בלאט 1 פון 2

חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 1:47 am
דורך דערהויבענע איד
איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.

דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.

געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:07 am
דורך דערהויבענע איד
א פרוי זיך נישט שערן איז גאר הארב.

מ'האט חתונה אינגער ווי אלגעמיין, נאר אין די חסידות, זייער טיפיקעל קאטשעניו שידוכים, נאר מיט די הדרכה אין די חסידות.

אלעס איז גאר ''ערענסט'', פון א חתונה ביז פורים, פון שמחת תורה ביז ל''ג בעומר, אלעס איז משוגע איינגעהאלטן און פארדעג'עט.

זיין ''שארף'', און זיך שטופן און הארגענען ביים טיש און ביים רב אין שטוב, אן קיין ציוויליזאציע, איז די נארמע.

Re: חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 4:08 am
דורך nespresso
די מישט צאם פרום מיט פארמאכט בעלז איז פארמאכט אבער נישט פרום (עס איז גראדע דא דארט אסאך פרומע יונגעלייט)
די זעלבע איז מיט מרכז

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 9:26 am
דורך אלע צוזאמען
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.

דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.

געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.
אבי געהאקט.
וועגן כולל יונגערלייט קען זיין ביסט גערעכט אבער נעם אויך אין אכט אז בעלזא איז פון די גרעסטע הויפן אין א''י, סא אטעמאטיש האבן זיי מער אין כולל.
וועגן ארבעטן ביסטו 100% נישט גערעכט, ווען ר' יושע פינק איז דא געווען עטליכע חדשים צירוק, האט ער גערעדט פאר די פרויען א גאנצע דרשה ווי נישט אויסגעהאלטן ס'איז צו פוילעצען די צייט, און ער האט גענדיגט מיט אזא ליין 'ענדערש ארבייטן אגאנצע טאג און לערנען איין שעה, ווי לערנען אגאנצע טאג, און גיין ליידיג איין שעה'.
דרייוון פאר פרויען איז א פלי פון רוחב מעינסטרים מוסדות.
געלט שלעפן, וואס האט דאס מיט פארמאכטקייט?
ישיבת זענען סאדיסטיש, וואו, פון ווי נעמסטו דאס? וויל די האסט געזעהן איין קליפ פון א''י ווי מ'שלאגט א בחור, אין ב''פ איז נישט דא אזא מציאות ווי הייבן הענט אויף א קינד.
אבי זיך ארויפצוזעצן אויף א חסידות.
בעלזא איז מער פארמאכט ווי וויזניץ? ווי אחוץ פלעסטיק גלעזער און די רבי'ס געפילטע פיש ווייסט מען גארנישט! מער פון סקווירא ווי מ'טערעראזירט יעדעם איינעם צו האבן איין סארט מזוזה האלטער! קיינמאל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 10:05 am
דורך [NAMELESS]
אין חסידות אויס זענען זיי זייער פארקנאקט און אלע זענען גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר כבוד בעלזא. אבער, א דורכשניטליכער בעלזער אינגערמאן פון אמעריקע איז פופציג מאל מער אויפגעקלערט ווי א סאטמארער, אין אלע ענינים. אין ארץ ישראל זענען זיי מער פארמאכט, אבער דאך צען מאל מער אויפגעקלערט אפילו פון די באיאנ׳ע/טשאלמערס/וויזשניצע וכו׳. דאס איז צום פארדאנקען דעם בעלזער רבי׳ן וואס אפרישיעיט חכמה און ידיעות און איז ממאס אין אנאלפאבעטן.

