פאר איך הייב אן מוז איך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין ''דאבשינער'', מיין משפחה איז נישט דאבשין, איך צייל זיך נישט פון חסידי דאבשינע, כ'האב קיינמאל נישט געפראוועט ביים היינטיגן דאבשינע רבי'ן שליט''א (און איך פלאן נישט אין צונקופט)
דאך בין איך א שטארקע מעריץ פון להבבחל''ח דעם פריערדיגן דאבשינע רבי'ן זי''ע און דאס איז בעיקר ווייל ער איז געווען אן עניו און פארשטאנען אז ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא בכלל, וואס דערפאר האט ער טאקע דעם רביס'טעווע נישט אנגענומען און עס האט נישט עקזיסטירט.
איך גלייב אז דער עולם וועט מסכים זיין אז ס'קומט אזא איינעם עפעס אנערקענונג נאך אזויפיל יארן. און כ'לאז טאקע איבער פארן עולם וואס באלאנגען יא אין יענעם לאגער צו שרייבן וויאזוי זען דאס. כ'שרייב דאס נאר לע''ד כזאג נישט קבלה דעתי און זאל יעדער רעאגירן בדרך כבוד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)