בלאט 1 פון 1

לכבוד די דריי וואכן: "רעדן מענטשליך" קאמפיין

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 12:52 pm
דורך מנהל
אין די תקנות פון קאווע שטיבל שטייט:
מב) מענטשליכקייט: מיר זענען אן אָנליין פלאטפארמע וואו מ'זעט זיך נישט פנים אל פנים. אבער דאס טאר נישט מיינען אז דערפאר זאל מען פארלירן פשוט'ע מענטשליכקייט און מידות טובות. שרייב ווי דו וואלטסט געשריבן אויב דו וואלטסט געזען דעם אנדערן מענטש פנים אל פנים.

מ'קען נישט אויסרעכענען יעדע זאך וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן, אבער מ'קען זאגן באופן כללי: זיי נישט קיין רשע! רעד צו דיין חבר איידל, אזוי ווי דו וואלטסט גערעדט ווען ער שטייט פארנט פון דיר. נוץ נישט אויס דיין אנאנימיטעט צו רעדן אן קיין מענטשליכע מאניערן.

דאס זעלבע, ווען דו רעדסט וועגן אנדערע מענטשן, יחידים, סעלעבריטיס, מנהיגים, וכו' — אפילו ווען עס איז פאראן קריטיק וואס מעג און דארף ווערן אויסגעשמועסט, טו עס מיט טאַקט, נישט ווי א פּרא אדם מיט א מיאוס'ע שפראך.
יעצט אין די דריי וואכן ווען מ'טרויערט נאכ'ן חורבן ביהמ"ק וואס איז געקומען צוליב שנאת חינם פאררוף איך א קאמפיין קעגן די וואס פארדארבן דא די אטמאספער דורך רעדן שלעכט און בייסיג אן קיין שום סיבה. כ'פארשטיי זייער גוט אז צומאל ווערט א טענה'ריי היציג און ווערטער קענען ווערן שארף, און פון דעם רעד איך נישט. איך רעד סתם ווען איינער רעאגירט צו א צווייטן מיט מיאוס'ע און אומרעספעקטפולע אויסדרוקן וואס א האלב-נארמאלער מענטש וואלט קיינמאל זיך נישט געוואגט אזוי צו רעדן צו א צווייטן אין ריעל לייף.

כ'וועל מעקן ווער ס'שרייבט אויף אזא אופן, און ווער ס'וועט מיר געבן צופיל ארבעט וועל איך אויסשפארן.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 8:38 am
דורך מנהל
אינעם כלל פון רעדן מענטשליך איז אויך נישט נוצן קיין מיאוס'ע אדער אומאיידעלע ווערטער. לעצטענס איז דאס שטארק נתרבה געווארן, און ס'דארף זיך אויפהערן. אין דעם איז אריינגערעכענט צו שרייבען אזעלכע ווערטער באופן רמז מיט שטערענדלעך וכדומה. די אלע ווערטער האבן נישט קיין פלאץ אויף קאווע שטיבל, נישט בפירוש און נישט ברמז.

Re: לכבוד די דריי וואכן: "רעדן מענטשליך" קאמפיין

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 9:56 am
דורך טראכטכמוני
א גרויסן דאנק @מנהל פארן מאכן אביסל סדר דא מיט די כאאס וואס טוט זיך אפ דא אין די אשכולות לעצטנס.

איין זאך נאר באדערט מיר, פארוואס דארף מען דאס תולה זיין אין די "תקנות" פונעם שטיבל? וואס איז געשען מיט פלעינע פארצייטישע נארמאלקייט?

איך רעד אפי' נישט פון דעם עניין פון "זאכליכע" תגובות וואס איז לעצטנס געווארן וואו א יקר המציאות דא.

אפשר ברויך מען גאר מאכן א "תקנה" אז מען טאר נישט שיקן קיין תגובה ווען די בלוט-דרוק איז הויעך? אדער אז ס'איז אסור צו שיקן בעפאר מען טראכט עס דורך אפאר סעקונדעס?

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 11:15 am
דורך me smart
נאר אפאר שאלות אויסצוקלארן די תקנה בנוגע רעדן איידל.
(ביטע אנטשולדיגן די ווערטער וואס איך גיי ברענגען אין די תגובה זעלבסט, עס איז דאך לצורך לימוד..)

1. צו מעג מען שרייבן "העק" אדער "העל" ?

2. די ווארט ב****ט האב איך שוין געזען ווי מען פארמעקט, אבער צו איז א ר"ת דערפון (כזה: ב"ש) ערלויבט?

3. איז "שטירן אפפאל" ערלויבט?

4. איז די ווארט "****" ערלויבט? און טאמער נישט איז עס ערלויבט מיט שטערנדלעך כזה: ס**ס? און צו איז "געשלעכט" מותר?

5. אויב מאכט מען די גאנצע ווארט אין שטערנדלעך איז עס אקעי?

6. איז "פריקן" אן ערלויבטע ווארט?

7. איז "קרעפ" ערלויבט?

8. די אויבדעמאנטע צוויי זענען דאך נישט אזוי אומאיידל, אויב מעג מען זיי נישט שרייבן, צו מעג מען זיי כאטש שרייבן מיט שטערנדלעך אינדערמיט?

