיר פילן זיך אן טעלערס טשאלנט פון שמש-שטיבל, שפאנען אריין אין אפיס פון מיין ברודער, און ער נעמט ארויס פון פרידזשידער א פיינע קאוק, און מיר הויבן אן שמועסן.

"וואס זאגסטו נישט צו דעם?" פרעגט מיר מיין ברודער, קוקנדיג אויפן קאמפיוטער, "איינער שערט זיך אפ אליין". ער ווייזט מיר אויפן קאמערע פון בית-המדרש, ווי אזוי עס שטייט איינער אין א מנינים צימער, מיט א שער מאשינדל און שערט זיך אליין אפ דעם קאפ...

"אינטערעסאנט, ווער איז דאס?" – ער גיבט א נאנטערע בליק, "אה, דאס איז דאך חאצקל, דער קריאזער יונגערמאן וואס דרייט זיך ביי די נעכט... אה".

איך גיב א קוק, טאקע אינטערעסאנט, שטייט א יונגערמאן אליין אין א ליידיגע מנינים צימער, שערט זיך אליין אפ דאס קאפ, בשעת ער חלומ'ט נישט אז אין אן אנדערן צימער זיצן יונגעלייט און האלטן זיך אונטער אויף זיין חשבון. יענער האט נעבעך געזוכט א באהאלטענער וואונקל און דערווייל... נו שוין.

"נו אקעי" ענדיגט מיין ברודער צו, פארמאכנדיג יענעם סקרין. עס באווייזן זיך פילע קלענערע קעסטעלעך, פון אלע קאמערעס פון בית-המדרש, יעדן קעסטל אן אנדערן צימער. "וואס איז דאס?", פרעג איך אויף אן אינטערעסאנטער קעסטל.

"אה, דאס?" – דא שלאפן די געסט וואס זענען געקומען אויף שבת. ער פארגרעסערט דעם קעסטל, מען זעט פילע מאטראצן אויסגעלייגט אינעם צימער. אט אין א וואונקל שלאפט ר' דוד בער מיטן בארד ארויף, אויף איין בעט זיצט א בחור און עסט קוגל פון א קאנטעינער און אויף א צווייטער בעט קראצט זיך איינער די פיס. איך באטראכט דעם צימער מיט וואונדער און איך פרעג מיין ברודער, "די אלע געסט וואס קומען צום רבי'ן, ווייסן אז יעדע טריט ווערט נאכגעקוקט? – ווייסן זיי אז ווען זיי גייען שלאפן, וועט מען קענען זען יעדע ריק וואס זיי געבן זיך, און פונקטליך ווען די דאכענע וועט אויפדעקן זייער פוס, צי ווען זיי וועלן א גרויסן געניץ געבן?"

"יעדער קען זען אז ס'איז דא דארט קעמערעס און יעדער פארשטייט אז קעמערעס זענען פארהאן אין יעדע קאמערשל בילדינג, און טאמער איינער וויל נישט, מוז ער נישט אריינקומען אין דער בילדינג."

"אה, וואס איז די מהומה וואס מען זעט דא?" ווייז איך אן אויף איינע פון די קעסטלעך.

"דאס איז דער שמש שטיבל" ענטפערט מיין ברודער, בשעת ער פארגרעסערט דעם סקרין. עס באווייזט זיך א בילד פאר אונזער אויגן, מען זעט נחום יעקב, דער פרייליכער אידל פון בית-המדרש, שטייט אין צענטער אנגעטון מיט א גרינער קרוין וואס דער שמש פארקויפט כנראה, ער שטייט און דרשנ'ט דארט מיט די הענט אין די הייעך אויף אלע זייטן, בשעת פילע אידן פארזאמלען זיך ארום און האלטן זיך ביי די זייטן פאר געלעכטער...

