בלאט 1 פון 2
וויאזוי וואלט סאטמאר רב זצ"ל געהענדעלט דעם אינטערנעט פראבלעם
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:55 pm
דורך אבי גערעדט
עס איז תשי"ג, כלל ישראל איז נאך אלס צושאקעלט פון די שרעקליכע האלאקאוסט, די רבנים זענען פארנומען להעמיד הדת על תולה, סאטמאר רב איז פארנומען מיט די מערכה אקעגן טעלעוויזיע וכו.
איין טאג הערט מען קלאנגען, אז עס קומט ארויס אזא כלי וואס מ'וועט קענען מיט אפאר קנעפלעך זיין פארבינדן מיט אלס אין אלעם, עס הייסט אינטערנעט, און טאקע זי באשיינט די וועלט.
נאך פאר וואס ווי ווען קומט ארויס דער בלעקבערי, אין ווען מ'וויל אנהויבן פארפירן קומט שוין ארויס דער איי פאון אין ענדרויד.
אקיצור, סאטמאר רב זצ"ל דארף זיך ספראווען מיט דעם נייעם אנשיקעניש, פארשטייט זיך אז דער עולם איז שוין אדיקטעט דערצו אין מ'טאפט א וואנט.
וויאזוי האלט איר וואלט סאטמאר רב בשעתו געהאנדלט איבער דעם??
נ.ב ביטע מאכט זיכער אז דער אשכול קומט נישט אן אין צימעס
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:11 pm
דורך זר זהב
אולי קען מען זאגן אז ווען ס'נאך געווען אזעלכע הייליגע אידן אויף דער וועלט האט נישט געקענט אראפקומען אזא טומאה אויף דער וועלט ווי אינטערנעט?
לפי"ז איז נישט שייך צו ענטפערן אויף דיין פראגע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:13 pm
דורך פאזעטיוו
זר זהב האט געשריבן:אולי קען מען זאגן אז ווען ס'נאך געווען אזעלכע הייליגע אידן אויף דער וועלט האט נישט געקענט אראפקומען אזא טומאה אויף דער וועלט ווי אינטערנעט?
לפי"ז איז נישט שייך צו ענטפערן אויף דיין פראגע.
אולי קען מען זאגן אז די טעלעווישן וואס איז ארויס געקומן בדורו איז אויך נישט געווען מער ווי א אויג פארבלענדעניש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:46 pm
דורך נולד מאוחר
סא באלד גייט מען שרייען אויף די גאסן שייגעץ , ווייל די רבי וואלט ווען אזוי און אזוי געהאלטן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:06 pm
דורך אבי גערעדט
אבי גערעדט האט געשריבן:
נ.ב ביטע מאכט זיכער אז דער אשכול קומט נישט אן אין צימעס
איז טאקע נישט שייך צו האלטן א אשכול אויף די רעלסן?
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:11 pm
דורך מורינו הרב
אבי גערעדט האט געשריבן:אבי גערעדט האט געשריבן:
נ.ב ביטע מאכט זיכער אז דער אשכול קומט נישט אן אין צימעס
איז טאקע נישט שייך צו האלטן א אשכול אויף די רעלסן?
דאס הייסט געברענט פאר אידישקייט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:43 am
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:אולי קען מען זאגן אז ווען ס'נאך געווען אזעלכע הייליגע אידן אויף דער וועלט האט נישט געקענט אראפקומען אזא טומאה אויף דער וועלט ווי אינטערנעט?
לפי"ז איז נישט שייך צו ענטפערן אויף דיין פראגע.
Its not maybe its 100% for sure the sooten waited for all these "heilege yeedn to leave this world & only then came the REAL stuff !!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:28 am
דורך שמעקעדיג
איך גיב גערעכט פאר "געשלאגן". דאס איז א נסיון הדור, פון די שווערסטע נסיונות וואס איז נאר אמאל געווען, און מיר זענען געבליבן מיט שוואכע כוחות עס צו פייטן.
דאס זענען אלעס סימנים פון די גאולה, ווי חז"ל זאגן שוין אז פאר ביאת המשיח איז "אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים".
מ'האבן מיר מער נישט די אמאליגע כוחות וועלכע האבן אראפגעברענגט א רוח קדושה אויף דער וועלט, און אביסל באלאנצירט דעם כח הבחירה.
איך קען נישט טראכטן ווי אזוי דער סאטמאר רבי וואלט געהענדלט דעם פראבלעם.
