בלאט 1 פון 2

טרעינס אין ירושלים - פרצת הדור

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 3:45 pm
דורך מאמר קדישין
איינער קען מיר ביטע פאר א גוט יאר מסביר זיין וואסי שלעכט מיט א טרעין וואס גייט אדורך ירושלים? אמער, דער רבי זכותויגן עלינו האט זיך דאך געראטעוועט דורך א טרעין, ואין פוצה פה ומצפצף. דא פוצה'ט מען און מצפצפט מען עד אין קץ ותכלה, און איך פאר א שווארץ יאר קען נישט פארשטיין א הו"א פארוואס דאס איז שלעכט.

איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי מיר זינדיגן דורך א טרעין? מילא א סמארטפאון, פארשטיי איך. פון דארט קען מען אפשר קויפן טיקעטס צום טרעין. אבער רבונא דעלמא כולא, וואס ווילן זיי פון די טרעין?

איך מיין עס ערנסט, איך הייב נישט אן צו האבן אן אהנונג וואס זיי ווילן אפילו לשיטותם. איך קען זיי לאזן מיט זייער פערצעס פון איבערנעמן מירון, איך פארשטיי אויך פארוואס קרתא מוז זיך פארמאכן, קברים טאר מען נישט אויסגראבן אפילו טאמער עס איז נישט דא קיין קברים אדער זענען זיי גוים. די אלע זאכן פארשטיי איך גוט, אבער א טרעין איז שגבה מבינתי.

אשרי מי שיעמוד לימיני לעזור לי בהבנת הענין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 3:55 pm
דורך שאלתיאל
.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 4:03 pm
דורך Nanach
מאמר קדישין האט געשריבן:איינער קען מיר ביטע פאר א גוט יאר מסביר זיין וואסי שלעכט מיט א טרעין וואס גייט אדורך ירושלים? אמער, דער רבי זכותויגן עלינו האט זיך דאך געראטעוועט דורך א טרעין, ואין פוצה פה ומצפצף. דא פוצה'ט מען און מצפצפט מען עד אין קץ ותכלה, און איך פאר א שווארץ יאר קען נישט פארשטיין א הו"א פארוואס דאס איז שלעכט.

איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וויאזוי מיר זינדיגן דורך א טרעין? מילא א סמארטפאון, פארשטיי איך. פון דארט קען מען אפשר קויפן טיקעטס צום טרעין. אבער רבונא דעלמא כולא, וואס ווילן זיי פון די טרעין?

איך מיין עס ערנסט, איך הייב נישט אן צו האבן אן אהנונג וואס זיי ווילן אפילו לשיטותם. איך קען זיי לאזן מיט זייער פערצעס פון איבערנעמן מירון, איך פארשטיי אויך פארוואס קרתא מוז זיך פארמאכן, קברים טאר מען נישט אויסגראבן אפילו טאמער עס איז נישט דא קיין קברים אדער זענען זיי גוים. די אלע זאכן פארשטיי איך גוט, אבער א טרעין איז שגבה מבינתי.

אשרי מי שיעמוד לימיני לעזור לי בהבנת הענין.
דא רעדט מען פון רכבת הקלה וואס איז א לאקעל טראם
די טענה איז אז עס האט ריזיגע פענסטערס, ממש האלב פון די הייעך און עס הייבט אן ביי די גאר פרייע געגענטער און ענדיגט ביי פרייע געגנטער ממילא ברענגט עס פריצות אין די היימישע געגענט. מען האט געבעטן די מעיאר עס זאל ביי בר אילן אראפגיין אונטער די ערד האט ער בשום אופן נישט געוואלט.
אן נעמען א צד דאס איז די מעשה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 4:05 pm
דורך בר גיורא
איך האב געפרעגט א שטיק צייט צוריק א טשאלמער (וואס באטייליגט זיך און די הפגנות יעדע וואך) די שאלה און ער האט געענטפערט אזוי:
"זייער פשוט די גאנצע ציהל פון די טאמענע ציונים איז נאר פריי מאכען אלע ערליכע אידן, קומט אויס אז יעדע זאך וואס זיי טוען קומט מיט א באהאלטענע כוונה אונז אפצושמדען א"כ דארף מען מוחה זיין" :D
דאס איז זייער גאנצע היליך המחשבה בנוגע אלעס וואס מאיז מוחה, סבאדערט זיי זייער ווייניג וועגען 3% ספק אז אפשר איז דא ביינער ואת"ל אולי איז עס פון אידען,
נאר די עיקר איז די שמד וואס ווערט דא דורכגעפירט,
וכמאמר החכם "טראכט נישט וואס די פערד טראכט ווייל ער טראכט נישט"

