בלאט 1 פון 17

ובא השמש, וזרח השמש: גאב"ד העדה החרדית

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2022 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
אכצן יאר האט הגרי"ט ווייס געדינט אלץ גאב''ד עדה החרדית ביז ער איז היינט שבת אינדערפרי נסתלק געווארן, זכר צדיק לברכה.

די שאלה איז יעצט ווער עס וועט אים איבערנעמען אין די פאזיציע.

זייט דעם מנחת יצחק איז מען מקפיד אז דער גאב''ד זאל נישט זיין א מענטש וואס שאקעלט וועלטן און איז א גרויסער אנגענומענער פוסק ומחבר ספרים, נאר ענדערש א ת''ח ואיש צדיק וואס איז שטיל און "לאזט די זאך פאר'ן"

יעצט איז די שאלה, ווער קומט נעקסט?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 12:58 am
דורך וויליאמסבורגער
ערענסטע קאנדידאטן יעצט זענען רבי משה שטערנבוך, הרב אולמאן, און אדמו''ר מדושינסקי.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 1:28 am
דורך [NAMELESS]
נאטורליך, דארף עס זיין הגר"מ שטערנבוך.
הרב אולמאן איז יונגער פון אים, און שפעטער אריינגעקומען אין בי"ד.
אדמו"ר מדושינסקיא איז פיל יונגער, און שווער צו גלייבן אז ער זוכט עס. ער פארמאגט איין אייגענע ריזיגע קהלה, און דארף לכאורה נישט די פרעשור.

אבער, צוליב די אומשטענדן צווישן די מער קנאי'שע פראקציעס, וועלכע קענען נישט מסכים זיין אז הגר"מ שטערנבוך זאל ווערן גאב"ד, איז נישט קלאר וואס די אלטערנעטיוו איז.
(חוץ אויב זיי וועלן זיך אונטערגעבן, מיטן חשבון אז ער שוין אויך א זקן מופלג וד"ל).

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 1:30 am
דורך חב''ד הויזן
אויב נעמט מען אויף דושינסקיא באדייט דאס בדרך הטבע אז קומענדיגע מאל מען וועט עפענען אזא אשכול וועלן אונזערע אייניקלעך זיין אקטיוו דא...

זיין טאטע האט אויך געהאט א אייגענע גרויסע קהילה און סאטמאר רב אויך, דאס איז נישט קיין אפהאלט.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 1:32 am
דורך [NAMELESS]
זיין טאטע הגרי"מ דושינסקיא איז געווען א חבר הבי"ד, און שפעטער געווארן רב.
דער היינטיגער אדמו"ר מדושינסקיא איז קיינמאל געווען אין בי"ד, און בפשטות זוכט ער עס נישט. אבער מ'קען טאקע נישט וויסן.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 3:56 am
דורך יאסל ראקאווער
וואס איז די פונקציע פון גאב"ד וואס וועט שטיין און וועג פון די סדר היום פון דער דושינסקיא רבי?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 7:02 am
דורך חד גדיא
שמועות

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 7:06 am
דורך [NAMELESS]
דוכט זיך אז רח"א פריינד איז עלטער (אין יארן) פון רא"י אולמאנן, קומט ער נישט פריער אויפן סדר?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 7:07 am
דורך קרעפלעך
ווער איז יעצט סגן גאב''ד?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 7:10 am
דורך [NAMELESS]
סגן גאב"ד איז א בחינה אזויווי רב"צ איז געווען "רב הצעיר" אין באבוב, וויבאלד רנ"צ איז שוין געווען אלט, און אויך א אנדייטונג אז ער איז דער ממלא מקום נאכדעם. דאס זעלבע וויבאלד ר"מ שטערנבוך לאוי"ט איז שוין נישט קיין יונגערמאן, נעמט מען נאך איינעם אלס סגן.
ביים יעצטיגן גאב"ד איז נישט געווען קיין סגן, און אזוי אויך נישט ביז יעצט, וויבאלד ווען ער איז געווארן רב איז ער נאך געווען פיל אין די כוחות, און נישט געדארפט קיין סגן.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 8:55 am
דורך היסטאריע
פאר וועלכע עולם דינט דער עדה החרדית?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 9:39 am
דורך בעל דרשן
ס'איז אינטערסאנט צו זעען וועם מ'גייט אויפנעמען אויב פון די חברי ביד"ץ קען גאר זיין רבי שמעון יצחק שלעזינגער ער איז נאך יונג און ביי די כוחות אדער קען גאר זיין אינגאנצן א פרעמדע דיין אזוי ווי ביי רבי יצחק טוביה פון אנטווערפן

