בלאט 1 פון 1

חרדים געווינען קאמף פאר כשר'ע פאונס אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
די בג''ץ האט ארויסגעגעבן א פסק וואס האט אפגעשטעלט די געזעץ פון הענדל וואס האט געדארפט לאזן טרענספערן כשר'ע סעלפאון נאמבערס צו יעדע אנדערע סערוויס, וואס וואלט מבטל געווען די כשר'ע סעלפאון נומערן אין א''י.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 4:33 pm
דורך Nanach
ששון ושמחה האט געשריבן:די בג''ץ האט ארויסגעגעבן א פסק וואס האט אפגעשטעלט די געזעץ פון הענדל וואס האט געדארפט לאזן טרענספערן כשר'ע סעלפאון נאמבערס צו יעדע אנדערע סערוויס, וואס וואלט מבטל געווען די כשר'ע סעלפאון נומערן אין א''י.
טויש די קעפל משטלתים על הציבור געווינען חרדים פארלוירן

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:41 pm
דורך שאלתיאל
שווערע פאטש פאר רוב היימישע אידן אין ארץ ישראל וועלכע זענען געפאנגען אין דער נעץ פון די פארדארבענער און ברוטאלע וועדת הרבנים לענייני תקשורת.

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:49 pm
דורך מתבודד
איך מיין אז די פארפוילטע וועדת הרבנים איז במילא א פארגאנגנהייט. ס’איז דא אויף זיי שווערע חקירות פון אלע זייטן.

געווען א מאסיווע זשורנאליסטישע חקירה אויף זיי דורך חדשות 13, אויב איינער קען ברענגען א לינק למצוה גדולה יחשב... ווערט דארטן געברענגט פונקטליכע דיסקריפציעס אויף די זשאב פון צמח צרפתי אינעם וועדה, היינט איז ער א שטיקל געטשקע ביי די קנאים ווייל ער זיצט (אדער איז געזיצן) אין תפיסה על ”קדושת ישראל”...
מיט נאך אסאך ווערטפולע אינפארמאציע.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 1:36 am
דורך [NAMELESS]
אפשר קען איינער קלאר מסביר זיין וואס די קאמף איז.
דוכט זיך אז צרפתי האט קיין שייכות מיט דעם, ער איז קעגן געשעפטן וואס פארקויפן סמארטפאונס וכדו', אבער דאס איז עפעס אנדערש. לויט ווי איך פארשטיי איז אין א"י פארהאן א עקסטערע סעלפאן ליין, וואס יעדער חרדי מעג נאר האבן דורך דעם, און זיי בלאקן נומבערס פון שמוץ וכדו'.
בין איך גערעכט?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 2:08 am
דורך מתבודד
און זיי בלאקן נומבערס פון שמוץ וכדו'.
ר' פורים קודם א מזל טוב פאר דיין הונדערטער...
איך וועל דיר זאגן ווי ביסט נישט גערעכט. די וכדו' איז א טעות. כאטש אויף דעם זענען זיי מתחילה געשטעלט געווארן האבן זיי אביוזד זייער כח אויף א מאסשטאבליכע פארנעם,
לדוגמא גאר לעצטנס ווען א טעלעפאון ליין צו קויפן טיקעטס ביי א דרשה פון ר' שאול אלתר איז פארשפארט געווארן דורך זיי.

אבער לאמיר זיי דן זיין לכף זכות, מסתמא האט ר' שאול גערעדט שמוץ ביי די דרשה, ווי למשל עפעס קעגן גור ח''ו...

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 2:54 am
דורך Nanach
מתבודד האט געשריבן:

אויף קלאר צו מאכן דאס איז נאר א דוגמה אחד מיני אלף.
און חוץ מזה די טעראר פון גור לגבי טעקסט...

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 3:08 am
דורך [NAMELESS]
מתבודד האט געשריבן:
און זיי בלאקן נומבערס פון שמוץ וכדו'.
ר' פורים קודם א מזל טוב פאר דיין הונדערטער...
איך וועל דיר זאגן ווי ביסט נישט גערעכט. די וכדו' איז א טעות. כאטש אויף דעם זענען זיי מתחילה געשטעלט געווארן האבן זיי אביוזד זייער כח אויף א מאסשטאבליכע פארנעם,
לדוגמא גאר לעצטנס ווען א טעלעפאון ליין צו קויפן טיקעטס ביי א דרשה פון ר' שאול אלתר איז פארשפארט געווארן דורך זיי.