"דאס איז א בילד איינס אין די וועלט... דאס מוז מען אראפנעמען, מען טאר עס נישט לאזן פארלוירן גיין"

"נע, קוק אהער..." ווייזט מיר מיין ברודער אויף אן אנדערן קעסטל. דאס זענען די קעמערעס נעבן די ביה"כ. דארט זעט מען דעם באקאנטן ברוגז'דיגער גאטס פארזארגער וואס זוכט אויף די עבירות פון די קהילה און גיבט אכטונג אויף קדושת המקום וד"ל, ווי ער שטייט שוין א לאנגע צייט ביי די ביה"כ, גייט אראפ און ארויף, נאכקוקנדיג מיט פארדעכטיקע בליקן יעדן ווער עס קומט אריין און גייט ארויס פון דארט... "מעשיגע מעטארע" – דער האט נישט וואס צו טון אין די ליידיגע נאכמיטאג שעה'ען, נאר נאכצולויפן דאס מענטשהייט און כאפן די עבירות... נו, ער רעדט זיך איין אז ער מיינט דעם באשעפער, זאל זיין אזוי.

"ווי לאנג שטייט ער שוין דא אזוי"? פרעג איך מיין ברודער. "לאמיר צוריקגיין די קעמערעס"... "איין-און-א-האלב שעה... משוגענער!"

"זאג, דו כאפסט אמאל עבירות דא אויפן סקרין?"

"אוי יואוי... – מאכט זיך כסדר, געווענליך איז דאס בחור'לעך אבער אמאל איז דאס ערנסטע מעשיות און נאך א מזל אז עס איז פארהאן אזא זאך ווי קאמערעס. אמאל כאפט מען גניבות. די קאמערעס קומען גוט צונוץ".

איך בין ארויסגעקומען פון דארט זייער צומישט און גאנץ שבת האב איך געטראכט פון דעם. פון איין זייט פארשטיי איך די נחיצות הענין, ווי שטארק עס פעלט אויס און וויפיל מען קען אויפטון דערמיט. פון די אנדערע זייט בין איך ערשיטערט און ערשטוינט. צו ווייסן מענטשן וואס מען טוט מיט זיי ווען זיי גייען אריין אין א בית-המדרש? – ווייסן מענטשן אז יעדע מאל דו זעצט זיך אוועק צו א לחיים מיט א חבר, קען דאס באטראכט ווערן דורך אנדערע מענטשן, וויפיל גלעזעלעך דו האסט שוין געטרינקען, און מיט וועמען דו קאלעצטס די צייט? – צו ווייסן מענטשן אז ווען א טאטע זעצט זיך אוועק מיט א זוהן לערנען שבת נאכמיטאג, און אינמיטן גיבט ער אים א שארפן פסק פארן רעדן ביים ליינען, קען מען דאס זען און באטראכטן און דאס מיטטיילן מיט אנדערע? – כאפן מענטשן אז ווען דו זעצט זיך אראפ ביים שמש בענקל, גרייט זיך צו שערן, זיצן צוויי קהילה איינגעשטעלטע און באמערקן ווי אזוי דער ראש-הקהל פון בית-המדרש זיצט אן דעם קאפל, מיטן שווארצן שירצל, גרייט זיך צו שערן?

יא, איך ווייס דעם ענטפער. "עה, עס איז נישט ממש אזוי, קיינער קוקט נישט, מען נוצט עס נאר אויב עס מאכט זיך עפעס א פראבלעם, קוקט מען דעמאלס איבער די קעמערעס בלא בלא בלא..." – ס'איז קלאר נישט אמת, איך ווייס פון מער פון איין בית-המדרש, וואו מענטשן קוקן אויף דעם כסדר, מען דעבאטירט עס און מען באמערקט עס.

