כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א!
ער זאגט וואס ער האלט און קיינער קען אים נישט צוריקהאלטן, די קנאות און עזות דקדושה ליגט אים אויפן לינג און אויפן צינג. און לכאורה וועלן אלע קהילה קדושות מסכים זיין די זעלבע ער זאל זיין זייער מנהיג און וועגווייזער, און שלום על ישראל. איך גלייב באמת אז די אפציע וועט די מערסטע צוזאמברענגן אלע קהילות פון די עדה.
צווייטע אפציע: אולי דארפן זיי בעיקר א גדול זאל מעורר זיין ביי די מערכות בקול רם, אבער נישט אזוי שארף ווי די בעלזא פיסקל, נאר מער בדרכי נועם און גוטע ווערטלעך. און אויך ווילן זיי מער א פרעמדן פון חו"ל כדוגמת הגה"ק בעל שערי טוביה זצוקללה"ה, און כידוע א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט, אולי וואלט פאסיג געווען אויפצונעמען
הרב הקדוש רבי אברהם מרדכי מלאך שליט"א!
אלס לאנג יעריגע מגיד מישרים און מגיד שיעור איז ער ידוע פאר א גוטן מויל, לעצטענס מיט קרבתנו פארשטייט ער שוין אויך צו חינוך און שלום בית, און קען זיך שוין שטיקן פון טרערן אויך, און אזוי מעורר זיין די עצמות יבשות. ממילא יחי אדונינו הגאב"ד החדש יחי!
יתכן אבער שטאמענדיג פון ספרדים וועלן זיי אים נישט וועלן פאר גאב"ד עדה החרדית לכל מקהלות אשכנז נאר דספרד, וועט מען זיך מוזן ארויסלאזן אויף די יאגט צו טרעפן א דריטן אפציע.
דריטע אפציע: אויב זוכן זיי אן אשכנזי, א גוטע זאגער מיט אסאך חסידים, איינער פון חו"ל, ועל הכל א דערהויבענעם איד, אפשר
חיימא
וואלט געווען א גוטען אפציע. קען אין איין וואטסאפ מוחה זיין און אלע וועלן קומען צו לויפן. ער איז זיך ריכטיג מוסר נפש יעדען טאג, און גייט נאר העכער און העכער.
אבער קען זיין ער וועט נישט קענען עולה זיין קיין ארץ ישראל מטעם המאמר הידוע "נישט ארויפגיין ווייל מען וועט נישט קענען אראפקומען", איז אדער קען ער זיין גאב"ד עדה החרדית און בלייבן אין וויליאמסבורג כדוגמת הרה"ק בעל דברי יואל aka בעל ויואל משה. אדער וועט מען זוכן נעקסט אפציע.
YY Jacobson!
א חסידישער איד, פון חו"ל, א אשכנזי, א פה מפיק מרגליות, מקנא קנאת ה' צבאות, זאגט וואס ער האלט אם קיין שום אפשטעל,שארף און זיס ביינאזאם, וועט צוזאמענברענגן אלע קהילות פון די עדה.
זאגטס פאר די חברה דארט, פאר ער וועט אנעמען א צווייטע רבנות