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 4:10 pm
דורך בר גיורא
Nanach האט געשריבן:
דא רעדט מען פון רכבת הקלה וואס איז א לאקעל טראם
די טענה איז אז עס האט ריזיגע פענסטערס, ממש האלב פון די הייעך און עס הייבט אן ביי די גאר פרייע געגענטער און ענדיגט ביי פרייע געגנטער ממילא ברענגט עס פריצות אין די היימישע געגענט. מען האט געבעטן די מעיאר עס זאל ביי בר אילן אראפגיין אונטער די ערד האט ער בשום אופן נישט געוואלט.
אן נעמען א צד דאס איז די מעשה
Just for the record
די פלאן לכתחילה איז געווען צי מאכען די באן אויף בר אילן אונטער די ערד אבער דעמאלס האבן די גערע פארפירט אז סגייט ווערן hangout's,
האט מעו געטוישט סזאל גיין העכער די ערד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 4:15 pm
דורך Nanach
בר גיורא האט געשריבן:

נישט געוואוסט. אבער די גערע מיט די טשאלמער פירן אנדערע עקאונטס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 5:16 pm
דורך שמן למאור
מאמר קדישין האט געשריבן:איינער קען מיר ביטע פאר א גוט יאר מסביר זיין וואסי שלעכט מיט א טרעין וואס גייט אדורך ירושלים? אמער, דער רבי זכותויגן עלינו האט זיך דאך געראטעוועט דורך א טרעין, ואין פוצה פה ומצפצף. דא פוצה'ט מען און מצפצפט מען עד אין קץ ותכלה, און איך פאר א שווארץ יאר קען נישט פארשטיין א הו"א פארוואס דאס איז שלעכט.
אוי וואס פארשטייט דען די היינטיגע דור... לאו כל הטרעינס שוות... ווילטסו דען מדמה זיין די היינטיגע טרעינס צו די אמאליגע רעביזיכיסויאגענעלייניס טרעין?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 5:57 pm
דורך מרדכי מרדכי
דאכצימיא אז די רבעזכיסעיאגענעלייני איז אויך געווען א ציוניסטישער באן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2022 7:16 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי: די רעבעזכיסעיאגנאלייני'ס טרעין איז טאקע געווען א ציוניסט'ישער טרעין. ולא מחזיקינן טיבותא להאי ציוני שייגעץ רודאלף קאסטנער, נאצי קאלאבאראטאר, (אן ליצנות. ער איז געווען די אלע זאכן). מחמת כמה טעמים כמוסים ונגלים.ווייל ער איז עכט געווען א רשע. ער האט נישט געמיינט צו העלפן אידן. און די אלע וועלכע זענען מוחה אקעגן די רכבת הקלה האבן צוערשט זיכער געמאכט אז זייער טשעק פון ביטוח לאומי איז שוין אריינגעקומען. אויסער יואלי'ש קרויס וועלכער איז נישט נהנה אפילו א שווה פרוטה פון די ציוניסט'ישע ממשלה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:14 am
דורך מתבודד
די חלק אז ס’גייט מאכן בר אילן א (נאכמער) אנגעזעצטע און פאר’חזיר’טע גאס קען איך פארשטיין. לכאורה וואלט געווען סאך פראקטישער צו עס מאכן אונטער די ערד.
לכתחילה איז געווען צי מאכען די באן אויף בר אילן אונטער די ערד אבער דעמאלס האבן די גערע פארפירט אז סגייט ווערן hangout's
דאס האט א מקור? וואס איז זייער פראבלעם, אז גור’ע בחורים און מיידלעך גייען מבלה זיין די נעכט דארט? אינטרעסאנטע מעשה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:25 am
דורך געזונטערהייט
מתבודד האט געשריבן:די חלק אז ס’גייט מאכן בר אילן א (נאכמער) אנגעזעצטע און פאר’חזיר’טע גאס קען איך פארשטיין. לכאורה וואלט געווען סאך פראקטישער צו עס מאכן אונטער די ערד.
לכתחילה איז געווען צי מאכען די באן אויף בר אילן אונטער די ערד אבער דעמאלס האבן די גערע פארפירט אז סגייט ווערן hangout's
דאס האט א מקור? וואס איז זייער פראבלעם, אז גור’ע בחורים און מיידלעך גייען מבלה זיין די נעכט דארט? אינטרעסאנטע מעשה
קען גראדע מאכן סענס אס ס'זאל ווערן הענגאוטס דארט
אין ירושלים ווערן זייער שנעל הענג אוט פלעצר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 12:48 pm
דורך מי ימצא
פאר מען רעאגירט אויף א מעשה, דארף מען קענען היסטאריע.
אזוי ווי איך בין בעד אין היסטאריע קען איך עס אראפלייגן נאר מיט די פאקטן וואס איך קען, מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן.

משל
שטעל זיך פאר ווען איין טאג הערט מען, אז כדי די סאבוועיס זאלן קענען אנקומען פון און צו מאנהעטן, דארף עס דורך פארן קרית יואל אויף גארפילד קעגן איבער די בית מדרש הגדול. וועט נישט זיך טוען א גערעדעכטס איבעראל?!
פארוואס טאקע ? וואס בעצם שטערט זיי ? ווייל די שטעטל האט זיך געבויעט צו זיין אפגעזינדערט פון די דרויסענדיגע גאס פיריעד.

אמת סאיז דא א ריזן עולם וואס דארף עס נישט דעי פארמאכקייט, ריכטיג. אמת סדרייען זיך דארטן הייסערע פרויען ווי אויפן סאבוועי, אויך ריכטיג. אבער נאכאלטס ווען א גרויסע עולם אין די פופציג זעכציגער יארן וועלן פארפירן וועלן זיי האבן א פוינט.

( פליז לערנטס נישט אריין צו טיף אין די משל, איך קום נישט דא קיינעם געבן גערעכט)

נמשל
אין ארץ הקודש וואוינען באמת דערהויבענע אידן. וואס קדושה איז ביי זיי גרויסע זאך. וואס זיי ווילן וואוינען עקסטער און נישט דארפן צוקומען צו די דרויסענדיגע גאס. איך פערזענליך האב חברטעס וואס זענען נאך נישט ארויס פון מאה שערים. סאיז א גרויסע געגנט וואס האט מוסדות געשעפטן זאלן און אפילו א שפיטאל. אז מען דארף פארן למשל צו א שמחה נעמט מען א פריוואטע ווען.

די משפחה'ס וואס פארפירן אויף דעי טרעין, זענען נישט קיין נתורא קרטא, נישט קיין משגועים, און נישט קיין קליינקעפיגע. זיי זענען סך הכל מענטשן וואס האבן בוחר געווען אין א געוויסע מהלך צו לעבן פארמאכט פון די וועלט. דאס נעמט אריין א גרויסע פראצענט סאטמער, כמעט גאנץ דושינסקי, א ריזיגע חלק מהרי'ם שעכטערס קהילה, פרושים קהילה, פופציג פראצענט פון שטאט בית שמש, וואס פארן אסאך אריין - עלטערן שמחות געשעפטן א.נ. און נאך זייער זייער אסך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.

