בלאט 1 פון 1

פעלאוסי בליץ באזוך אין טייוואן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:20 am
דורך מתבודד
ווער געדענקט נאך די אלטע גוטע צייטן ווען אונזער אראנזשער ענערגישער פרעזידענט האט אונז נישט געלאזט באורד קיין איין מינוט?
אבער אמעריקאנע בירגער האבן מחליט געווען צו נעמען סליפינ פילס פאר עטליכע יאר, אדער נישט, און אריינגעברענגט פון מושב זקנים אלס פרעזידענט איינער וואס זיין עיקר אויפגאבע פלעגט זיין זיך צו דרייען אין די זייטיגע שטיבלעך פון בית המדרש און ארפנעמען די גמרות פון העכער די חומש, אדער די קדושת לוי פונעם תהלים, אדער מעורר זיין א יונג בחור’ל אז די תפילין שטייט אים נישט פונקט אינמיטן. האט מען אים אפגרעיטעד צו גוטן און היינט טוט ער עס ווייטער בנאמנות אינעם חב’’ד שטיבל אינעם לעפט ווינג, וירד שינה על הארץ, די צייט האט אנגעפאנגן גיין אויף סלאו מאשען.

האט זיך די באבע מרחם געווען און דערציילט אז זי גייט מאכן פרייליך, ”כ’פאר קיין טייוואן, און כ’שרעק זיך נישט פאר קיינעם!” שרייט זי מיט פאטאס צו די אייניקלעך און די נייגעריגע שכנים וואס שטייען ביים פענסטער. די גרויסע כינע אבער איז אויפגעברויזט ביז גאר. ס’הייסט דו גיסט לעגיטימאציע פאר איינער וואס זיין גאנצע יקום איז גניבה פון מיר?? שיקן זיי ארויס מיליטערישע העליקאפטער וואס דארפן צו פארעמען אין די הימלען א זויערע שמייכל, און האפן אז פעלאוסי וועט ארויסקוקן פון איר פליגער פענסטער און כאפן די מעסעזש.

וויל מען יעצט הערן די מיינונג פון די חשובע חברים, וואס האלטן ענק גייט דא ווייטער געשען??