בלאט 1 פון 3

פאליא קעיס אין ראקלענד קאונטי

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 4:45 pm
דורך כלבאשבוע
צום ערשטן מאל אין אמעריקא נאך איבער פערציג יאר, איז היינט קאנפירמט געווארן א קעיס פונעם שרעקליכן פאליא וירוס אין איינער וואס האט זיך נישט וואקסינירט

די אידענטיטי פונעם פאציענט איז נישט פובליק נאר אז עס איז פארגעקומען אין ראקלענד קאונטי, אויב שטעלט זיך ארויס אז דער פאציענט איז טאקע משלנו (סשמעקט שטארק אזוי) וועט דאס זיין א חילול השם איום ונורא!

און צו די אלע וואס גלייבן נישט אינעם רשות לרופא לרפאות און זענען מסכן די מענטשהייט, מוז מען אויסשרייען: ידיכם דמם מלאו! וה״י

A case of polio has been identified outside New York City and confirmed by federal health officials, the New York State Health Department said on Thursday in what would be the nation's first known case of the disease in at least thirty years.

The CDC, which confirmed the case, has said no cases of polio have originated in the U.S. since 1979. However, the virus has been brought into the country by travelers with polio. The last time this happened was in 1993, it said.

Testing suggested the Rockland County case of the highly contagious virus may have originated outside of the United States, the department said in statement.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 4:59 pm
דורך כלבאשבוע

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:00 pm
דורך יעקב מעקסוועל
די וואשינגטאן פאוסט שרייבט עס איז א 20 יעריגער מאן וואס האט געהאט באזוכט פוילן און אונגארן, און אז יעצט איז ער שוין אינדערהיים און ער קען נישט געהעריג גיין. אויך ברענגן זיי פון א פאבליק העלט אפישעל אז דער פאציענט קומט פון א קאמיוניטי וואס איז אלס געווען שוואך וואקסינירט, און איז געווען די צענטער פון א מיזעלס אויסברוך אין 2019.

בקיצור, מען גייט יעצט ליידן פון שנאת ישראל, לאמיר נאר האפן די וויירוס וועט זיך נישט פארשפרייטן מער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:20 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
וואסיז שייך פארשפרייטן מער, אויב רוב עולם איז יא וואקסינירט און אומיונד דערצו?

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:די וואשינגטאן פאוסט שרייבט עס איז א 20 יעריגער מאן וואס האט געהאט באזוכט פוילן און אונגארן, און אז יעצט איז ער שוין אינדערהיים און ער קען נישט געהעריג גיין. אויך ברענגן זיי פון א פאבליק העלט אפישעל אז דער פאציענט קומט פון א קאמיוניטי וואס איז אלס געווען שוואך וואקסינירט, און איז געווען די צענטער פון א מיזעלס אויסברוך אין 2019.

בקיצור, מען גייט יעצט ליידן פון שנאת ישראל, לאמיר נאר האפן די וויירוס וועט זיך נישט פארשפרייטן מער.
געווען אין ארץ ישראל לעצטנס, עס איז גלייך שטיל געווארן דערוועגן. לאמיר האפן אז אזוי זאל אויך זיין אין מאנסי אויך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:28 pm
דורך מרדכי מרדכי
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:וואסיז שייך פארשפרייטן מער, אויב רוב עולם איז יא וואקסינירט און אומיונד דערצו?
וויפיל מענטשן האבן באקומען די וואקסין אקעגן מיזעלס און עס באקומען איך קען עטליכע
נ.ב. דער פאליא וואקסין איז ווייניגער עפעקטיוו ווי די קאוויד וואקסין

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:27 pm
דורך כלבאשבוע
די שונאי ישראל טאנצן שוין, פון James Skoufis

