בלאט 1 פון 1

מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו "לך לך"

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 1:34 am
דורך דוד שריפטליך
היינט איז מענדל ראטה פון ארץ הקודש ארויס מיט א נייע סינגל/מוזיק ווידאו לך לך מבית אביך וואס רעדט זיך פון א בחור וואס האט געדארפט אוועק וואנדערן פון שטוב נאכן פארשיקט ווערן דורך זיין טאטע ווייל ער איז אביסל אנדערש פון זיין משפחה......
אזוי וואנדערנדיג טרעפט אים אן א מפיץ וואס גיבט א ספר וואס איז מסביר וויאזוי מען קען זיך דערהאלטן אין שווערע מצבים. ווייטער וואנדערנדיג אין וואלד מיט די גיטאר אויף די פלייצע קומט ער צו א יידישע פעסטיוואל וואו מען איז זיך מחזק יעדער איינער מיט זיין נקודה אין עבודת השם.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 4:05 am
דורך טאמבל סאס
נייס! ער קומט אריין שטארק.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 9:39 am
דורך דוד שריפטליך
טאמבל סאס האט געשריבן:נייס! ער קומט אריין שטארק.
ווער?

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 10:25 am
דורך היסטאריע
שוין

האט מען אויסגעמעקט מיין תגובה מיט דער לינק, און דא איז עס אויך נישט

שריפטליך, דו ביסט דער נייער מנהל?

Re: מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו "לך לך"

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 10:27 am
דורך טאמבל סאס
דוד שריפטליך האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:נייס! ער קומט אריין שטארק.
ווער?
לך ולו

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 1:07 pm
דורך סבא דבהתא
דוד שריפטליך האט געשריבן:היינט איז מענדל ראטה פון ארץ הקודש ארויס מיט א נייע סינגל/מוזיק ווידאו לך לך מבית אביך וואס רעדט זיך פון א בחור וואס האט געדארפט אוועק וואנדערן פון שטוב נאכן פארשיקט ווערן דורך זיין טאטע ווייל ער איז אביסל אנדערש פון זיין משפחה......
אזוי וואנדערנדיג טרעפט אים אן א מפיץ וואס גיבט א ספר וואס איז מסביר וויאזוי מען קען זיך דערהאלטן אין שווערע מצבים. ווייטער וואנדערנדיג אין וואלד מיט די גיטאר אויף די פלייצע קומט ער צו א יידישע פעסטיוואל וואו מען איז זיך מחזק יעדער איינער מיט זיין נקודה אין עבודת השם.
ער גייט אין א סדר קודם איז דא ליבע דערנאך איז מען פארשיקט פונדערהיים לאמיר נאר ווארטן ביז סוועט זיין תולדת און דערנאך משפטים ....

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 1:11 pm
דורך יאסל ראקאווער
ווען מ'גייט אוועק גייט מען צוריק וועגס. שוין געווען משפטים. מ'לויפט אוועק פון די משפט און מ'גייט גלייך צו די תורה און ווען מען internalized עס איז עס די גאולה. פארשטייט זיך די יסורים בלייבט פאר אייביג.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 1:18 pm
דורך סבא דבהתא
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ווען מ'גייט אוועק גייט מען צוריק וועגס. שוין געווען משפטים. מ'לויפט אוועק פון די משפט און מ'גייט גלייך צו די תורה און ווען מען internalized עס איז עס די גאולה. פארשטייט זיך די יסורים בלייבט פאר אייביג.
משפטים האב איך געמיינט טשיילד סאפארט/וויזיטינג רייטס קעיסעס

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 3:01 pm
דורך טאמבל סאס
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
די נייע ניגון פון מענדל ראטה איז הערליך שיין. נישטא וואס צו קריטיקירן. ער האט אנגעכאפט א ווייטאגליכע נושא און ער האט עס אזוי שיין ארויסגעברענגט אויף א ווידעא מיט גוטע אקטיארן. די געפיל ווערט געלופטערט דורך די סטרונעס פונעם ניגון און דורך די אויסדרוקן פון די אקטיארנס געזיכטער. כ׳האב נישט פונקט פארשטאנען וואו דער פעסטיוואל קומט אריין.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 6:14 pm
דורך עולם הזה
לֶךְ-לְךָ

