וועלכע אידישע באפעלקערונג איז גרעסער? ב.פ. אדער מאנסי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20297
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 26062 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15588 מאל
קאנטאקט:

וועלכע אידישע באפעלקערונג איז גרעסער? ב.פ. אדער מאנסי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

וועלכער פון די 2 (אפשר) גרעסטע אידישע ישובים איז גרעסער? איך מיין נישט אין שטח. ווייל אין שטח איז מאנסי לכה"פ צען מאל גרעסער ווי בארא פארק. איך רעד אין באפעלקערונג. וועלכע יישוב האט א גרעסערע אידישע באפעלקערונג, בליעה"ר? איין זאך האביך (זיכער) באמערקט, אז אין מאנסי זענען דא א סאך מער (פראפארציאנעל) חסיד'ישע שטובער ווי אין ב.פ. מ'זעהט בליעה"ר א סאך יונגעלייט מיט שווארצע זאקן און רביצינ'ס מיט שפיצלעך, און דעם מער טראדיציאנאלן לבוש אויפ'ן קאפ פון די פרויען. איך ווייס נישט די אלע שמות הנרדפים פון פון די מיני קאפ-טיכלעך וואס זענען געקומען נאך די טורבאנס. אין בארא פארק זעהט מען כמעט נישט קיין חסיד'ישע פרויען וועלכע גייען נאך מיט טורבאנס, משא"כ אין מאנסי איז עס זייער א פארשפרייטטער לבוש ביי חסיד'ישע אידן (מ'רעדט נישט פון אמעריקאנער אדער ליטווישע תושבים אין מאנסי).

ווער ס'האט עפעס קראנטע אינפארמאציע און סטאטיסטיקס ווערט געבעטן אריינצוקומען. ויישר כח למפרע.

נ.ב.: ווען איך רעד פון מאנסי מיין איך נישט דווקא די רעגירונגס גרעניצן וועלכע הייסן מאנסי, נאר אויך ספרינג וועלי, ראמאפאו און וועסלי היללס. איך רעד נישט פון עירמאנט אדער פאמאנא, וועלכע זענען סמוך ונראה צו מאנסי, אבער נישט א טייל פון די שטאט מאנסי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר