בלאט 1 פון 1

פארוואס פארלירט נישט די יוצא מן הכלל, מעמבערשיפ פונעם כלל?‎‎

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 11:10 pm
דורך קהל'ס נער
פארוואס פארלירט נישט די יוצא מן הכלל, מעמבערשיפ פונעם כלל?‎‎

א מין פארדרייטע קשיא דאס!
לאמיר מסביר'ן מיט א משל, ס'געוועהן א קעניג מיט א בן יחיד......
כלל=עסן ווערט פארשימלט.
יוצא מן הכלל=האניג ווערט נישט פארשימלט.

איז מיין שאלה אזוי, ווער זאגט אז האניג איז בעצם א עסן נאר עס איז א יוצא מן הכלל אז ס'קען נישט ווערן פארשימלט?
אפשר טאקע דאס אז ס'קען נישט ווערן פארשימלט, דאס ווייזט אז ס'איז נישט קיין עסן?

Re: פארוואס פארלירט נישט די יוצא מן הכלל, מעמבערשיפ פונעם כל

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 11:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וויאזוי ביסטו מגדיר עסן??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 11:43 pm
דורך לייבל שטילער
דאס איז בעצם די חילוק פון די צוויי סארטן יוצאי מן הכלל וואס מיר זאגן ביי די ברייתא דר' ישמעאל.
1)" דבר שהיה בהכלל ויצא מן בכלל ללמד לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא", דא רעדט זיך פון א כלל וואס פארלירט 'נישט' מעמבערשיפ און דאס איז צוליב דעם וואס די יציאת הכלל איז נישט קיין דבר החדש.
2) "דבר שהיה בכלל ויצא ללמד בדבר החדש אי אתה יכול להחזירו בפירוש וכו' ", רעדט זיך פון א כלל וואס פארלירט טאקע זיין מעמבערשיפ.
בנוגע דיין משל מיט האניג ווייס איך נישט פטנקטליך וואס דו ווילסט, אויב עסן מיינט עפעס וואס נערט די מענטש באופן לעיסה וכו', און ער פיט אריין אין די קאטערגאריע, וואס איז שייך נישט צו זיין עסן?

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 1:18 am
דורך תוהו ובוהו
ער פארלירט טאקע יא

כלל - אלע פלאנצונגען וואקסן
יוצא מן הכלל - וואטסעפפ וואקסט נישט

וואטסעפפ איז מער נישט אין כלל פון פלאנצונגען.

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 10:06 am
דורך מי אני
עס ווענדט זיך ווי אזוי מ׳דעפינירט ״כלל״ אין די ספעציפישע קאנטעקסט - צי אלס ״אלע״ צי אלס ״רוב (רובו)״. לדוגמא, אין די משל אויב וואלט מען עס אויסגעשטעלט אלס ״אלע״, דאן וואו:

לאז ע = עסן

לאז ש = ווערט עווענטועל פארשימעלט

איז די ארגומענט דידאָקטיוולי:

‏∀x[עx ← שx]
{מיינענדיג אז פאר אלע זאכן, אויב איז די זאך עסן דאן איז די זאך בע״כ עפעס וואס ווערט עווענטועל פארשימעלט}

דאן מוז דאך די קאנטרעפּאזיטיוו פון דעם זיין פונקט אזוי אמת. ועפ״י טרענספּאזישאן קומט דאס אויס צו:
‏~∃x[עx & ~שx]
{מיינענדיג עס עקזיסטירט נישט קיין זאך וואס די זאך איז סיי אן עסן און סיי עס ווערט נישט עווענטועל פארשימעלט}

אדער:
‏∀x[~שx ← ~עx]
{מיינענדיג אז פאר אלע זאכן, אויב ווערט די זאך נישט עווענטועל פארשימעלט דאן איז די זאך נישט עסן}

פשוט׳ער (אין סענטענשעל לאגיק אנע קוואנטיפייערס) קען מען דאס באטראכטן אז די טענה איז כזה:
ע ← ש
{מיינענדיג אויב איז דאס עסן דאן ווערט דאס עווענטועל פארשימעלט}

וממילא עפ״י טרענספּאזישאן צו איר קאנטרעפּאזיטיוו איז דאס:
~ש ← ~ע
{מיינענדיג אז אויב ווערט דאס נישט פארשימעלט איז עס נישט עסן}

אבער אונז האבן דאך א קאַוּנטער-עקזעמפּל, האניג, וואס איז נישט אזוי. דאס באדייט אז די הנחה וואס דו שטעלסט אראפ פירט צו אַן אומריכטיגע און אבסורד מסקנא: עס איז אבסורד צו זאגן אז האניג וואס נערט איז נישט קיין עסן.

