אונטער די קוליסן ביי די פרשה פון די בנות צלפחד
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

גאר א שיינע סיפור פארציילט אונז די תורה אין סדר במדבר. די מעשה הייבט זיך אהן פאריגע וואך פרשת פנחס, און עס ענדיגט זיך די וואך פרשת (מטות) מסעי.
די מעשה גייט ווי פאלגנד.
כלל ישראל האט שוין געהאלטן נאכן אדורכגיין אזוי פיל פלאגענישן און מיטמאכענישן. מען האט געהאט א יציאת מצרים, א מתן תורה און א פערציג יעריגע ארומוואנדערונג אינעם פוסטן מדבר, בארץ לא זרועה. ענדליך האט מען שוין געהאלטן אט אט ביים אריינגיין אינעם לאנג ערווארטעטן ארץ זבת חלב ודבש.
פאר'ן אריינגיין אינעם הייליג לאנד, האט דער באשעפער איבערגעגעבן פאר משה רבינו א מהלך וויאזוי מען זאל צעטיילן די לאנד, לויט די שבטים און לויט די משפחות לבית אבותם. און איינע פון די זאכן איז געווען אז נאר די מענער באקומען לאנד, אבער פרויען (וואס האבן נישט קיין טאטע אדער מאן) וועלן נישט באקומען צוגעטיילט קיין נחלה. און אזוי אויך איז דאן געווען די הלכה אז ירושה גייט אריבער נאכ'ן שטארבן בלויז צו א זון, און נישט צו קיין טאכטער. און אויב ס'נישטא קיין זון גייט עס נישט צו די טעכטער נאר צו די ברידערס פון די פארשטארבענע מאן.
האבן זיך אויפגעשטעלט אפאר פרויען רעכט אקטיוויסטן, וואס זיי אליין וואלטן געליטן די קאנסעקווענצן פון אזעלכע פאליסיס, היות זיי זענען נישט געווען פארהייראט, און זיי זענען אויך געווען יתומים נאך וואס זייער טאטע צלפחד איז געווען א מקושש עצים אום שבת קודש, און איז נסקל געווארן על פי ה'.
זייערע נעמען איז געווען, מחלה, נעה, חגלה, מלכה און תרצה.
די מיידלעך האבן געהערט וואס עס ווארט זיי אפ, און זיי האבן זיך געגעבן א ריק אריין אלע פינף אינעם מענער שול, און האבן געמאכט זייער וועג גראד צו משה רבינו, און זיך גענומען פראטעסטירן! למה יגרע שם אבינו מתוך משפחתו? וואס עפעס זאלן נישט פרויען באקומען גלייכע רעכטן אין די נחלה פונקט אזוי ווי ווען אונז וואלטן געהאט ברודערס???
משה רבינו איז געכאפט געווארן ביי סורפרייז, אזא דרייסטקייט פון די מיידלעך וואס פאדערן זיך דאס זייעריגע, און נאך מיט רעכט... אבער מען מוז דאך פריער אנפרעגן גאט ב"ה. ויקרב משה את משפטן לפני ה'.
און דער באשעפער איז צוריקגעקומען מיט א פסק "כן בנות צלפחד דוברות", גערעכט זענען זיי!! זיי וועלן יא באקומען א נחלה אינאיינעם מיט זייערע פעטערס - די ברודערס פון זייער פארשטארבענע טאטע. זיי וועלן אויך באקומען א שיין שטיקל לאנד אין די חלק פון שבט מנשה. זאת ועוד, א נייע הלכה! אויב איינער שטארבט און לאזט נישט קיין זון נאר טעכטער, וועלן די טעכטער ירש'ענען די טאטע און נישט זיינע ברודערס!!! אויסגעפועל'ט!
האט זיך אבער גלייך דערויף אפגעשפילט א קריזיס אין פרשת מסעי... די עסקנים פון שבט מנשה האבן זיך געכאפט ביים קאפ אז גאר בקרוב וועלן די מיידלעך ווערן כלות און נעמען מענער פון סיי וועלכע שבט עס לאזט זיך נאר, און אויב אזוי וועט אויסקומען אז שטיקלעך לאנד פון שבט מנשה וועט ווערן ארויסגעטראגן צו אנדערע שבטים!!! היות די קינדער זייערע וואס וועלן ירש'ענען די לאנד, וועלן דאך זיין פון די שבט פון זייער טאטע!!
ויקרבו ראשי האבות למשפחת.. מנשה.. וידברו לפני משה.. אדוני צוה.. לתת את נחלת צלפחד אחינו לבנותיו. והיה לאחד מבני שבטי בני ישראל לנשים, ונגרעה נחלתן מנחלת אבותינו, ונוסף על נחלת המטה אשר תהיינה להם, ומגרל נחלתינו יגרע!!!
א שטארקע טענה! ...איז משה רבינו צוריקגעקומען מיט אזא פסק: זה הדבר אשר צוה ה' לבנות צלפחד לאמר, "לטוב בעיניהם תהיינה לנשים, אך למשפחות מטה אביהם תהיינה לנשים".
דהיינו, לויט די פשטות מיינט עס, אז זיי מעגן טאקע גיין חתונה האבן "כטוב בעיניהם" אבער נאר אין שבט מנשה. זיי מעגן נישט נעמען קיין מאן פון קיין שום אנדערע שבט. אזוי וועט בלייבן די נחלה "ביי אונז", עס וועט בלייבן אינעם שבט.
און למעשה איז דא א העפי ענדינג, ותהיינה מחלה, תרצה, וחגלה ומלכה ונעה בנות צלפחד לבני דודיהם לנשים. ממשפחות בני מנשה.. היו לנשים ותהי נחלתן על מטה משפחת אביהן!
זיי האבן טאקע געטראפן שיינע שידוכים פון שבט מנשה, און פטור אן עסק.
למעשה דרש'נט די גמרא אין בבא בתרא דף קכ. די פסוק אביסל אנדערש.
אמר רב יהודה אמר שמואל, בנות צלפחד הותרו להנשא לכל השבטים, שנאמר "לטוב בעיניהם תהיינה לנשים", אלא מה אני מקיים "אך למשפחות מטה אביהם תהיינה לנשים"? עצה טובה השיאן הכתוב, שלא ינשאו אלא להגון להם!!
אויף דעם פרעגט די גמרא פון א ברייתא וואס איז משמע אז עס איז יא דא א איסור חתונה צו האבן מיט אנדערע שבטים, און די גמרא ענטפערט "לבר מבנות צלפחד" דהיינו אלע אנדערע מיידלעך אין אזא סיטואציע וואלטן יא געמוזט חתונה האבן צו איינעם פון זייער שבט, אבער פאר די בנות צלפחד האט מען געמאכט אן אויסנאם! זיי האט מען יא געלאזט חתונה האבן מיט וועמען זיי האבן נאר געוואלט. נאר עס איז פשוט געווען א עצה טובה אז זיי זאלן יא נעמען מענער פון שבט מנשה.
איך האב געקוקט אין אלע מפרשים און נישט געקענט פארשטיין פשט? פארוואס פעלט אויס אזא אויסנאם? פארוואס זיי יא, און אנדערע נישט? אויב איז די חשש פון הסבות נחלות גענוג צו אסר'ן סתם מיידלעך פון חתונה האבן צו אנדערע שבטים, דאן מיט וואס זענען די בנות צלפחד אנדערש?
טייל זענען זיך מדחיק אז צוליב די חשיבות פון די בנות צלפחד, האט מען זיי געגעבן די כיבוד פון קענען וועלן א מאן פון סיי וועלכע שבט. אבער עס איז נישט גענוג מאסגעבנד פארוואס דוקא האט מען זיי געמוזט מכבד זיין מיט אזא זאך וואס קען זיין קאנטער-פראדוקטיוו מיטן פראבלעם פון הסבת נחלות?
און אז מען פרעגט שוין קשיות דאן לאמיר שוין פרעגן נאך עפעס. די גמרא פארציילט אונז אז די מיידלעך זענען שוין געווען עלטערע מיידלעך. די אינגסטע פון די שוועסטערס איז געווען נישט ווייניגער ווי "פערציג" יאר!