לאמיר אייך מסביר זיין וואס עס קומט פאר: אין יעדע גרויסע בילדינג אין אמעריקע זענען פארהאן קעמערעס אין יעדע וואונקל, אבער ביי אונז איז דאס עפעס אנדערש. ביי אונז קאלעצט מען אין ביהמ"ד, מען טרינקט לחיים, מען שערט זיך, מען שמועסט, מען לערנט, מען דאווענט, מען גייט אין מקוה, מען רייכערט, מען עסט, מען טוט דארט אלעס. ס'קאסט נישט קיין געלט אריינצוקומען און מען זיצט דארט א גאנצן טאג. אין די זעלבע צייט זענען די גבאים די זעלבע שטיפערס ווי די גאנצע עולם, מען דארף נישט האבן קיין לייסנס צו האבן צוטריט צו די קאמערעס, מען דארף גארנישט אונטערשרייבן דערפאר, ביזט קיינעם גארנישט מחויב און דו קענסט טון וואס דו ווילסט.

פארוואס דארף א גאסט, וואס קומט צום רבי'ן און שלאפט אין א צימער דארט, פארוואס דארף ער ווערן אויפגעכאפט און יעדע דריי זיינער אינמיטן נאכט, אדער ווען ער דערוועקט זיך אינדערפרי און שטעלט זיך אויף מלא קומתו בלויז מיט די אונטערשטע בגדים... זאל ווערן רעקארדירט, מיט א הויכע מעגליכקייט אז דאס זאל ווערן איבערגעקוקט, פארוואס רבונו-של-עולם?

נו, וועלן מענטשן זאגן, אז יעדער וואס קומט אריין אין בנין, ווייסט און פארשטייט אז ער ווערט אויפגעכאפט. אבער ס'איז נישט ריכטיג, ווייל מענטשן כאפן נישט ווי ווייט דאס גייט, וואס מען זעט אלס און אז מען זעט עס טאקע... נישט, אז מען קען עס זען אויב מען וויל... איך זאג אייך צו, אז ווען מען וואלט געוואוסט, וואלט מען נישט געגאנגען שלאפן אין אזא פלאץ.

און ס'איז נישט בלויז אין איין בית-המדרש. ס'איז לכאורה אין כמעט יעדער גרויסער בית-המדרש אין די וועלט. מיר האט דערציילט איינער וואס איז געווען איינגעשטעלט אין א גרויסער שוהל, אז ער פלעגט זיך עקלען פון די התנהגות, בשעת די גבאים האבן געהאט צוטריט דורך זייערע פאונס, צו די סקרינס אין ביהמ"ד, און יעדע מינוט פלעגט קומען א מעסעדזש, "קוק יעצט אויף סקרין נומ. 17..." – דארט האט מען געקענט זען א קאמישע סצענע... אדער "ר' פלוני אין א טיפער פארזינקענער שמועס מיט ר' אלמוני, בדברים העוסקים ברומו של עולם..." – אמאל איז דאס געווען צוויי קאנקערענצן, אדער צוויי שונאים וואס פראבירן זיך אויסגלייכן, אדער סתם אזוי צוויי אינטערעסאנטע מענטשן, ברידער, טאטע'ס מיט קינדער, זיידעס מיט אייניקלעך... סתם אינטערעסאנטע פערזאנען...

אזעלכע מעסעדזשעס זענען אנגעקומען יעדן טאג, מען האט זיך אונטערגעהאלטן מיט די מתפללי בית-המדרש, אויף יעדע קאמישע זאך וואס איינער האט געטאן. אויב איינער האט אמאל באשייגעצט א דיין אין ביהמ"ד, איז דאס גראד איבערגעגאנגען און יעדער האט דאס געקענט זען.

פון סברה אויס בין איך זיכער, אז גוטע געזונטע סצענעס זענען שוין אראפגענומען געווארן פון די סקרינס פון שוהל, ווערן אוועקגעלייגט על כל צרה שלא תבוא. (למשל דעם רבינ'ס זוהן, וואס אנדערע האלטן אן אויג אויף די רביס'טעווע... מען וועט ארויסנעמען די גוטע שטיקלעך בעת מצוא, ווען ס'וועט אויספעלן, אדער אנדערע גוטע סצענעס וואס מענטשן ווילן סתם אזוי אוועקלייגן...)

איז דאס נארמאל? – מעג דאס אזוי זיין?

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר