בלאט 1 פון 1

די מיינונג פון "שושבינים"

נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:39 pm
דורך קהל'ס נער
שושבינים איז א באקאנטע ווארט וואס מען ניצט היינט פאר די חופה אינטערפירערס.
אבער די ארגינעלע מיינונג פון שושבינים איז אז מען פלעיגט אריין שיקען 2 עדים ווען די חתן איז געגאנגען בועל זיין די כלה די ערשטע מאל צי קיקען אויב די מיידל האט בתולים, אזוי צי קענען נעמען אין בית דין צימארגנס מיטן טענה לא מצאתי לבתך בתולים, און מען זאל עים נישט קענען סוען אלץ א מוציא שם רע.

אגב, איך האב געפרעיגט מיין מגיד שיעור פון ישיבה וואס מיינט לא מצאתי לבתך בתולים, סתם ווייל כ'האב עים געוואלט לייגן אין די ספאט, האט ער גענטפערט "אז איך האב נאך נישט געטראפן א מיידל אזוי ווי דיין מיידל" :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: איינער ווייסט וואס דעיס דארף בכלל צי מיינען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 12:09 am
דורך חדשים
סתם אויסצוקלארן. די שושבינון האבן נישט געקוקט אויב די מיידל האט בתולים. זייער ארבייט איז געווען זיכער צו מאכן אז די חתן פאפט נישט אויס די כלה און די זעלבע פארקערט. דא האסטו די גמרא ופירש”י פון כתובות יב.

כדתניא א"ר יהודה ביהודה בראשונה היו מייחדין את החתן ואת הכלה שעה אחת קודם כניסתן לחופה כדי שיהא לבו גס בה ובגליל לא היו עושין כן ביהודה בראשונה היו מעמידין להם שני שושבינין אחד לו ואחד לה כדי למשמש את החתן ואת הכלה בשעת כניסתן לחופה ובגליל לא היו עושין כן ביהודה בראשונה היו שושבינין ישנים בבית שחתן וכלה ישנים בה ובגליל לא היו עושין כן וכל שלא נהג כמנהג הזה אינו יכול לטעון טענת בתולים. 

רש”י:
למשמש - לפשפש ולמשמש במעשיהן באותו הלילה שלא יקלקלו זה את זה במעשיהם בתרמית שלא יראה זה דם בתולים ויאבד וזו לא תביא מפה שיש עליה טיפי דמים ובמקום שנהגו למשמש לא נהגו לייחד דאילו במקום שנהגו לייחד מאי מישמוש בעי הרי אין שם טענת בתולים אלמא ביהודה מקומות מקומות יש:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 1:22 am
דורך דוד שריפטליך
קהל'ס נער האט געשריבן:שושבינים איז א באקאנטע ווארט וואס מען ניצט היינט פאר די חופה אינטערפירערס.
אבער די ארגינעלע מיינונג פון שושבינים איז אז מען פלעיגט אריין שיקען 2 עדים ווען די חתן איז געגאנגען בועל זיין די כלה די ערשטע מאל צי קיקען אויב די מיידל האט בתולים, אזוי צי קענען נעמען אין בית דין צימארגנס מיטן טענה לא מצאתי לבתך בתולים, און מען זאל עים נישט קענען סוען אלץ א מוציא שם רע.

אגב, איך האב געפרעיגט מיין מגיד שיעור פון ישיבה וואס מיינט לא מצאתי לבתך בתולים, סתם ווייל כ'האב עים געוואלט לייגן אין די ספאט, האט ער גענטפערט "אז איך האב נאך נישט געטראפן א מיידל אזוי ווי דיין מיידל" :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: איינער ווייסט וואס דעיס דארף בכלל צי מיינען?
דערמאנסט פון חדר פון די יונגלעך וואס האבן פלייסיג געלערנט יעדע רש"י וואס מען האט אויסגעלאזט ווייל דאס איז א דיקדוק רש"י

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 7:30 am
דורך היסטאריע
אגב, איך האב געפרעיגט מיין מגיד שיעור פון ישיבה וואס מיינט לא מצאתי לבתך בתולים, סתם ווייל כ'האב עים געוואלט לייגן אין די ספאט, האט ער גענטפערט "אז איך האב נאך נישט געטראפן א מיידל אזוי ווי דיין מיידל" :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: איינער ווייסט וואס דעיס דארף בכלל צי מיינען?
לויט דעם פשט וואלט געברויכט שטיין, כבתך, מיט א כף.

איז דא פלעצער ווי מען לערנט מיט קינדער דער אמת'ע פשט אין די פרשיות, רש"י'ס, וכו'?