א שטיקל צייט פון מיין ריזיגע לעבן האב איך געוואוינט אין דאס אויסגעבענקטע לאנד. אפשוטע ביישפיל-

רעדנדיג איינמאל צו א פריינדין ווי מען קען אלס גיין שאפינג, געב איך איר א פרעג צו סאיז נישטא קיין מאלס, דעי בליק וואס זי האט מיך געגעבן, טשילס. '' דו ווילסט מיך זאגן אז די ביסט שוין געווען אין א מאל?'' איך פארשטיי נישט דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען ? פרעג איך איר צוריק. יא, זיפצעט זי מיך אריין אין אויער, כהאב טאקע אמאל געהערט אז אין ניו יארק מיינט מען אפשר מען מעג גיין. וויי וויי זאג מיך נישט אז די האסט שוין געזעהן שמוץ? איך האב נישט געהאט מיט וועם צו לאכן , און זי מיט וועם צו וויינען.

סוי ווען סקומט צו א טרעין וואס קומט פון זייער א אויסגעלאסענע געגנט ציטערן זיי באמת אין די הויזן. ביי זיי אין קאפ זעהן זיי חרוב'ע דורות אויב זייערע קינדער וועלן זעהן אדער וויסן זאכן וואס השם ישמרנו.

איך קום זיי דא נישט געבן גערעכט, נאר זיי צו פארטיידיגן, ' זיי זענען אויך מענטשן, ' פונקט ווי איך וויל מען זאל מיך געבן פרידעם אז איך זאל קענען טוען וואס איך האלט פאר ריכטיג, ווילן זיי פירן א געטא פארמאכטע לעבן , אפגעזונדערט פון יעדעם, פארוואס זיי מצער זיין?

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין א הילפסלאזע רוף פון טויזענטער משפחות , וואס מען גייט זיי צורויבן זייער פלאץ ווי זיי וואוינען.

נאכאמאל איך נעם נישט קיין שטעלונג אין גארנישט, נאר איין זאך ''פארשטיי א צווייטן, נישט יעדער מוז האלטן ווי מיך, יעדער מעג האבן זיין אייגענע מיינונג.''

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 3:03 pm
דורך חב''ד הויזן
@מי ימצא, א פרוי זאל זיך אזוי גוט אויסקענען מיט די פראצענטן פון אלע ארץ ישראלדיגע קהילות?... סארי דיין גאנצע תגובה קוקט אויס ווי דיין מאן האט עס געשריבן. :lol:

אבער האסט א אמת'ע פוינט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 3:16 pm
דורך מאמר קדישין
איך האב געהאט א פלאן צו שרייבן א מאמר וועגן 'ספאוילט קינדער', וואס זיי האלטן אז וואס זיי ווילן איז גענוג פארהייליגט אז דער וועלט קומט עס זיי. איך האב קיין צייט נישט געהאט אבער דערווייל איז דאס מיין תגובה.

די חברה ווילן?! לערנן זאלן זיי זיך אויס אז נישט יעדער זאך וואס מיר ווילן, באקומן מיר. וכן הוא בכל העניינים. נישט יעדער ארטיקל אין צייטונג וועט דיר געפעלן, נישט יעדער שכן\שכנ'טע וועט דיר געפעלן
און נישט יעדער ניגון ביי לכה דודי וועט דיר געפעלן. און עס איז גארנישט געשען. ארבעט אויף דיין שמירת עינים נישט יענעמ'ס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 3:22 pm
דורך מתבודד
@ מימצא די פוינט איז א גוטע, אבער די משל איז נישט ממש דומה לנמשל.
די רכבת הקלה גייט נישט אריבערפארן מאה שערים, נאר בר אילן. א געגנט וואס איז לאו דווקא באוואוינט מיט אנשי ישוב הישן נאר אסאך ”פרייע” (אגודיסטישע) חרדים וואוינען דארט. און זיי שטערט לאו דווקא דעם באן אזוי שטארק. (איך האב א פעטער וואס וואוינט הארט לעבן בר אילן, און ווען כ’האב אים געפרעגט זיין מיינונג אויפ’ן באן האט ער געענטפערט אז די מהומות וואס ווערן פון די הפגנות שטערט אים מער ווי די גאנצע טרעין.)
נאר איך קען נישט אראפשלינגען פארוואס זיי מאכן עס נישט אונטער די ערד וואס וואלט געווען סאך פראקטישער ברוחניות וגשמיות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 3:37 pm
דורך מתבודד
מאמר קדישין האט געשריבן:איך האב געהאט א פלאן צו שרייבן א מאמר וועגן 'ספאוילט קינדער', וואס זיי האלטן אז וואס זיי ווילן איז גענוג פארהייליגט אז דער וועלט קומט עס זיי. איך האב קיין צייט נישט געהאט אבער דערווייל איז דאס מיין תגובה.