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:56 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:וואסיז שייך פארשפרייטן מער, אויב רוב עולם איז יא וואקסינירט און אומיונד דערצו?
וויפיל מענטשן האבן באקומען די וואקסין אקעגן מיזעלס און עס באקומען איך קען עטליכע
נ.ב. דער פאליא וואקסין איז ווייניגער עפעקטיוו ווי די קאוויד וואקסין
מרדכי מרדכי: נישט ריכטיג. דער פאליא וואקסין איז (ב"ה) זייער שטארק עפעקטיוו. א ראיה איז אז דאס איז דער ערשטער קעיס אין 40 יאר. משא"כ דער קאוויד וואקסין. מ'האט שוין רוב אמעריקע און ארץ ישראל וואקסינירט.מ'האט אויך געגעבן עטליכע בוסטער שאטס. און דאך באקומען עס זייער א סאך מענטשן סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. די דאקטוירים וועלכע האבן זייער שטארק אדוואקטירט די שאטס, קומען אויף מיט נייע תירוצים חדשים לבקרים. אז ס'איז אזא מין וואריאנט. אדער אנ'אנדער וואריאנט. זיי ווייסן שוין נישט וואס צו זאגן...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:14 pm
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: איך זעה גארנישט אנטיסעמיטיש מיט דעם (סקאופיס) רעפארט. דער משל פון רבינו יונה איז דאך באקאנט מיט דעם שוטה וואס האט געמאכט א לאך אין זיין צימער אויף די שיף.ווען מענטשן האבן איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט...,וואס איז ענק א חילוק וואס איך טוה אין מיין צימער. האבן זיי איהם געענטפערט...אבער מיט דעם וועסטו איינזינקען די גאנצע שיף...!

די רבנים וצדיקים וואלטן געדארפט האקן אקעגן די אנטי-וואקסערס לכה"פ אזוי שטארק ווי זיי האקן אויף סמארטפאונס און טעכנאלאגיע...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:46 pm
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:https://www.health.ny.gov/press/release ... county.htm
קאנפירמד אז מ'רעדט פון א היימישע איד אין מאנסי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:50 pm
דורך זייגערל
berlbalaguleh האט געשריבן:דער פאליא וואקסין איז (ב"ה) זייער שטארק עפעקטיוו. א ראיה איז אז דאס איז דער ערשטער קעיס אין 40 יאר, משא"כ דער קאוויד וואקסין. מ'האט שוין רוב אמעריקע און ארץ ישראל וואקסינירט, מ'האט אויך געגעבן עטליכע בוסטער שאטס, און דאך באקומען עס זייער א סאך מענטשן סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. די דאקטוירים וועלכע האבן זייער שטארק אדוואקטירט די שאטס, קומען אויף מיט נייע תירוצים חדשים לבקרים, ס'איז אזא מין וואריאנט אדער אנ'אנדער וואריאנט, זיי ווייסן שוין נישט וואס צו זאגן...!
גראדע אז דו וועסט נאכקוקן וועסטו זעהן אז ס'האט גענומען א שיינע פאר יאר מיט די פאליא וואקסין אויסצוראטן פאליא אינגאנצן וואס כ'גלייב אז מיט קאוויד וועט זיין די זעלבע זאך אין אין אפאר יאר העט מען שוין נישט וויסן אז ס'האט אמאל עקזעסטירט אין קאוויד העט מסתמא אויך נישט צוריקקומען פאר כאטשיג 50-100 יאר, סא דעיס איז נישט ממש קיין ראיה אויף איר שטארקייט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 9:06 pm
דורך מרדכי מרדכי
בערל: איך מיין אז פאליא האט נישט געהאט אזוי פיל ווערסיעס ווי קאוויד
איך האב דיר געגעבן א לייק ווייל איך האב דיך ליב

נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי: ייש"כ. מיט די ווערסיעס פון קאוויד זענען די דאקטוירים (אזוי ווי פאוטשי) אויפגעקומען נאר נאכדעים וואס די וואקסין האט נישט געארבעט. האבן זיי געזוכט און געפונען גוטע תירוצים פארוואס די וואקסין און די בוסטערס ארבעטן נישט אייביג. זענען די וואריאנטן א גוטער תירוץ...!
...!

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 12:04 am
דורך היסטאריע
משל פון רבינו יונה איז דאך באקאנט מיט דעם שוטה וואס האט געמאכט א לאך אין זיין צימער אויף די שיף.ווען מענטשן האבן איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט...,וואס איז ענק א חילוק וואס איך טוה אין מיין צימער. האבן זיי איהם געענטפערט...אבער מיט דעם וועסטו איינזינקען די גאנצע שיף...!
עס איז א מדרש

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 2:37 pm
דורך מתבודד
און צו די אלע וואס גלייבן נישט אינעם רשות לרופא לרפאות און זענען מסכן די מענטשהייט, מוז מען אויסשרייען: ידיכם דמם מלאו!
די רשות פון וואס דו רעדסט איז ’’לרפאות’’, אויסהיילן. נישט פרעווענשן. (וואס די וואקסין טוט..)