Re: חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 10:33 am
דורך קל וחומר
יהורם האט געשריבן:
אין חסידות אויס זענען זיי זייער פארקנאקט און אלע זענען גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר כבוד בעלזא. אבער, א דורכשניטליכער בעלזער אינגערמאן פון אמעריקע איז פופציג מאל מער אויפגעקלערט ווי א סאטמארער, אין אלע ענינים. אין ארץ ישראל זענען זיי מער פארמאכט, אבער דאך צען מאל מער אויפגעקלערט אפילו פון די באיאנ׳ע/טשאלמערס/וויזשניצע וכו׳. דאס איז צום פארדאנקען דעם בעלזער רבי׳ן וואס אפרישיעיט חכמה און ידיעות און איז ממאס אין אנאלפאבעטן.
דא קומט אריין די שאלה וויאזוי מ'רעכנט אויפגעקלערטקייט.
זיי האבן א גרעסערע פראצענט גאר שטארקע פויערן וואס קענען אנקומען צו שחרית ביים ליינען קייענדיג גאם, אבער אויב פאר איינער וועט זיך דאכטן אז עמיצער האט געזאגט א האלב קרום ווארט כלפי בעלזא וועט זייער אויפגעקלערטקייט שנעל נעמען א 360.
ביי מיר מיינט אויפגעקלערט אז מ'האט די פעהיגקייט צו אנקוקן סיי וואס מיט אן אביעקטיווע בליק און נישט נאר וואס די ארומיגע געזעלשאפט לאזט צו.
כלפי דעם הינזיכט בין איך מער נוטה צו זאגן אז א רעגלמעסיגער היינטיגער סאטמארער אינגערמאנטשיק איז מער אפן ווי א בעלזער.
קיין סטאטיסטיקס האב איך טאקע נישט געמאכט אבער פאר יעדע סאטמארער אינגערמאן וואס איך קען, קען איך צוויי בעלזער און אזוי האט זיך מיר ארויסגעוויזן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 10:50 am
דורך [NAMELESS]
צו מיר האט זיך אויסגעזען אז די סיבה וואס טרייבט זיי זיך צו אננעמען פאר בעלזא יעדעס מאל איינער זאגט א קרום ווארט איז נאר, צוליב זייער אהבה צום פלאץ פון וואו זיי שטאמען. עס איז נישט אזוי ווייט זייער מורא'דיגע פאטריאטישקייט פאר בעלזא. אזוי ווי איך וואלט זיך אנגענומען פאר מיין זיידן. אנדערש ווי אין סאטמאר וואס רוב עולם שעלט אינדערהיים און מען נעמט זיך נאר אן אינדרויסן צוליב נארישע פאטריאטיזם. ווי ווייט איך האב עס בודק געווען איז מיין סטאטיסטיק פונקט פארקערט ווי דיינע, לכאורה איז עפעס אנדערש באהאלטן דערונטער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:37 am
דורך דערהויבענע איד
nespresso האט געשריבן:די מישט צאם פרום מיט פארמאכט בעלז איז פארמאכט אבער נישט פרום (עס איז גראדע דא דארט אסאך פרומע יונגעלייט)
די זעלבע איז מיט מרכז
ס'איז ביידע. אזוי ווי מיינע דוגמאות וואס כ'האב געשריבן.

Re: חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:41 am
דורך קל וחומר
איך וואלט געזאגט אז ס'האט יא מיט פאטריאטישקייט, דאס איז וואס מ'באקט אריין אין זיי פון יונגווייז אן און זיי האבן נישט די אפענקייט עס צו טשאלענדשן.
און נניח אז ס'איז ווי זייער זיידע, וואלט אן אויפריכטיגער מענטש געקענט הערן קריטיק אויף זיין באליבטן זיידן און אים נאכאלס רעספעקטירן פאר זיינע מעלות און זייענדיק זיין שאר בשרו.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:45 am
דורך דערהויבענע איד
אלע צוזאמען האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן: וועגן כולל יונגערלייט קען זיין ביסט גערעכט אבער נעם אויך אין אכט אז בעלזא איז פון די גרעסטע הויפן אין א''י, סא אטעמאטיש האבן זיי מער אין כולל.
וועגן ארבעטן ביסטו 100% נישט גערעכט, ווען ר' יושע פינק איז דא געווען עטליכע חדשים צירוק, האט ער גערעדט פאר די פרויען א גאנצע דרשה ווי נישט אויסגעהאלטן ס'איז צו פוילעצען די צייט, און ער האט גענדיגט מיט אזא ליין 'ענדערש ארבייטן אגאנצע טאג און לערנען איין שעה, ווי לערנען אגאנצע טאג, און גיין ליידיג איין שעה'.
בעלזא איז מער פארמאכט ווי וויזניץ? ווי אחוץ פלעסטיק גלעזער און די רבי'ס געפילטע פיש ווייסט מען גארנישט! מער פון סקווירא ווי מ'טערעראזירט יעדעם איינעם צו האבן איין סארט מזוזה האלטער! קיינמאל.
ווען איך רעדט פון מער כולל אינגערלייט מיין איך מער פראצענטואל. בעלזא איז די איינציגסטע חסידות וואס האט די מושג - בעיקר אין א''י - פון ''אברכים'' איינער וואס לערנט אין כולל א גאנץ לעבן.

ר' יושע פינק'ס איין דרשה מיינט גארנישט, אין בעלזא קען יעדער דרש'ענען וואס ער וויל, די פאקט איז אז ס'איז דא אסאך אינגערלייט וואס יושב'ן אפ ווייל אזוי.