די חברה ווילן?! לערנן זאלן זיי זיך אויס אז נישט יעדער זאך וואס מיר ווילן, באקומן מיר. וכן הוא בכל העניינים. נישט יעדער ארטיקל אין צייטונג וועט דיר געפעלן, נישט יעדער שכן\שכנ'טע וועט דיר געפעלן
און נישט יעדער ניגון ביי לכה דודי וועט דיר געפעלן. און עס איז גארנישט געשען. ארבעט אויף דיין שמירת עינים נישט יענעמ'ס.
דאס גייט זיין די ערשטע אינעם סעריע ”מאמרים קדישין”? ווי קענט וועיט!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 3:48 pm
דורך מאמר קדישין
מתבודד האט געשריבן:
מאמר קדישין האט געשריבן:איך האב געהאט א פלאן צו שרייבן א מאמר וועגן 'ספאוילט קינדער', וואס זיי האלטן אז וואס זיי ווילן איז גענוג פארהייליגט אז דער וועלט קומט עס זיי. איך האב קיין צייט נישט געהאט אבער דערווייל איז דאס מיין תגובה.

די חברה ווילן?! לערנן זאלן זיי זיך אויס אז נישט יעדער זאך וואס מיר ווילן, באקומן מיר. וכן הוא בכל העניינים. נישט יעדער ארטיקל אין צייטונג וועט דיר געפעלן, נישט יעדער שכן\שכנ'טע וועט דיר געפעלן
און נישט יעדער ניגון ביי לכה דודי וועט דיר געפעלן. און עס איז גארנישט געשען. ארבעט אויף דיין שמירת עינים נישט יענעמ'ס.
דאס גייט זיין די ערשטע אינעם סעריע ”מאמרים קדישין”? ווי קענט וועיט!
און ווי טרעפט מען צייט? אסאך מאמרים זענען שוין געבליבן ביי מיר אין טינט קעסטל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 4:39 pm
דורך מאטי
מי ימצא האט געשריבן:פאר מען רעאגירט אויף א מעשה, דארף מען קענען היסטאריע.
אזוי ווי איך בין בעד אין היסטאריע קען איך עס אראפלייגן נאר מיט די פאקטן וואס איך קען, מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן.

משל
שטעל זיך פאר ווען איין טאג הערט מען, אז כדי די סאבוועיס זאלן קענען אנקומען פון און צו מאנהעטן, דארף עס דורך פארן קרית יואל אויף גארפילד קעגן איבער די בית מדרש הגדול. וועט נישט זיך טוען א גערעדעכטס איבעראל?!
פארוואס טאקע ? וואס בעצם שטערט זיי ? ווייל די שטעטל האט זיך געבויעט צו זיין אפגעזינדערט פון די דרויסענדיגע גאס פיריעד.

אמת סאיז דא א ריזן עולם וואס דארף עס נישט דעי פארמאכקייט, ריכטיג. אמת סדרייען זיך דארטן הייסערע פרויען ווי אויפן סאבוועי, אויך ריכטיג. אבער נאכאלטס ווען א גרויסע עולם אין די פופציג זעכציגער יארן וועלן פארפירן וועלן זיי האבן א פוינט.

( פליז לערנטס נישט אריין צו טיף אין די משל, איך קום נישט דא קיינעם געבן גערעכט)

נמשל
אין ארץ הקודש וואוינען באמת דערהויבענע אידן. וואס קדושה איז ביי זיי גרויסע זאך. וואס זיי ווילן וואוינען עקסטער און נישט דארפן צוקומען צו די דרויסענדיגע גאס. איך פערזענליך האב חברטעס וואס זענען נאך נישט ארויס פון מאה שערים. סאיז א גרויסע געגנט וואס האט מוסדות געשעפטן זאלן און אפילו א שפיטאל. אז מען דארף פארן למשל צו א שמחה נעמט מען א פריוואטע ווען.