פון איין זייט טראכט איך אז ער וואלט ארויס דערקעגן בחרב ובחנות,
מצד השני איז ער געווען פראקטיש און געוואוסט ווי איין און ווי אויס, און ער וואלט מסתמא געטון בערך וואס מען טוט היינט, מיט אלע סארטן פילטערס.
העטעך פעטעך.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:38 am
דורך מורינו הרב
דער סאטמארער רב איז געווען א קלוגער מנהיג. עס איז גאנץ מעגליך אז ער וואלט געטראפן עפעס א לעזונג דערויף.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:38 am
דורך real jew
ער וואלט זיך שנעל ציגעכאפט אין געלייגט די איד וכד' אויפן אינטערנעט אין געמאכט זיכער אז די היימישער עולם איז פארנימען מיט די היימישער וועב אין האט נישט קיין צייט די גיין אויף קאווע שטיבל....
נ.ב ער האט געעפענט מיידל שולעס, צייטונגען, כוללים אפילו ער האט נישט געהאלטן דערפין ווייל ער האט פארשטנען אז ס'וועט ס'וואו זיין אן איהם צי מיט איהם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:57 am
דורך דבילה
אויב איז דער סאטמאר רב'ס שיטה אזוי פרעדיקטעבעל דאן וואס איז די חשיבות דערפין?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
אז ער האט געטון און אויפגעטאן, בשעת אנדערע האבן געהויבן הענט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:45 pm
דורך בן תמליון
באקאנט ווען עס איז געווען די אסיפה וועגן טעלעוויזשן האבן קאשוי און קראסנע רבנים געשריגן אז מ'זאל אויך אריינשרייבן אינעם איסור ראדיא און גוישע צייטונגען האט ר' יואליש געזאגט לא מיט אן אלף, ער האט געזאגט אז אויב שטעלט איר דאס צוזאם וועט דער איסור אויף טעלעוויזשן האבן די זעלבע פנים ווי דער איסור אויף ראדיא. למעשה איז ער געווען גאר קלוג גערעכט טעלעוויזשן איז געווארן אסור ווי חזיר און דער סאטמאר עולם האט געהערט ראדיא וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען. מען קען נאר שפעקולירן אז ר' יואליש וואלט באגריפן דעם טיפקייט אז אינטערנעט איז א פאקט וואז איז נישט שייך צו אסר'ן ער וואלט בחכמתו עפעס אויפגעקומען. די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
הונדערט פראצענט!
מי יגלה עפר של רבינו יואל, ער זאל צוקוקן אויף די איסורים קונמות וחרמות פון די דיזשיטעל קעמרעס און די מערכות אויף KDC... ער וואלט זיך איבערגעדרייט אין קבר פאר צער צוקוקנדיג וואספארא קטני-מח פירן די מערכות און זיי פארטרעטן כלל ישראל...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:56 pm
דורך באמת
בן תמליון האט געשריבן: די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.
אזוי ווי בשעתן כינס האט מען גמאכט א מיני כינס אין קאנטנענטל אקעגן די שטערן אין מען האט לעבן די צעטליך פין כינס גהאנגען ינע צעטליך מיט די זעלבע שארפע לשונת
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:56 pm
דורך דבילה
שמעקעדיג האט געשריבן:הונדערט פראצענט!
מי יגלה עפר של רבינו יואל, ער זאל צוקוקן אויף די איסורים קונמות וחרמות פון די דיזשיטעל קעמרעס און די מערכות אויף KDC... ער וואלט זיך איבערגעדרייט אין קבר פאר צער צוקוקנדיג וואספארא קטני-מח פירן די מערכות און זיי פארטרעטן כלל ישראל...
ער וואלט זיך ליבערשט איבערגעקערט פאר צער קוקענדיק וואס קומט ארויס פון אויפשטעלן א רעזשים פון איסורים, קונמות, חרמות, און מערכות!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:59 pm
דורך באמת
שמעקעדיג האט געשריבן:הונדערט פראצענט!
מי יגלה עפר של רבינו יואל, ער זאל צוקוקן אויף די איסורים קונמות וחרמות פון די דיזשיטעל קעמרעס און די מערכות אויף KDC... ער וואלט זיך איבערגעדרייט אין קבר פאר צער צוקוקנדיג וואספארא קטני-מח פירן די מערכות און זיי פארטרעטן כלל ישראל...