סקווירא ביסטו גערעכט אז ס'איז מער פארקנאקט, איך האב בעיקר פארגלייכט צו א''י חסידות'ן, ווי דארט איז די הויפטקווארטיר פון בעלזא, און אין א''י איז יעצט די פאליטיק וועגן די חינוך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:45 am
דורך דערהויבענע איד
.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:50 am
דורך דערהויבענע איד
אלע צוזאמען האט געשריבן: ישיבת זענען סאדיסטיש, וואו, פון ווי נעמסטו דאס? וויל די האסט געזעהן איין קליפ פון א''י ווי מ'שלאגט א בחור, אין ב''פ איז נישט דא אזא מציאות ווי הייבן הענט אויף א קינד.
אבי זיך ארויפצוזעצן אויף א חסידות.
איך האב געלערנט אין די בעלזא מוסדות אין א''י. די פעטש קען איך נישט פון די קליפס. אין ב''פ איז טאקע אנדערש. אזוי ווי דו גייסט נישט צוגלייכן גור אין א''י און אין ב''פ.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:39 pm
דורך מרדכי מרדכי
כולל אינגעלייט איז דא אסאך אבער עס איז נישט קיין פראבלעם צי גיין ארבעטן מען קוקט נישט אראף אויף אן ארבעטער
אברהם דירנפעלד קען דרשנען וויפיל ער וויל לאו דווקא אז מען פאלגט עם אפילו ער האט די מערסטע טיטלען דארט.
כבוד בעלזא איז טאקע איינע פון די 3 חמורות.
די ישיבות זענען נישט ערגער ווי סיי וועלכע ישיבות זייערס גלייכן קענסט נישט צוגלייכן סאטמאר אמעריקא צי בעלזא מדינת ישראל.
נישט פארגעסן שיך און זאקן
א גארטל איז לאו דווקא ישיבות נאר גאנץ בעלזא.
דרייוון איז אזוי ווי איבעראל.
חב"ד איז נישט הארב אבער ברסלב איז בבל יראה ובל ימצא
געלט געלט געלט
פרויען זיך שערן איז ווי אלע אנדערע.

נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 2:43 pm
דורך קהל'ס נער
.

נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 2:48 pm
דורך קהל'ס נער
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)
אין הכי נמי, אבער קיינער צוינגט נישט צי זיין אין כולל, די קינדער פליען נישט פון מוסד און ס'נישטא קיין פיער פרעשיר, איך זעה נישט קיין שום סיבה אז בעלזא זאל נישט מעגן פילעווען זייער מהלך אין עבודת ה'.

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.
גארנישט אנדערש פון פאטריאטיזם, נאר אין א הייליגע נאמען, איז דעיס "פרום" אדער "פארמאכט"?

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.
שקר וכזב.
דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

דעיס האט נישט מיט בעלזא, דעיס האט מיט די לאקאלע מוסדות, למשל אין ב.פ. און מותר לכתחילה, א"י יהרג ואל יעבור, מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'


סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.
ספרי חב"ד מותר לכתחילה, לגבי ברסלב ביסטו גערעכט.

געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.
גערעכט, איך געב טאקע נישט פאר קיין איינע פון זיי, און וואס האט דעיס מיט פרומקייט?

נישט אז בעלזא איז א אויפגעקלערטע חסידות, אבער אין דיין תגובה האסטו געשריבען 99% שטותים.


נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 6:56 pm
דורך מתבודד
מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'
דאס הייבט מיר אויף מיין בלוט דרוק! אין מיינע אויגן איזעס חוזק געמאכט פון אידישקייט (לשיטתם אז דאס איז אידישקייט ). שוין אזוי ווי די רעפארמער, להבדיל, וואס פאר די רייט פרייס קענסטו ווערן א כהן...

אזא אפענע קארופציע אז א בעלזער זאך זיך נישט שעמען עס צו שרייבן!?!

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2022 4:04 pm
דורך שאלתיאל
איך וויל זיך באציען צום ערשטע נקודה וואס דו האסט בארירט.