די משפחה'ס וואס פארפירן אויף דעי טרעין, זענען נישט קיין נתורא קרטא, נישט קיין משגועים, און נישט קיין קליינקעפיגע. זיי זענען סך הכל מענטשן וואס האבן בוחר געווען אין א געוויסע מהלך צו לעבן פארמאכט פון די וועלט. דאס נעמט אריין א גרויסע פראצענט סאטמער, כמעט גאנץ דושינסקי, א ריזיגע חלק מהרי'ם שעכטערס קהילה, פרושים קהילה, פופציג פראצענט פון שטאט בית שמש, וואס פארן אסאך אריין - עלטערן שמחות געשעפטן א.נ. און נאך זייער זייער אסך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.

א שטיקל צייט פון מיין ריזיגע לעבן האב איך געוואוינט אין דאס אויסגעבענקטע לאנד. אפשוטע ביישפיל-

רעדנדיג איינמאל צו א פריינדין ווי מען קען אלס גיין שאפינג, געב איך איר א פרעג צו סאיז נישטא קיין מאלס, דעי בליק וואס זי האט מיך געגעבן, טשילס. '' דו ווילסט מיך זאגן אז די ביסט שוין געווען אין א מאל?'' איך פארשטיי נישט דו ביסט נאך קיינמאל נישט געווען ? פרעג איך איר צוריק. יא, זיפצעט זי מיך אריין אין אויער, כהאב טאקע אמאל געהערט אז אין ניו יארק מיינט מען אפשר מען מעג גיין. וויי וויי זאג מיך נישט אז די האסט שוין געזעהן שמוץ? איך האב נישט געהאט מיט וועם צו לאכן , און זי מיט וועם צו וויינען.

סוי ווען סקומט צו א טרעין וואס קומט פון זייער א אויסגעלאסענע געגנט ציטערן זיי באמת אין די הויזן. ביי זיי אין קאפ זעהן זיי חרוב'ע דורות אויב זייערע קינדער וועלן זעהן אדער וויסן זאכן וואס השם ישמרנו.

איך קום זיי דא נישט געבן גערעכט, נאר זיי צו פארטיידיגן, ' זיי זענען אויך מענטשן, ' פונקט ווי איך וויל מען זאל מיך געבן פרידעם אז איך זאל קענען טוען וואס איך האלט פאר ריכטיג, ווילן זיי פירן א געטא פארמאכטע לעבן , אפגעזונדערט פון יעדעם, פארוואס זיי מצער זיין?

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין א הילפסלאזע רוף פון טויזענטער משפחות , וואס מען גייט זיי צורויבן זייער פלאץ ווי זיי וואוינען.

נאכאמאל איך נעם נישט קיין שטעלונג אין גארנישט, נאר איין זאך ''פארשטיי א צווייטן, נישט יעדער מוז האלטן ווי מיך, יעדער מעג האבן זיין אייגענע מיינונג.''

מיר ימצא זאלסט מיר הייליג אנטשולדיגן אבער הייליגע אידן ערליכע אידן פירן זיך נישט אויף כגרועים שבאומות, ווען איך זע ליידיגייער און ליידיגייערנס וואס שלאגן זיך און הרג'נן זיך, שטעלן אפ טרעפיק טאג איין טאג אויס, עפעס וואס גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש/שפיכוַת דמים בלויז ווייל זייערע געפילן לאזן נישט א רכבת ביי זיי אין שטאט!. אמילא??? וועגן דעם איז מותר צו טון כל עבירות שבתורה און נאך מיטן פרומען מאנטל?? ביסט געקומען מיטן סאבוועי משל, דו האלטסט באמת אז אמעריקאנער אידן וואלטן זיך געשלאג דערויף מיט פאליציי נוסח בראנקס/הארלעם ?