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 9:43 am
דורך בעל דרשן
היסטאריע האט געשריבן:פאר וועלכע עולם דינט דער עדה החרדית?
סאטמאר תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק ברסלב דושינסקיא בוהוש משכונות הרועים קהל חסידי ירושלים סקולען פינסק קארלין און אביסל רחמיסטריווקא זיכער דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 9:50 am
דורך [NAMELESS]
הרב שלעזינגער וואלט לכאורה געוועהן גאר א שטארקע זאך. אבער ער איז נאך היפש יונג. קוים אריין אין די עדה א יאר צוויי צוריק.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 10:47 am
דורך היסטאריע
בעל דרשן האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:פאר וועלכע עולם דינט דער עדה החרדית?
סאטמאר תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק ברסלב דושינסקיא בוהוש משכונות הרועים קהל חסידי ירושלים סקולען פינסק קארלין און אביסל רחמיסטריווקא זיכער דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט
די אלע קהילות האבן נציגים אין דער וועד?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 11:16 am
דורך פאלגזאם
בעל דרשן האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:פאר וועלכע עולם דינט דער עדה החרדית?
סאטמאר תולדות אהרן תולדות אברהם יצחק ברסלב דושינסקיא בוהוש משכונות הרועים קהל חסידי ירושלים סקולען פינסק קארלין און אביסל רחמיסטריווקא זיכער דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט
גאנץ בוהוש, אדער נאר א חלק?

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 12:07 pm
דורך תרמב
ווער האט געזאגט אז ס'גייט לויט די עלטער? על פי סברה וואלט געדארפט זיין פארקערט אז מ'זאל אויפנעמען א מענטש וואס קען פירן א קהילה געהעריג נישט א מענטש וואס מ'דארף שוין שלעפן מיט א רעדער בענקל און די קאפ איז שוין האלב וועגס נישט דא, א רבנות איז א שטעלע נישט קיין טיטל.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 12:11 pm
דורך מתבודד
א רבנות איז א שטעלע נישט קיין טיטל.
מיין פריינט איר לעבט אין אלטע צייטן

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 2:38 pm
דורך תרמב
וואס הייסט? אפילו אויב זייער כוח איז נישט אזוי שטארק דארף נאך ירושלימע רב פארפיגן אויף א ריזיגע כשרות אפאראט און א גרויסע בית דין וואס פסקנט גרויסע דין תורות יעדן טאג, איך רעד שוין נישט פון דעם וואס מ'דארף ארויסשיקן די יונגלעך יעדן טאג פאר עפעס אנדערש, די רבנות פון די עדה החרדית מיינט עפעס א זשאב, דאס אז דו האסט עס נישט ליב מאכט עס נישט אויס זשאב, און ווען מען גייט זוכן א מענטש וואס איז פאסיג פאר דעם זשאב זוכט מען ווער ס'קען עס טון אדער ווער ס'האט די ריכטיגע פאליטישע קאנעקשאנס, נישט ווער ס'איז עלטער, ביי סאדיגורא האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו אדמורות גייט שוין נישט דווקא פאר די עלטסטע...

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 3:06 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
כהאב נאכנישט געזען קיין קראנטע מקורות אויפן התמנות פון רב שטערנבוך צו זיין גאב"ד.

עס איז בכלל נישט אזוי פשוט אז ער זאל ווערן גאב"ד אפגעזען קנאות צו נישט, ער איז שוין געווען א חבר בד"ץ פאר פערצן יאר פאר רבי טוביה איז געקומען קיין ירושלים און פאר סאם ריזען האט מען אויסגעזוכט רבי טוביה פון אנטווערפן אנשטאט אים געבן דעם אמט.

די דושינסקיער ווילן שטארק אריינברענגען זייער רבין אינעם אמט, כאטש סאיז ווארשיינליך קלאר אז אין אזא פאל וועט רבי טוביה האבן געווען דער לעצטער רעספעקטירטער רב פון ירושלים.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 4:30 pm
דורך חב''ד הויזן
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כהאב נאכנישט געזען קיין קראנטע מקורות אויפן התמנות פון רב שטערנבוך צו זיין גאב"ד.

עס איז בכלל נישט אזוי פשוט אז ער זאל ווערן גאב"ד אפגעזען קנאות צו נישט, ער איז שוין געווען א חבר בד"ץ פאר פערצן יאר פאר רבי טוביה איז געקומען קיין ירושלים און פאר סאם ריזען האט מען אויסגעזוכט רבי טוביה פון אנטווערפן אנשטאט אים געבן דעם אמט.

די דושינסקיער ווילן שטארק אריינברענגען זייער רבין אינעם אמט, כאטש סאיז ווארשיינליך קלאר אז אין אזא פאל וועט רבי טוביה האבן געווען דער לעצטער רעספעקטירטער רב פון ירושלים.
דושינסקיא וועט נישט זיין ווייניגער רעספעקטירט ווי ר' טובי'.

(איך האב גערעדט אויפן איידלסטען אופן וואס ס'שייך... )

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 4:54 pm
דורך קרעפלעך
דא א שמועס אז טאהשע דיין און וויענע רב זענען אויפן טיש

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 4:56 pm
דורך חב''ד הויזן
קרעפלעך האט געשריבן:דא א שמועס אז טאהשע דיין און וויענע רב זענען אויפן טיש
נא, א טיש איז א מזבח!