ביטע אויסקלארן, ייש"כ.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 11:22 am
דורך me smart
איך זע יעצט אז ס**ס ווערט אויסגעמעקט פון זיך אליינס. מיין שאלה איז וויאזוי דארף מען זיך צו באניצן ווען מען וויל רעדן איבער דעם נושא. איך מיין אז אין די אנגענומענע וועלט איז די ווארט נישט אזוי אומאיידל, א דאקטאר וועט ריהוג ניצן דעם ווארט.
מעג מעג נאר שרייבן תשה"מ? אדער געשלעכט? עס איז נישט מער איידל, עס איז פשוט איבערגעטייטשט אויף אידיש אדער לשון קודש, כנלע"ד.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 2:21 pm
דורך שאלתיאל
מנהל האט געשריבן:אינעם כלל פון רעדן מענטשליך איז אויך נישט נוצן קיין מיאוס'ע אדער אומאיידעלע ווערטער. לעצטענס איז דאס שטארק נתרבה געווארן, און ס'דארף זיך אויפהערן. אין דעם איז אריינגערעכענט צו שרייבען אזעלכע ווערטער באופן רמז מיט שטערענדלעך וכדומה. די אלע ווערטער האבן נישט קיין פלאץ אויף קאווע שטיבל, נישט בפירוש און נישט ברמז.
כ'שטעל מיך וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אויב די סארט מהלך וואלט געווען איינגעפירט אין די תורה, נ"ך און תלמוד. יעדער מאל ס'שטייט די סארט אומאיידעלע ווערטער וואלט געשטאנען ''[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. גאט]''. דער בעל קורא למשל וואלט פארגעליינט ''ואיש כי י*** סטאר סטאר סטאר מ**** אישה'' און דער עולם איז מוחה פון בעהיינד אויף די געמיינע ניבול פה ...
ספעציפיש איבער דער אשכול וואס כ'האב געשריבן לעצטנס איז פארהאן א פראבלעם אויב נעמסטו ארויס דעם מיאוסן ווארט '****' פון פרויד'ס טעאריע האסטו ארויסגעלאזט ס'גאנצע לופט.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 2:35 pm
דורך שמן למאור
@לעיקוואד האט שוין לאנג צירוק ארויסגעשטעלט גוטע תקנות פאר קאווע שטיבל...
viewtopic.php?p=261126#p261126

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 6:51 pm
דורך וואלווי
טראכטכמוני האט געשריבן:א גרויסן דאנק @מנהל פארן מאכן אביסל סדר דא מיט די כאאס וואס טוט זיך אפ דא אין די אשכולות לעצטנס.

איין זאך נאר באדערט מיר, פארוואס דארף מען דאס תולה זיין אין די "תקנות" פונעם שטיבל? וואס איז געשען מיט פלעינע פארצייטישע נארמאלקייט?

איך רעד אפי' נישט פון דעם עניין פון "זאכליכע" תגובות וואס איז לעצטנס געווארן וואו א יקר המציאות דא.

אפשר ברויך מען גאר מאכן א "תקנה" אז מען טאר נישט שיקן קיין תגובה ווען די בלוט-דרוק איז הויעך? אדער אז ס'איז אסור צו שיקן בעפאר מען טראכט עס דורך אפאר סעקונדעס?
בעצם ביסטו גערעכט, נאר דא איז א פאבליק פארום. נעם למשל ארויסווארפן מיסט אויפ'ן גאס, אדער נאך ערגערס, ס'גרעניצט זיך אויך מיט מענטשליכקייט, אבער דאך פעלט אויס געזעצן מיט fines דערפאר, ווייל נישט א יעדע בן אדם קען זיך האלטן צו די זעלבע סטאנדארדס פאר ווער ווייסט וועלעכע סיבות אדער תירוצים. איי רוב מענטשן פירן זיך איידעל? אפי' הכי פאר די פאר וואס "פארשטייען נישט אליינס" אז זאלען נישט קאליע מאכן די שטיבל דא, דארף מען ארויסשרייבן ברחל בתך הקטנה. אזוי אויך, אז מ'זאל שפעטער נישט קומען מיט קיין טענות כאילו מ'האט נישט געוויסט אז ס'איז נישט אנגענומען אזא מין שרייבעריי.

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 6:59 pm
דורך וואלווי
me smart האט געשריבן:נאר אפאר שאלות אויסצוקלארן די תקנה בנוגע רעדן איידל.
(ביטע אנטשולדיגן די ווערטער וואס איך גיי ברענגען אין די תגובה זעלבסט, עס איז דאך לצורך לימוד..)

1. צו מעג מען שרייבן "העק" אדער "העל" ?

2. די ווארט ב****ט האב איך שוין געזען ווי מען פארמעקט, אבער צו איז א ר"ת דערפון (כזה: ב"ש) ערלויבט?

3. איז "שטירן אפפאל" ערלויבט?

4. איז די ווארט "[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]" ערלויבט? און טאמער נישט איז עס ערלויבט מיט שטערנדלעך כזה: ס**ס? און צו איז "געשלעכט" מותר?

5. אויב מאכט מען די גאנצע ווארט אין שטערנדלעך איז עס אקעי?

6. איז "פריקן" אן ערלויבטע ווארט?

7. איז "קרעפ" ערלויבט?

8. די אויבדעמאנטע צוויי זענען דאך נישט אזוי אומאיידל, אויב מעג מען זיי נישט שרייבן, צו מעג מען זיי כאטש שרייבן מיט שטערנדלעך אינדערמיט?

ביטע אויסקלארן, ייש"כ.
אויסקלארן? פרוביר דורך trial and error. שרייב ארויס דיין ליסטע אין תגובות און זעה וואס געשעהט.

אין שמחה כהתרת ספיקות. געב נישט אויף, צום סוף וועט אלעס קלאר ווערען...

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 7:25 pm
דורך מנהל
כ'האב הנאה אז אידן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט זיך צו ענזשויען אין דעם אשכול, אבער אויף למעשה מיין איך איז אלעס זייער קלאר וואס מ'וויל דא, און מ'פארלאנגט פון דעם עולם זיך צוצושטעלן.