זייט ווען האט מען געהערט פון א שידוכים קריזיס אינעם מדבר? א גאנצע שטוב מיט פינעף שוועסטערס, און די אינגסטע איז 40?
און מען רעדט נישט דא פון קיין סתם מיידלעך. חז"ל זאגן אויף זיי גרויסע הפלגות, די גמרא זאגט אין ב"ב קי"ט אזוי: תנא, בנות צלפחד חכמניות הן, דרשניות הן, צדקניות הן. און די גמרא אין סנהדרין ח. זאגט נאך א שיינע זאך אויף זיי... ראויה היתה פרשה זו להכתב ע"י משה, אלא שזכו בנות צלפחד ונכתבה על ידן. און רש"י ברענגט אויך אראפ אויפ'ן פסוק כן בנות צלפחד דוברות, מגיד שראתה עינם מה שלא ראתה עינו של משה!
ממש מדריגות גדולות! איך ווייס נישט צו עס איז היינט דא אזעלכע גוטע געלונגענע מיידלעך אויפן מארקעט. קלוגע, סעלף קאנפידענט, גוטע שפראך, ערליך, וואס נאך קען מען דארפן.
און נישט נאר דאס, די גמרא דרש'נט פון דעם אז אין די תורה שטייט נישט אלעמאל אויסגערעכנט די שוועסטערס אויפן זעלבן סדר, מלמד שכולם שקולות זו כזו... (ממילא קען נישט זיין אז בלויז די אינגערע זענען געווען געלונגען משא"כ די עלטערע, און די סיבה פאר זייערע פארעלטערן זיך איז געווען ווייל יעדער האט פשוט געווארט אז די עלטערע זאלן זיך ריקן אין א זייט).
האסטו דא פינף טאפ מיידלעך וואס זענען גלייך אין זייערע מעלות, און עס ריקט זיך עפעס נישט! עס גייט נישט קיין שידוך, און פונקט נאך די פרשה פון די נחלות ווערן זיי אלע פינף אזוי שנעל כלות!! הלא דבר הוא!!
נאר די זאך איז אזוי. די קענסט זיין געלונגען, גוטע קאפ, און אלע מעלות אין די וועלט... אבער אויב דיין טאטע איז אפגעפוטשט... א מחלל שבת... דאן ווער וויל נעמען די יתומים פון אזא בעל עבירה... אזא שמץ המשפחה!! קיינער קוקט ניטאמאל אויף זייערע צדקות און מעלות... אזוי האבן זיי זיך ליידער גע'עלטערט אין פריידן... און די שדכנים האבן נישט געהאט וואס מציע צו זיין.
אונז ווייס מיר דאך אבער א כלל אז "כסף יענה את הכל"... אויב איז דא געלט איז דא אלטס! אינעם מדבר איז געלט טאקע נישט געווען קיין ארטיקל. מן איז געפאלן פון הימל, וואסער איז געקומען פון א שטיין, און די קליידער זענען מיטגעוואקסן מיט'ן מענטש. עס האט גארנישט געפעלט פאר קיינעם, און מיט געלט וואלט מען ממילא נישט געקענט קויפן צופיל. אבער ווי נאר מען האט זיך געגרייט אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, די גוטע צייטן זענען שוין כמעט געקומען צו אן ענדע, האבן די בנות צלפחד זיך דערזען מיט א געלעגנהייט אריינצוכאפן א גוט שטיקל ריעל עסטעיט, א זאך וואס וועט קענען שטארק לינדערן זייער מצב. האבן זיי זיך געשטעלט פאר משה רבינו און פארלאנגט א שטיקל לאנד, כדי אז דער עולם זאל זיי וועלן אנקוקן נאכאמאל! און טאקע ווי נאר זיי האבן באקומען צוגעטיילט א נחלה, האט די טעלעפאן אנגעהויבן צו קלינגען ביי משפחת צלפחד, מיט שיינע הצעות פאר פאסיגע שידוכים!