אבער לאמיר זיי דן זיין לכף זכות, מסתמא האט ר' שאול גערעדט שמוץ ביי די דרשה, ווי למשל עפעס קעגן גור ח''ו...
ברוכים תהי', ביי ענק אויף שמחות....
איך האב די עיקר געוואלט אויסקלארן, צו "צרפתי" איז פארבינדען מיט דעם. דאס מייניך איז צוויי באזונדערע מערכות.

ואס איז די מערכה אין בג"ץ, וועם שטערט די טעראר וואס חרדים לייגן אויף חרדים?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 8:27 am
דורך אלבערט איינשטיין
מתבודד האט געשריבן:
און זיי בלאקן נומבערס פון שמוץ וכדו'.
ר' פורים קודם א מזל טוב פאר דיין הונדערטער...
איך וועל דיר זאגן ווי ביסט נישט גערעכט. די וכדו' איז א טעות. כאטש אויף דעם זענען זיי מתחילה געשטעלט געווארן האבן זיי אביוזד זייער כח אויף א מאסשטאבליכע פארנעם,
לדוגמא גאר לעצטנס ווען א טעלעפאון ליין צו קויפן טיקעטס ביי א דרשה פון ר' שאול אלתר איז פארשפארט געווארן דורך זיי.

אבער לאמיר זיי דן זיין לכף זכות, מסתמא האט ר' שאול גערעדט שמוץ ביי די דרשה, ווי למשל עפעס קעגן גור ח''ו...
איך געדענק יארן צוריק ווען איך בין געווען אלץ בחור אין ארץ ישראל פאר א באזוך. און איינער האט מיר פארדינגען א כשר'ע סעלפאן, און איך האב געוואלט רופן די נומער צו איינשרייבן ביי קבר יוסף הצדיק און עס איז געווען בלאקירט מטעם כשרות... און געדארפט נוצן א צווייטע טעלעפאן צו רעזערווירן א פלאץ.

אינטערעסאנט אז די אנדערע טעלעפאן וואס איך האב למעשה גערופן איז אויך געווען א כשר'ע אדער פון א אנדערע סערוויס פראוויידער. געוויסע זענען מער בלאקירט פון די צווייטע, ווייזט אויס.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 4:40 pm
דורך ים רויבער
מתבודד האט געשריבן:איך מיין אז די פארפוילטע וועדת הרבנים איז במילא א פארגאנגנהייט. ס’איז דא אויף זיי שווערע חקירות פון אלע זייטן.

געווען א מאסיווע זשורנאליסטישע חקירה אויף זיי דורך חדשות 13, אויב איינער קען ברענגען א לינק למצוה גדולה יחשב... ווערט דארטן געברענגט פונקטליכע דיסקריפציעס אויף די זשאב פון צמח צרפתי אינעם וועדה, היינט איז ער א שטיקל געטשקע ביי די קנאים ווייל ער זיצט (אדער איז געזיצן) אין תפיסה על ”קדושת ישראל”...
מיט נאך אסאך ווערטפולע אינפארמאציע.
https://13tv.co.il/item/news/hamakor/se ... 903049548/

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 4:53 pm
דורך מתבודד

דורך מתבודד

געווען א מאסיווע זשורנאליסטישע חקירה אויף זיי דורך חדשות 
שכ’ח! ממש יעצט עס געהאלטן אינמיטן זוכן כ’האב נאר געטראפן די קלענערע ווערסיע.
דאס איז א 6 מינוטיגע ווידיא
https://13tv.co.il/item/news/domestic/c ... s-1283074/

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 4:57 pm
דורך מתבודד
אבער פארשטייט זיך אז אלס איז הוילע שקרים און בלבולים!....

https://hm-news.co.il/276327/

אפי’ חרב חדה וכו’ אל יתייאש מן השקרים וכזבים. אולי יחוס אולי ירחם...