דו שרייבסט אז בעלז אין א"י האט די מערסטע כולל אינגעלייט. כ'ווייס נישט צו דו ווייסט אבער אין א"י איז אנדערש ווי אין אמעריקע אדער אייראפע, דארט איז בלייבן לערנען אין כולל יארן לאנג נאך דער חתונה א זאך וואס כמעט יעדער טוט, און דער וואס גייט ארבעטן דער איז דער אוטסיידער און דער קלאס 2 איד. עס קומט פון די ליטאים אבער ביי די חסידים איז אויך אזוי. פארט אין דעם הינזיכט אין פראפארציע צו דער אלגעמיינע מצב איז בעלזא סאך בעסער פון אלע אנדערע חסידות'ן. נישט נאר מען מאכט דיר נישט משוגע צו בלייבן אין כולל נאר דער רבי שטופט יונגעלייט צו גיין ארבעטן. דער רב איז געווען דער ערשטע גרויסע רבי אין א"י וועלכע האט געלאזט גיין שטודירן אין קאלעדזש, ער אליין קען זיך אויס פונקטליך מיט אלעס מסלולים און מקצועות און עצה'ט זיינע חסידים וואס צו שטודירן.

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2022 11:27 pm
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:
מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'
דאס הייבט מיר אויף מיין בלוט דרוק! אין מיינע אויגן איזעס חוזק געמאכט פון אידישקייט (לשיטתם אז דאס איז אידישקייט ). שוין אזוי ווי די רעפארמער, להבדיל, וואס פאר די רייט פרייס קענסטו ווערן א כהן...

אזא אפענע קארופציע אז א בעלזער זאך זיך נישט שעמען עס צו שרייבן!?!
וואס דען? זאל איך עס שטיפען אינטער די קארפעט? אזוי וועט אויפהערן?

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2022 11:42 pm
דורך מתבודד
.

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2022 11:43 pm
דורך מתבודד
ניין. אבער טו דיך כאטש נישט אויף מיט דעם

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2022 11:54 pm
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:ניין. אבער טו דיך כאטש נישט אויף מיט דעם
איך קען גארנישט טוען אקעיגן קארופציע, די איינציגסטע זאך איז עס אויפדעקן, און מיט דעים טי איך מיך אויף.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 12:06 am
דורך דערהויבענע איד
שאלתיאל האט געשריבן:איך וויל זיך באציען צום ערשטע נקודה וואס דו האסט בארירט.

דו שרייבסט אז בעלז אין א"י האט די מערסטע כולל אינגעלייט. כ'ווייס נישט צו דו ווייסט אבער אין א"י איז אנדערש ווי אין אמעריקע אדער אייראפע, דארט איז בלייבן לערנען אין כולל יארן לאנג נאך דער חתונה א זאך וואס כמעט יעדער טוט, און דער וואס גייט ארבעטן דער איז דער אוטסיידער און דער קלאס 2 איד. עס קומט פון די ליטאים אבער ביי די חסידים איז אויך אזוי. פארט אין דעם הינזיכט אין פראפארציע צו דער אלגעמיינע מצב איז בעלזא סאך בעסער פון אלע אנדערע חסידות'ן. נישט נאר מען מאכט דיר נישט משוגע צו בלייבן אין כולל נאר דער רבי שטופט יונגעלייט צו גיין ארבעטן. דער רב איז געווען דער ערשטע גרויסע רבי אין א"י וועלכע האט געלאזט גיין שטודירן אין קאלעדזש, ער אליין קען זיך אויס פונקטליך מיט אלעס מסלולים און מקצועות און עצה'ט זיינע חסידים וואס צו שטודירן.
טאקע דאס האב איך געשריבן. פראצענטואל שטופט מען מער ווי אין אנדערע פלעצער צו בלייבן ביים לערנען. איך ווייס גאר גוט די מצב אין א''י, און צו דעם האב איך זיך באצויגן. טראכט פון וויזניץ ישראל, וויפיל אברכים זענען דא פראצענטואל, אפילו פון גור האט בעלזא מער.

די רב שטופט אויסדרוקליך נישט אינגעלייט צו גיין ארבעטן, סה''כ האט מען גע'כשר'עט גיין ''שטודירן'' אין א ''מכללה'' ווי מ'לערנט אביסל מטמטיקה און עי. בי. סיס, וואס מרופט "אנגלית"... זאכן וואס יעדע וויליאמסבורגער קען.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 12:07 am
דורך בת קול
קהל'ס נער האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:
דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

דעיס האט נישט מיט בעלזא, דעיס האט מיט די לאקאלע מוסדות, למשל אין ב.פ. און מותר לכתחילה, א"י יהרג ואל יעבור, מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'


ס׳איז דא א סיבה פארוואס דו האסט אויסגעלאזט די שנעלסטע וואקסענדיגע בעלזא קהילה לעיקוואד, און די רב׳ס פסק איבער פרויען דרייוון?