דא האט זיך אבער געמאכט א פראבלעם... די ראשי עסקני שבט מנשה זענען געקומען מיט א טענה אז די נחלות קענען חלילה ארויספארן פון זייערע הענט, און מען האט טאקע מחדש געווען די איסור פון חתונה האבן צו אנדערע שבטים. דאס האט גורם געווען אז קיינער זאל זיי ווייטער נישט וועלן אנקוקן, ווייל זיי האבן זיך געמאכט א חשבון אזוי: זיי טארן ממילא נישט חתונה האבן נאר מיט שבט מנשה, נו בלייבט דאך די נכסים דא צווישן אונז... אויב אזוי זוכט זיך שוין ווייטער קיינער נישט זיך משדך צו זיין מיט די פארפלעקטע משפחה...
איז געקומען די פסוק און געמאכט אן אויסנאם פאר די בנות צלפחד. לטוב בעיניהם תהיינה לנשים! יא! נאר ענק צוליב ענקער ספעציעלע סיטואציע מעגן יא חתונה האבן מיט וועמען ענק ווילן נאר, פון סיי וועלכע שבט!!! אויב אזוי איז גלייך געווארן א רייץ צווישן די בני מנשה צו כאפן די נחלה און עס האלטן פאר זיך, פאר עס קען אנקומען צו די נישט ריכטיגע הענט. און טאקע גלייך דערויף, ותהיינה.. בנות צלפחד לבני דודיהם לנשים. זיי האבן טאקע אלע געטראפן שיינע געלונגענע שידוכים פון זייער חשוב'ע שבט מנשה.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 156
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
- געפינט זיך: וואו טאקע?!
- האט שוין געלייקט: 366 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל
זייער שיין אראפגעברענגט, און זייער קלאר אראפגעלייגט. אויך זייער שיין געטייטשט ווי עס האט אויסגעפעלט. מיין ערשטע מאל וואס איך פארשטיי אזוי קלאר א פסוק חומש.
גראדע אין סקול האבן אונז געלערנט, אבער זעהט אויס אז עצי שיטים איז נישט געווען קיין טיטשער דארט.

אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 16, 2022 8:01 pm
- האט שוין געלייקט: 41 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
הערליך שיין אראפגעלייגט. אז מ'רעדט שוין פון די פרשה פון בנות צלפחד איז אינטערסאנט מוסיף צו זיין א טשיקאווער געדאנק וואס כ'האב געהערט פאר אסאך יארן צוריק:
ווען מ'קוקט אריין אין די פרשה זעהט מען אז ווען די בנות צלפחד זענען געקומען בעטן פון משה רבינו א נחלה האבן זיי געזאגט "אבינו מת במדבר והוא לא היה בתוך העדה הנועדים על ה' בעדת קרח כי אם בחטאו מת". אז דער טאטע צלפחד איז נישט געווען פון די עדת קרח וואס האבן געקריגט אויפ'ן אייבירשטן נאר ער איז געשטארבן צוליב זיין אייגענע זינד. און שפעטער ווען משה רבינו האט געענדיגט הערן זייערע טענות האט ער נישט אליינס ארויסגעגיבן קיין פסק נאר "ויקרב משה את משפטן לפני ה". ער איז עס געגאנגען פארלייגן פארן אייבירשטן.