אבער ב'ה אינז דא מאכן אים א נחת ריח
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
באמת - דו האסט מיר "באמת" געמאכט לאכן!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:30 pm
דורך zurich
בן תמליון האט געשריבן:באקאנט ווען עס איז געווען די אסיפה וועגן טעלעוויזשן האבן קאשוי און קראסנע רבנים געשריגן אז מ'זאל אויך אריינשרייבן אינעם איסור ראדיא און גוישע צייטונגען האט ר' יואליש געזאגט לא מיט אן אלף, ער האט געזאגט אז אויב שטעלט איר דאס צוזאם וועט דער איסור אויף טעלעוויזשן האבן די זעלבע פנים ווי דער איסור אויף ראדיא. למעשה איז ער געווען גאר קלוג גערעכט טעלעוויזשן איז געווארן אסור ווי חזיר און דער סאטמאר עולם האט געהערט ראדיא וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען. מען קען נאר שפעקולירן אז ר' יואליש וואלט באגריפן דעם טיפקייט אז אינטערנעט איז א פאקט וואז איז נישט שייך צו אסר'ן ער וואלט בחכמתו עפעס אויפגעקומען. די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט, דו גלייכסט צו רעדיא צו אינטערנעט?? סא פונקט ווי רעידיאו האט ער נישט גע'אסר'ט וואלט ער נישט גע'אסר'ט אינטערנעט??
נוי וועי, ער וואלט זיכער ארויסגעקימען בחרב ובחנות, באש ומים, מיט וואס דו ווילסט נישט, און צוזאמען מיט אלע רבנים פונעם פריעדיגען דור וואלט ער עס גע'אסר'ט קאמפליטלי!! מיט פילטערס, אן פילטערס, נישט פאר פרנסה, יא פאר פרנסה, נאדא!! גארנישט!! ס'נישט דא קיין אינטערנעט אין א יודישע שטוב!!!
וואס מיינטס עטץ דער בעל דבר האט געווארט ביז יעצט? ווייל ער האט געוואוסט אז מיט זיי [די פריערדיגע גדולים] וועט זיך עס נישט אויסארבעטן!!
ער האט געטרייט מיט די טי. ווי. און ער האט געכאפט אזא קאפע אז ער האט נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער איז, האט ער געטראכט - אזוי ווי עשו האט געזאגט ווען ער איז געוואר געווארן אז יעקב האט בא'גנב'עט די ברכות, האט ער געזאגט "יקרבו ימי אבל אבי" און איך וועל מיך אפרעכענען מיט אים. די זעלבע זאך יעצט, דער שטן האט געזעהן וויאזוי די רבנים הקדושים האבן זיך באצויגן צום טעלעוויזשאן האט ער געזאגט נא נא, די אינטערנעט איז נישט געמאכט פאר יעצט אבער... ווארט נאר ווארט ווען די רבנים וועלן נפטר ווערן, אוי וועט זיין פאן!!!
ויצא מה שיצא בעוונותינו הרבים, ליידער!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:12 pm
דורך געפילטע פיש
ווי אזוי קומט מען ארויס בחרב ובחנות? מיט די גאנצע סטאר? מיט אלע אייטעמס אינעווייניג?
זעט אויס אז מיט ציונות האט ער נישט געהאט קיין נערווען צו ווארטן אז די רעבעלעבראכע זאל שטארבן, שטעל דיך פאר ווען ציונות קומט היינט ארויס, וואלט מען מתיר געווען לצורך פרנסה, און מיט א פילטער...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:18 pm
דורך יידל
געפילטע, איך קען דיר נישט זאגן וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען פאראנטווארטליך פארן מיך מאכן שמייכלען אין אן אנגעצויגענע מינוט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:21 pm
דורך חכם מחוכם
די רבי וואלט אויפגעקומען מיט עפעס א קלוגע איידיע, אבער אסר’ן וואלט ער זיכער נישט, דאס איז ממש אומעגליך, איי ער האט געאסר’ט טעלעווישאן?, ס’איז אינגאנצן אנדערש, אן א טעלעווישאן וועט א מענטש ס"ה נישט וויסן די נייעס מיט נאך אפאר שטותים, אנע אינטערנעט איז נישטא קיין אימעיל, ביזנעס, סטאק מארקעט, גארנישט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:30 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:געפילטע, איך קען דיר נישט זאגן וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען פאראנווארטליך פארן מיך מאכן שמייכלן אין אן אנגעצויגענע מינוט.
איך בין עפעס שולדיג אז דו האסט אן אנגעצויגענע מינוט? קענסט מיר נישט בלעימען פאר דעם.