בלאט 1 פון 1
די געהיימניספולע "זעלדע'ס"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:13 pm
דורך קהל'ס נער
די וויליאמסבורגע זענען באקאנט מיט די געשעפט צווישן בית הספר און פארקאש זילבער סטאר, ס'דא אזא נאכגעלאזטע געשעפט מיט א ציריסענע שלאק שוין נישט אקטיוו פאר קנאפע צעהן יאר, עכ"פ ביז 15 צי מער יאר צוריק פלעיגט דארט זיין א סעיף ספעיס פאר געוויסע וואס זענען אויף די אנדערע זייט פון די נערמאלקייט ספעקטרום, כ'געדעינק ס'פלעיגט זיך דארט דרייען א יוד וואס איין פאה איז עים געוועין געדרייט ארום די אויער און ביי די אנדערע פאה האט ער געהאט א גראבע צעפ, שוין עכ"פ לעצטנס האב איך מיך דערמאנט פון יענע מיסטריעזע עפאכע און כ'האב מיך פרובירט צי נאכפרעיגן אויף די געשעפט, כ'בין מיט גארנישט ארויס געקימען, אחוץ אז די געשעפט האט געהייסן/הייסט "זעלדע'ס".
אשר על כן, אויף צי שטילן מיין נייגער בעיט מען די עלטערע וויליאמסבורגע איינוואוינער אריינציקימען מיט מער אינפאו.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 3:29 am
דורך תוהו ובוהו
איי איי איי דער פחד וואס פלעגט מיר ארומנעמען נאר דורכצואוואקן דעם געשעפט... טונקל, מיסטעריעז, שרעק-אנווארפענד מיט א טוץ קינדערישע לעגענדעס ארום דעם פלאץ.
אינעם פיצקעלע וויליאמסבורגער יוניווערס איז דאס געווען אונזער ערשטע באגעגעניש מיט די unknown...
אבער באלד דערויף ביי לי קארנער ראדני פלעגט קוני ז"ל מיר געבן א דאללאר צו קענען אויספאנטשען (וואט א זאפטיגע נאסטאלגישע ווארט...) א סאדע און מיר דערמאנט אז משוגעים קענען אויכט גוטס טון...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:00 am
דורך וואלווי
אז מ'רעדט שוין פון זעלדא'ס איז אויך דא מיכל'ס...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 10:23 am
דורך טריי סטעיט
געווען א ירושה הויז ווי איין משפחה מיטגליד האט זיך דארט אריינגעזעצט אין געשעפט צו מאכן חזקה. דער לעבט שוין נישט אפאר יאר, אבער ער איז געווען א פילפארביגע אידל. געלעבט פאר אלקא דמאיר ענני. ער האט געוואוינט אין מאנסי. אמאל ארויסגעקומען א אידישע מאָווי וואס האט געהייסן "א געשעפט" האט ער געשפילט אלס מנהל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:29 am
דורך [NAMELESS]
דער איד איז געווען א שטיק גוטס, איך האב אליין מיטגעהאלטן מער ווי איינמאל ווי ער איז ארויסגעגאנגען פון זיין וועג צו טוהן יענעם א טובה. געהערט אז ער איז דורכגעגאנגען א שווער פעקל ל"ע אין זיין אייגן שטוב נעבעך גענצליך אומשולדיג, און דאס האט איהם זייער צוקלאפט. יהא זכרו ברוך.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:42 am
דורך כלבאשבוע
ר׳ יעקב גרינבערג ע״ה
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:44 am
דורך חדשים
גירסא דינקותא, איך בין אויפגעוואקסן אויף די גאס. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די ציטער ווען ער האט מיר אמאל אריינגערופן אין די סטאר. אוי בין איך אוועקגעלאפן...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:31 pm
דורך היסטאריע
כלבאשבוע האט געשריבן:ר׳ יעקב גרינבערג ע״ה
האט ער געהאט א ברודער שמערל?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:56 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: יא. איך האב איהם גוט געקענט. ער איז אויך געווען א פארליטענער מענטש. אויך געווען א גרויסער בעל טובה.
די פאני זאך וואס מ'האט דאמאלס געשמועסט אין וויליאמסבורג אז אין זעלדע'ס סטאר איז געווען א מאן. און מעכל'ס (טוי) סטאר איז געווען א פרוי...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2022 9:31 pm
דורך פאלאצ'ינטא
ער אליין איז געוועהן שמעריל איך האב איהם גוט געקענט
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2022 9:36 pm
דורך [NAMELESS]