דארף מען לכאורה פארשטיין צוויי זאכן: ערשטנס וואס האבן די בנות צלפחד געוואלט מיט דעם אז דער טאטע איז נישט געווען פון די עדת קרח, זייער ציהל איז דאך געווען צו ירש'נען זייער פאטערס נחלה, איז וואס איז א חילוק ווען און פארוואס זייער טאטע איז געשטארבן. און צווייטנס וואס איז משה רבינו געווארן אזוי איבערגענומען פון זייערע ארגומענטן אז ער איז דאס געגאנגען פארלייגן פארן אייבירשטן, האט ער דען נישט געקענט אליין פסק'נען? האט א גוטער איד אמאל מסביר געווען אז די חשבון פון די בנות צלפחד איז געווען גאנץ א פשוט'ער: זיי האבן פארשטאנען אז אויב וועט משה רבינו האבן אפילו א צד ספק אז זייער פאטער איז געשטאנען אין שפיץ פון די אויפשטאנד אנקעגן אים ביי די פרשה פון קרח זענען זייערע אויסזיכטן פאר א גינסטיגער פסק זייער זייער שמאל... דעריבער האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג שנעל שולל צו זיין די צד, ווי צו זאגן "מיר זענען אויפ'ן זעלבן פעידז"ש" גיב אונז א גוטער פסק, "שמור לי ואשמור לך"... דערפאר האבן זיי זיך אזוי שטארק געאיילט דאס ארויסצוהייבן באלד פון אנהויב! און מיט דעם איז שוין אויך פארענטפערט די צווייטע קשיא, ווייל ווען משה רבינו האט געהערט די אויבנדערמאנטע "דברי חנופה" האט ער דאס באטראכט ווי ריכטיגע "שוחד דברים" וואס פסל'ט א דיין פון צו פסק'נען! דערפאר האט ער שוין נישט געקענט אליין דן זיין אין די קעיס נאר ער האט דאס געמוזט פארלייגן פארן אייבירשטן!

- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
- האט שוין געלייקט: 157 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל
די געדאנק שטייט שוין אין רמב"ן על התורה, וזה לשונו:תוכו כברו האט געשריבן:הערליך שיין אראפגעלייגט. אז מ'רעדט שוין פון די פרשה פון בנות צלפחד איז אינטערסאנט מוסיף צו זיין א טשיקאווער געדאנק וואס כ'האב געהערט פאר אסאך יארן צוריק
ודעתי בדרך הפשט שאמרו ככה בעבור שחשבו שמשה רבינו היה שונא עדת קרח יותר מכל החוטאים שמתו במדבר שהם היו הקמים כנגדו והכופרים בכל מעשיו וחשבו אולי בשנאתו אותם יאמר אל יהי לו מושך חסד ואל יהי חונן ליתומיו יזכר עון אבותם אל ה' (תהלים קט יב יד) על כן הודיעוהו כי לא היה מהם ורמזו עוד שאינו במתי המגפות אבל במדבר מת על מטתו
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
אויך די ערשטע מאל איהר רירט אן א סוגיא פון א גמרא מיט מפרשים און קשיות און תירוצים. נישט אזוי?מי ימצא האט געשריבן:זייער שיין אראפגעברענגט, און זייער קלאר אראפגעלייגט. אויך זייער שיין געטייטשט ווי עס האט אויסגעפעלט. מיין ערשטע מאל וואס איך פארשטיי אזוי קלאר א פסוק חומש.
גראדע אין סקול האבן אונז געלערנט, אבער זעהט אויס אז עצי שיטים איז נישט געווען קיין טיטשער דארט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- לאמיר זאגן
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
- האט שוין געלייקט: 53 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 16, 2022 8:01 pm
- האט שוין געלייקט: 41 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
א גרויסער יישר כח פארן ערגענצן דאס בילד מיטן ברענגען א מקור מדברי רבינו הרמב"ן, אבער לכאורה ווערט דארט נאר מבואר די ערשטע חלק דהיינו פארוואס די בנות צלפחד האבן אינטערגעשטראכן זייער פאטערס טויט אורזאך, אבער די צווייטע חלק פארוואס משה רבינו האט דאס פארגעלייגט פארן אייבירשטן ווערט דארט נישט דערמאנט.עובדיה האט געשריבן:די געדאנק שטייט שוין אין רמב"ן על התורה, וזה לשונו:תוכו כברו האט געשריבן:הערליך שיין אראפגעלייגט. אז מ'רעדט שוין פון די פרשה פון בנות צלפחד איז אינטערסאנט מוסיף צו זיין א טשיקאווער געדאנק וואס כ'האב געהערט פאר אסאך יארן צוריקודעתי בדרך הפשט שאמרו ככה בעבור שחשבו שמשה רבינו היה שונא עדת קרח יותר מכל החוטאים שמתו במדבר שהם היו הקמים כנגדו והכופרים בכל מעשיו וחשבו אולי בשנאתו אותם יאמר אל יהי לו מושך חסד ואל יהי חונן ליתומיו יזכר עון אבותם אל ה' (תהלים קט יב יד) על כן הודיעוהו כי לא היה מהם ורמזו עוד שאינו במתי המגפות אבל במדבר מת על מטתו
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
גוט געפרעגט.. כאטש איינער האלט מיט..לאמיר זאגן האט געשריבן:פירכא קטנה: אפילו על הצד אז זיי דארפן בלייבן ביי שבט מנשה, קען זיך דאך גאנץ שבט מנשה ארומקריגן ווער עס זאל זיין דער וואס כאפט אריין דעם ריזן שטיקל באדן פון די בנות צלפחד. שבט מנשה האט אנטהאלטן הונדערטער טויזנטער פאמיליעס קע"ה.