געקומען ווי א שטורעם א שווערע וועג
פינסטערע נעכט און שווערע טעג
ארויס פון טאטי'ס שטוב
ער זאגט ער האט דיך נישט ליב
און דיין הארץ עס בעהט און בעהט איך וויל אהיים

שפעט באנייכט צושאסען צו'מזיק'ט
מיטן רבין'ס תורות די ביסט זיך מחזק
ווי שלאף איך היינט ווייס איך נישט
מיין קאפ אזוי צומישט
און א קול פון הימל רעדט צו דיך מיט חן

לך לך מיין קינד מיין שלמה'לע
די פלאנצט יעצט אויף דיין אייגן בוימעלע
זאלסט וויסן מיין קינד
די שיינסט יעצט אויף אצינד
דיין לעכטל וועט נאך שיינען די גאנצע וועלט

לך לך מיין קינד מיין לעכטיגקייט
דיין גרויסע גאט האנט ביי האנט מיט דיך ער גייט
מיט ליבשאפט אן א שיעור
טראכט ער פון דיר
דאס וועג צו דיין הצלחה פאר דיך יעצט ער שטעלט

לך לך מבית אביך אל הארץ. ווי די גייסט גייסטו צו מיין לאנד
אפילו ווען די כאפסט נאך א זעץ און נאך א זעץ
ווי די פאלסט פאלסטו אין מיין האנט
לך לך מבית אביך אל הארץ. ווי די גייסט גייסטו צו מיין לאנד
והשיב לב אבות על בנים קומען וועט א טאג
און די וועסט נאך ווערן אויפגעשיינט

טייער טאטע לאמיר צו דיר שמועסן
איך ווייס אז פיל טרערן די טוסט גיסן
א דורכגאנג אזוי שווער, א טרער נאך א טרער
אבער איין זאך טוסטו נישט וויסן

א קינד טאר מען נישט ווארפן פונדערהיים
אפילו ווען עס שאקעלט זיך זיין ביים
ער זוכט זיין אייגן וועג, אמאל דויערט עס לאנגע טעג
א ברכה מיט ליבשאפט וואונטש איהם די אליין

...

לך לך אל בית אביך אל הארץ. שלמה קום צוריק צו אונזער האנט
אפילו ביסט אביסל אנדערש דאך ביסטו געשעצט
און ביי אונזער הארץ ביסטו באקאנט
לך לך אל בית אביך אל הארץ. דיין טאטי מאמי ווארטן אויף דיך היינט
והשיב לב אבות על בנים עס קומען שוין די טעג
ווי די וועסט שוין ווערן אויפגעשיינט.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 10:40 pm
דורך דוד שריפטליך
היסטאריע האט געשריבן:שוין

האט מען אויסגעמעקט מיין תגובה מיט דער לינק, און דא איז עס אויך נישט

שריפטליך, דו ביסט דער נייער מנהל?
ניין איך בין נישט מנהל און איך מעק אויך נישט אויס תגובות

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2022 1:49 pm
דורך Nanach
Wow wow wow

איך זעה גוט, די הויפט עקטער איז נתן פוקס? ווען איז אים געוואקסן זיינע שיינע לאנגע האר?
מענדל האט געמאכט א גוטע טשויס, נתי איז א צדיק פון א בחור.

דרך אגב נאר פאר מיך האט די ניגון צוטרייסעלט?! הערליך שיין. איך מיין אז אויף אזא ניגון קען מען זאגן, אז דאס איז די ניגון פונעם יאר.

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2022 2:29 pm
דורך לך לך
הערליךע ניגון!! (מיין ניק איז א נוגע בדבר :D
נאר א שאד אז נתי פוקס זינגט נישט

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2022 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין מרוגש פון די קאמענטארן אויף יוטוב... איי וויפיל צעבראכענע נשמות טוען זיך אידענטיפיצירן דערמיט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 8:37 am
דורך חדשים
עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו הערן די ניגון געשפילט אין איינע פון די גראסערי’ס אין קרית יואל...