על שמועות לא טובות מברך. ליידער פארן ארום שמועות איבער א מעשה שלא היה, ווי איר זענט באשולדיגט געווארן מיטן ערגסטן. וויל איך שרייבן אפאר ווערטער, אייך מעורר זיין אויף א דבר הצריך תיקון.
הרב קרישבסקי, ווי דער מנהג איז נאך א טראגעדיע, ווען עס איז נאך מתו מוטל לפניו, ווען די צער איז אויפן העכסטן, ווען מען איז נאך שרוי בצער, טוהן די רבנים מעורר זיין כלל ישראל און קומען אויף מיטן למה עשה השם ככה. אודאי זענט איר א איד בחזקת כשרות, און מען טאר נישט גלייבן די שמועות, אדער ווי מען זאגט אויף ענגליש, אינעסאנט ענטיל פראווען גילטי. איך גלייב אז איר זענט פון די מי שחושדים ואין בו. אבער אז עס איז ארויסגעקומען אזא חילול השם, דארפן מיר אריינטראכטן פארוואס עס איז געקומען. ובמקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב.
אז מען האט אפענע אויגן און מען לערנט אפ אייער מעשה, קען מען זעהן בחוש וואס מען פארלאנגט פון אייך פון הימל.
לאמיר דאס אביסל צולייגן:
אייער ווערסיע איז אז איר האט זיך געטראפן אין א באל פארק פון א גוי'אישע הויך שולע, און איר האט געזוכט א טעקסי. זענט איר צוגעגאנגען צו א 16 יעריגע גוי'איש מיידל און געזאגט, "ווי קען איך באקומען א טעקסי, איך וועל באצאלן דערפאר." דער מיידל האט פארשטאנען אז איר זאגט, "ווי קען איך באקומען ס/עקסי, איך וועל באצאלן דערפאר."
דער מיספארשטענדעניש האט גורם געווען אייער צער און עגמת נפש, אבער דאס האט אויך גורם געווען א גרויסער חילול השם, ווען דער קול איז ארויס אז א איד א צדיק, א משפיע, האט ליידער פראבירט עובר צו זיין אויף איינע פון די שלש עבירות.
לאמיך אייך דערציילן ווי אזוי איך, א איד מיט א סמארטפאון — אדער כלי, ווי אזוי איר רופט עס — באקום א טעקסי ווען איך דארף איינס:
1) צום אלעם ערשט עפען איך אויף מיין כלי און דרוק א קנעפל וואס פירט מיר צו אובער. אובער איז א קאמפעני וואס שיקט א טעקסי מיט איין דרוק אויפן קנעפל.
2) אויב אובער איז נישט אוועלעבאל, דרוק איך א קנעפל וואס פירט מיך צו גוגל. אויף גוגל שרייב איך אריין, "נומבער פאר טעקסי אין מאנטיסעלא." אויפן מינוט, שפייט גוגל אויס נומערן שונים פון טעקסיס אין מאנטיסעלא. ממש נפלאות הבורא.
3) אויב גוגל קען פאר סיי וועלכע סיבה נישט טרעפן א נומער, שיק איך א וואטסעפפ מעסעדזש פאר מיין ווייב אז זי זאל אויפקוקן אינעם טעלעפאן בוק א נומער.
4) אויב מיין ווייב איז נישט אינדערהיים, לייג איך ארויף אויף מיינע וואטסעפפ גרופעס און וואטסעפפ סטעטוס אז איך זיך א טעקסי. עס נעמט נישט מינוטן ביז אידן גומלי חסדים שיקן נומערן פון טעקסיס. אין א גוטן טאג, וועט א חבר מיר זאגן אז ער איז פונקט אין איחוד קאנטרי און ער וועט מיך אויפפיקן.
ווי איר זעהט, אין די אלע סטעפס איז נישט נכלל דער אפציע פון רעדן מיט א גוי'איש מיידל. אלעס ווערט מסודר מיטן רעדן מיט אחינו בני ישראל, רחמים בני רחמים, אויפן כלי. מיין כלי היט מיך אפ פון אלעם בייזן ברוחניות ובגשמיות!
איר האט נישט דעם כלי. פארקערט גאר, ווי איך פארשטיי, האקט איר אויף דעם כלי יומם ולילה. מיט אייער כשר'ן טעלעפאן, האט איר נישט געקענט טוהן וואס איך טוה. דאס האט ליידער געפירט אז איר האט געדארפט רעדן מיט א גוי'איש מיידל, און דער חילול השם איום ונורא וואס איז ארויס געקומען דערפון.
חז"ל זאגן אונז אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם. איר זענט טאקע א שוגג, מען האט אייך נישט פארשטאנען, אבער א שוגג ווען עס קומט צו חילול השם איז זייער, זייער הארב.
די וועלט דערציילט אז הרה"ק רבי מענדעלע מרימנוב זי"ע האט זיך אפגעהאלטן פון עסן קעז. איינמאל איז ער קראנק געווארן און געליגן על ערש דווי. איז ער געפארן צום הייליגען חוזה פון לובלין זי"ע פאר א ברכה. האט אים דער חוזה געזאגט, "אזוי ווי איר האלט אייך אפ פון עסן קעז, האט דער קעז מקטרג געווען אויף אייך אין הימל, היתכן איר באנוצט זיך נישט מיט איינע פון די זאכן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן. פארדעם זענט איר קראנק געווארן. הייבט אן צו עסן קעז און איר וועט האבן א רפואה שלימה." וכך הוה.
וואס דער מעשה לערנט אונז איז, אז א בריאה פונעם אייבערשטן טאר מען נישט אוועקמאכן. עס איז א סכנה זיך אפצוהאלטן פון נוצן די כלים וואס דער רבונו של עולם שיקט אונז. אויב האט דער אייבערשטער באשאפן א סמארטפאון און איר האקט דערויף, איז עס א סכנה. עס זעהט אויס אז דער סמארטפאון האט מקטרג געווען אויף אייך, און דערפאר האט מען פון הימל געשיקט דעם מיידל.
איך וואלט געזאגט אז אייער תשובת המשקל זאל זיין צוריקצוציען פון אייערע שארפע ווערטער אנטקעגן דעם סמארטפאון און די אידן וואס נוצן עס. פארקערט גאר, ווי איר איבערצייגט זיך אליין, ראטעוועט דער סמארטפאון אידן פון רעדן מיט גוי'אישע מיידלעך און פארמיידט חילול השם!
אין דעם זכות פון מודה ועוזב, זאל זיין ירוחם. דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך און עס זאל אויפגעוויזן ווערן אייער אומשילד לעיני השמש. ויתגדל ויתקדש שמיה רבא בעלמא. אמן
ווי עס שרייבט א איד וואס ווערט ניצל פון חילול השם דורך זיין סמארטפאון