מען קען אבער זאגן אז באמת איז די געלט רייץ אליין נאכנישט געווען געניג צו געבן א שטארקע שטיפ אויף צו וועלן נעמען די פארפלעקטע משפחה. פארגעס נישט אז יעדער באקומט דא ביים אריינגיין אין א"י א ריזיגע שטיקל לאנד, מער וויפול ער דארף. נו נאך א שטיקל קרקע שאדט טאקע נישט, אבער צוליב דעם צו נעמען א שידוך מיט א א פלעק??
אבער אז מען הערט אז די שטיק ריעל איסטעיט גייט מעגליך אריבערגיין צו די אנדערע חסידות!! שבט מנשה 45 וועט זיך קענען בויען א שול ממש הארט נעבן די עכטע שבט מנשה'ס שול!!! אזאנס קען מען שוין נישט אראפשלינגען...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אייזענע געדאנק!
לפי״ז פארשטייען מיר פארוואס אויף ט״ו באב, וואס איז געווען א יו״ט פאר שידוכים און איז נתקן געווארן (אלס איינע פון די טעמים) וויבאלד מ׳האט מבטל געווען דעם איסור פון הסבת נחלה והותרו שבטים לבא זה בזה (תענית ל:), וממילא האבן אזעלכע מיידלעך מיט פגם משפחה געקענט גרינגער טרעפן שידוכים וכדברי @עצי שטים, דאן האבן מיידלעך וואס האבן געהאט אנדערע מעלות ווי משפחה דאס טאקע אויסגערופן (להלן לא.) אז מ׳זאל קוקן דערויף און נישט נאר אויף משפחה ע״ש.
לפי״ז פארשטייען מיר פארוואס אויף ט״ו באב, וואס איז געווען א יו״ט פאר שידוכים און איז נתקן געווארן (אלס איינע פון די טעמים) וויבאלד מ׳האט מבטל געווען דעם איסור פון הסבת נחלה והותרו שבטים לבא זה בזה (תענית ל:), וממילא האבן אזעלכע מיידלעך מיט פגם משפחה געקענט גרינגער טרעפן שידוכים וכדברי @עצי שטים, דאן האבן מיידלעך וואס האבן געהאט אנדערע מעלות ווי משפחה דאס טאקע אויסגערופן (להלן לא.) אז מ׳זאל קוקן דערויף און נישט נאר אויף משפחה ע״ש.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דער אמת איז אז נישט דאס גאנצע איז מיינס. איך האב געהערט א גרויס חלק פון א חשובע איד וועמען איך קען, איך האב נאר מוסיף געווען אפאר ענינים און עס געמאכט פאר א דבר השלם.תרמב האט געשריבן:דאס איז א הערליכע פשעטל! איך גלייך עס, מאך נאך!
ס'דערמאנט מיר פון @רביה"ק, ער פלעגט מאכן אזעלכע סארט פשעטלעך.
איך קען נישט אויסזאגן ווער דאס איז אלס חשש גלוי... אזוי ווי עס שטייט:
כל האומר דבר בשם אומרו מביא "גלוי" לעולם...