בלאט 1 פון 1

לייביש הכהן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:51 am
דורך יעקב פאטאש
עס האט זיך געעפנט די פארגאנגענע פסח צייט א נייע טעלעגראם טשענעל וואס ריפט זיך לייביש הכהן.
לייביש איז א שרייבער ניק. ער לייגט ארויס אויפ'ן טשענעל מעשיות אין פארזעצינגען. ער איז א אויסערגעווענליכע שרייבער מען קען נישט טרעפן אזאנס ווי זיין סטייל שרייבען אין אינזער היימישע וועלט. איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן וואס די חברים דא האבן צי זאגען.
דא איז א לינק צי זיין טשענעל. https://t.me/chillwithlibish

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:02 am
דורך שמן למאור
לויט אלע אנדייטונגען זעט ער אויס צו זיין א קליינקעפיגע ישיבה קטנה/גדולה בחור, וואס זיכט זיך אויפצורייסן.
בכלל ספעלט ער זייער קינדעריש, פינקט ווי די תוכן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:07 am
דורך דערהויבענע איד
פיינע נייעס.

א שטארקע סענעס אף יומער, לייגט אראפ זאכן מורא'דיג גוט, א גוטע כוח הדמיון, מיט א מורא'דיגע חיות.

(אסאך מאל צו שמיציג)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:22 am
דורך יעקב פאטאש
וואס זענען די אנדייטינגען?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:40 am
דורך שמן למאור
יעקב פאטאש האט געשריבן:וואס זענען די אנדייטינגען?
זיינע קינדערישע פאנטאזיעס, זיין נייגונג צו שמיץ, זיין שוואכע ספעלונג און בחורישע סטייל פון שרייבן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:17 pm
דורך צפת
אפשר קען איינער ברענגען דא אבסל פון זיינע סחורה, מען זאל עס קענען ליינען און דעבאטירן צוזאמען?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:09 pm
דורך שפילער
עצי שטים האט געשריבן:
יעקב פאטאש האט געשריבן:וואס זענען די אנדייטינגען?
זיינע קינדערישע פאנטאזיעס, זיין נייגונג צו שמיץ, זיין שוואכע ספעלונג און בחורישע סטייל פון שרייבן.
ספעלונג איז נאט סא בעד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 1:54 pm
דורך מי ימצא
ער איז זייער גוט. עכט גוט.

איין מעשה האב איך געליינט פון אים - פארשטייט זיך מיט די קעפל אז פרויען טארן עס נישט ליינען,
איך האב א גאנצע נאכט נישט געקענט שלאפן, פאר דע רעסט אף מיי לייף וועל איך אים מער נישט ליינען. בלי נדר.

( ביז איך ווער צוריק נייגערעג)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 2:58 pm
דורך דערהויבענע איד
עצי שטים האט געשריבן:
יעקב פאטאש האט געשריבן:וואס זענען די אנדייטינגען?
זיינע קינדערישע פאנטאזיעס, זיין נייגונג צו שמיץ, זיין שוואכע ספעלונג און בחורישע סטייל פון שרייבן.
ביי וועלכע עלטער סטאפט זיך די נייגונג אויף שמוץ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 9:45 pm
דורך שמן למאור
עפעס הער איך זאגן אז די אידענטיטעט פון דער לייביש הכהן איז ארויסגערינען. איינער האט אים געסטראשעט צו פארמאכן זיין טשענעל און נאך וואס ער האט נישט געוואלט האט ער פארשפרייט א בילד פון אים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 10:08 pm
דורך שלמה משנתו
שמן למאור האט געשריבן:עפעס הער איך זאגן אז די אידענטיטעט פון דער לייביש הכהן איז ארויסגערינען. איינער האט אים געסטראשעט צו פארמאכן זיין טשענעל און נאך וואס ער האט נישט געוואלט האט ער פארשפרייט א בילד פון אים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 10:27 pm
דורך קהל'ס נער
,