אן אריינגיין אין די אויסגעדראשענע וואקסין דעבאטע, קומט דער פסוק נישט אריין.

נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 4:59 pm
דורך טראכטכמוני
ס'איז זיכער אז דאס ברענגט נישט קיין כבוד פאר אונזער קאמיוניטי אבער ווייזט אויס ס'איז קלאר אז דאס איז אריינגעברענגט געווארן פון א צווייטע מדינה,

די לעצטע אזא סארט קעיס איז געווען סך הכל אין 2013 נישט פערציג יאר צוריק

בילדבילד

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 1:18 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:
משל פון רבינו יונה איז דאך באקאנט מיט דעם שוטה וואס האט געמאכט א לאך אין זיין צימער אויף די שיף.ווען מענטשן האבן איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט...,וואס איז ענק א חילוק וואס איך טוה אין מיין צימער. האבן זיי איהם געענטפערט...אבער מיט דעם וועסטו איינזינקען די גאנצע שיף...!
עס איז א מדרש
ס'קען זיין. מיין רבי האט עס פארגעלערנט פון שערי תשובה לרבינו יונה...!

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 1:45 pm
דורך וואסער
מענין לענין באותו ענין.
אין ק"י איז ליידער פארגעקומען צוויי וואכן צוריק א שרעקליכע מעשה פון א קינד וואס האט נישט איבערגעלעבט היים לידה.
ווען וועט מען זיך שוין אויפוועקן אז זיין א אובער חכם איז נישט קיין קינדער שפיל. ואכמ"ל וד"ל

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 2:01 pm
דורך מתבודד
נעבעך. אין מאנסי האט א קינד ליידער נישט דורכגעלעבט שפיטאל לידה. ה’ ירחם

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 5:20 pm
דורך היסטאריע

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד האט געשריבן:
און צו די אלע וואס גלייבן נישט אינעם רשות לרופא לרפאות און זענען מסכן די מענטשהייט, מוז מען אויסשרייען: ידיכם דמם מלאו!
די רשות פון וואס דו רעדסט איז ’’לרפאות’’, אויסהיילן. נישט פרעווענשן. (וואס די וואקסין טוט..)

אן אריינגיין אין די אויסגעדראשענע וואקסין דעבאטע, קומט דער פסוק נישט אריין.
מתבודד: דער פסוק קומט יא דא אריין. ווייל פריווענשן איז אויך לרפאות. ס'איז נאך מער לרפאות ווי אויסהיילן נאך וואס מ'ווערט קראנק...!

נשלח: זונטאג יולי 24, 2022 11:33 pm
דורך מתבודד
ר’ בערל, וויט אלל דא רעספעקט פאר אזא טעם זקנים שרייבער ווי אייך, די דעפענישן פון לרפאות איז: אויסהיילן איינער וואס איז קראנק, פינטל. פרעווענטן א קראנקהייט פון א געזונטן איז אפשר א גוטע זאך, אדער אפשר גאר א גוטע זאך אבער ס’איז נישט אוסהיילן. ואין המקרא יוצא מידי פשוטו.
אינטרעסאנט איז וואס כ’האב געהערט אז אין בריסק גיבט מען נישט קיין וואקסינען טאקע ווייל ס’איז נישט דא קיין רשות אויף פרעווענשען....
כ’ווייס נאר נישט אויב ס’איז נאך א זשאוק לבית בריסק, אדער ס’איז א אמת’ע זאך ביי זיי... גיי ווייס מיט די בריסקע

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 12:00 am
דורך berlbalaguleh
מתבודד: ייש"כ. אז מ'רעדט שוין פון די בריסק'ער. האביך געהערט אזא דזשאוק אז א בריסקער איד האטציך אראפגעווארפן פון אלע סטעפס. (עטליכע מאל). וויילע ער האט חושש געווען אז אפשר איז ער מזרע עמלק.