ס'איז א שאנדע און א פלעק אז אזויגערופענע היימישע אידן פירן זיך אויף ווי אום-ערצויגענע חיות. און פארן double down דאס צו פארענטפערן אין נאמען פון פרומע אידישקייט זאג איך: "זייער רעליגיע איז נישט מיין רעליגיע!! רעדט נישט אין נאמען פון מיין רעליגיע ווייל דאס איז Identity theft

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 5:02 pm
דורך בר גיורא
מתבודד האט געשריבן:@ מימצא די פוינט איז א גוטע, אבער די משל איז נישט ממש דומה לנמשל.
די רכבת הקלה גייט נישט אריבערפארן מאה שערים, נאר בר אילן. א געגנט וואס איז לאו דווקא באוואוינט מיט אנשי ישוב הישן נאר אסאך ”פרייע” (אגודיסטישע) חרדים וואוינען דארט. און זיי שטערט לאו דווקא דעם באן אזוי שטארק. (איך האב א פעטער וואס וואוינט הארט לעבן בר אילן, און ווען כ’האב אים געפרעגט זיין מיינונג אויפ’ן באן האט ער געענטפערט אז די מהומות וואס ווערן פון די הפגנות שטערט אים מער ווי די גאנצע טרעין.)
נאר איך קען נישט אראפשלינגען פארוואס זיי מאכן עס נישט אונטער די ערד וואס וואלט געווען סאך פראקטישער ברוחניות וגשמיות.
זייער פשוט! ווייל עס לייגט צי צו די טרעין פלאן כמעט 700.000.000 שקל און 2 יאר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 6:05 pm
דורך מי ימצא
חב''ד הויזן האט געשריבן:@מי ימצא, א פרוי זאל זיך אזוי גוט אויסקענען מיט די פראצענטן פון אלע ארץ ישראלדיגע קהילות?... סארי דיין גאנצע תגובה קוקט אויס ווי דיין מאן האט עס געשריבן. :lol:

אבער האסט א אמת'ע פוינט.
גראדע העלפט מיך מיין מאן, און פליז נישט פרעגן וואס זיין ניק איז.

איך האב ערווענט אויבן אז איך האב געוואוינט דארט א תקופה, און איך האב משפחה דארטן,

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 6:09 pm
דורך מי ימצא
און פאר יעדער וואס רעגט זיך אויף זיי, איך האב אפאר מאל קלאר געמאכט אז איך נעם נישט קיין שטעלונג און געב זיי נישט גערעכט,

נאר - פארשטיי א צווייטע מענטש - ווייל זיי זענען אויך מענטשן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 6:21 pm
דורך מתבודד
בר גיורא האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן: נאר איך קען נישט אראפשלינגען פארוואס זיי מאכן עס נישט אונטער די ערד וואס וואלט געווען סאך פראקטישער ברוחניות וגשמיות.
זייער פשוט! ווייל עס לייגט צי צו די טרעין פלאן כמעט 700.000.000 שקל און 2 יאר
הניחא אויף די רוחניות’דיגע פראבלעמען קענען זיי אפשר זאגן ס’קאסט צופיל געלט במילא האב איך דיר אין בוידעם. אבער גשמיות? זיי זענען דאך נאר דא צו גרינגער מאכן פארן ציבור, ניין?!
די גאנצע פראיעקט קאסט דאך אויך א הון תועפות, איז פארוואס נישט צילייגן די איין פרט וואס וועט מאכן אזויפיל גרינגער?!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 7:07 pm
דורך וואלווי
מי ימצא האט געשריבן:און פאר יעדער וואס רעגט זיך אויף זיי, איך האב אפאר מאל קלאר געמאכט אז איך נעם נישט קיין שטעלונג און געב זיי נישט גערעכט,

נאר - פארשטיי א צווייטע מענטש - ווייל זיי זענען אויך מענטשן
דאס אלעס איז געווען אן א שטעלונג...?

כ'פרוביר מיך פאר צו שטעלן ווי אזוי דו/דיין מיין שרייבט מיט א שטעלונג...