איז די מערסטע וואס מ׳קען זאגן אין דעם איז אז די הנחה, די ״כלל״, איז מעיקרא אלס געווען א מער שוואכע(רע) אינדאקטיוו סארט טענה/הנחה און אלס א ״רוב״, ווי איידער אלס אַן ״אלע״.

ועכ״כ האט מען אזוי פארשטאנען די לויזערע הבנה פון הגדרת ״כלל״ אין די קאנטעקסט, אז מ׳האט שוין אויף דעם אליין געמאכט א ״כלל״; און די הבנה פון הגדרת ״כלל״ אין דעם קאנטעקסט קען טאקע ראטעווען פון א סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס דערין. והיינו:
עס איז דא א כלל, אז יעדעס כלל האט א יוצא מן הכלל.

דאס פירט אבער כידוע אריין אין צו א סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס, ווייל די יוצא מן הכלל פון אט דעם כלל איז א כלל וואס האט נישט קיין יוצא מן הכלל… מ׳האט דאך אבער געזאגט אז יעדעס כלל האט א יוצא מן הכלל. נאר אט דאס איז די כוונה: ״כלל״ אין דעם קאנטעקסט מיינט ״רוב״, מ׳מיינט נישט ״יעדעס״, און עס קען טאקע זיין איינס פון די פילצאליגע ״כללים״ וואס וועט פונקט יא באקראי מיינען ״אלע״ - אויף דעם אליין זאג איך נאר ״רוב״. אדער אז די ״כלל״ איבער יוצאי מן הכלל מיינט יא ״אלע״, אבער די ״כללים״ וואס זי רעדט איבער מיינען ״רוב״ (ואולי באנו בזה צו א פראבלעם אינעם געזעץ פון אידענטיטעט).

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 12:32 pm
דורך מרדכי מרדכי
קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס פארלירט נישט די יוצא מן הכלל, מעמבערשיפ פונעם כלל?‎‎

א מין פארדרייטע קשיא דאס!
לאמיר מסביר'ן מיט א משל, ס'געוועהן א קעניג מיט א בן יחיד......
כלל=עסן ווערט פארשימלט.
יוצא מן הכלל=האניג ווערט נישט פארשימלט.

איז מיין שאלה אזוי, ווער זאגט אז האניג איז בעצם א עסן נאר עס איז א יוצא מן הכלל אז ס'קען נישט ווערן פארשימלט?
אפשר טאקע דאס אז ס'קען נישט ווערן פארשימלט, דאס ווייזט אז ס'איז נישט קיין עסן?
אוודאי פארלירט עס אבער דיין דוגמא איז נישט קיין גוטע
אזוי ווי אין איינע פון די אשכולות האט עמעצער געפרעגט וועגן די ספיד

מיך באדערט אן אנדערע קשיא פארוואס ווען עפעס שטימט נישט מיט די גימטריא לייגט מען צי די כולל נאר צי איין זייט

פארוואס פאר יום כיפור דערמאנט מען נישט אז דאס איז נאר די צווייטע גרעסטע טאג אין יאר נאך פורים פארשטייטצאך ווייל יום הכיפורים איז דאך נאר כ'פורים

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2022 12:58 pm
דורך היסטאריע
קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס פארלירט נישט די יוצא מן הכלל, מעמבערשיפ פונעם כלל?‎‎

א מין פארדרייטע קשיא דאס!
לאמיר מסביר'ן מיט א משל, ס'געוועהן א קעניג מיט א בן יחיד......
כלל=עסן ווערט פארשימלט.
יוצא מן הכלל=האניג ווערט נישט פארשימלט.

איז מיין שאלה אזוי, ווער זאגט אז האניג איז בעצם א עסן נאר עס איז א יוצא מן הכלל אז ס'קען נישט ווערן פארשימלט?
אפשר טאקע דאס אז ס'קען נישט ווערן פארשימלט, דאס ווייזט אז ס'איז נישט קיין עסן?
דיר באדערט אז כאטש קהל'ס נער זאגט צומאל דברי חכמה, דאך בלייבט ער קהל'ס נער.